דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

שליחה דורך יואליש »

זיי שילדערן א קאמיוניטי געבויעט דורכן ציבור, פארן ציבור.

http://vimeo.com/55743492#at=0

שוואכע קוואליטי און אקוראט שילדערונגן איז מערקבאר פאר איינער וואס קען ק"י. זיי ברענגן ווידיאו פוטיזש מענין לענין באותו ענין, למשל ווען מ'רעדט פון פאשקעווילן קעגן אינדיג, צייגן זיי הויכהילכער אויסריפונגן פון די אינערליכע פאליטישע רייבערייען. אויך קען זיך דאכטן פון אנפאנג אז ליפא איז אויפגעוואקסן אין ק"י, ס'איז נישט קלאר איבעראל צו די פוטיזש איז א חלק פון די נערעטעאר אדער בלויז א מאנטאזש פון אלגעמיינע פוטיזש.

די נקודה איז די צוועק וואס די עירמאנט קאמיוניטי דינט און די כאראקטער וואס ס'האט אנגענימען אין לעצטערע יארן. דאס איז עטוואס קלארער ארויסגעברענגט.

די לינק ארבעט נישט דערווייל
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

וער איז דער היימיש ווייבעל וואס רעדט דארט? וואס איז איר היסטאריע?
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

smart האט געשריבן:וער איז דער היימיש ווייבעל וואס רעדט דארט? וואס איז איר היסטאריע?


זי זאגט דאך איר היסטאריע. זי האט זיך ליידער געלאזט וואקסן האר צו די אנטריסטונג פון אכט מיטעליעריגע באבערדעלטע מאנספערזאנען.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

גיי פארצייל פאר די באבערדעלטע אז אידישקייט פארט ב"ה זייער אין א גוטע ריכטונג
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קרעקער האט געשריבן:גיי פארצייל פאר די באבערדעלטע אז אידישקייט פארט ב"ה זייער אין א גוטע ריכטונג


אירעליווענט צו פארציילען, ווייל אידשקייט ווערט נישט נשפע פון געציילטע וואס זענענן אנדערש, די פערצענט וואס זענענן אנדערש מאכט נישט אויס צו אידישקייט זאל פארען אדער בלייבען שטיין,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איי געס די לעבסט אויך טיף פארשלאסען אינעם באבערדעלטען קאמיוניטי
די פראצענטען וואקסען ליידער נעבעך זייער זייער הויעך, און זיי זענען שוין דע וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעפארען נאר געבליבען ביי יודישקייט אויף זייער ווערסיע
און וואס דו זעהסט דא איז אויכט נאר דע וואס זענען זיך שוין גרייט ארויסצושטעלען
האסטו א אהנונג וויפעל לעבען יא אונטערען שלייער אין די קאמיונעטי און האבען נאך נישט די באליס זיך ארויסצושטעלען אפען? ציליב משפחה אדער סביבה פרעשור?
אונזערע רבנים געבען זיך אויך א ציה אראפ דע ברייטע היט און שרייען אזוי ווי דיר אז דאס זענען געציילטע אויסווארפען טשאווערגאס
וועיק אפ ביפאר עס איז נישט צו שפעט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

קרעקער. בארואיג דיך. קום אריין אין שומר שבת, ליע גארדענס, צו מנחה מעריב. אדער אין קווינס סאטמאר ישיבה אדער וואלפסאן שול אויף זעכצן ווען דו ווילסט...
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך האב נישט געזאגט אז ליפא שמעלצערס קולט איז שוין איבערגעשטיגען די נארמאלע אידישע פאלק
אבער אונזער מענטאליטי פון לייגן דעם קאפ אין זאמד און יעדעס מאל מען זעהט נאך אן אפגעפארענער און נאך א אוועקגעפאלענער און נאך א דאקומענטרי און נאך א ארטיקל געט מען א מאך מיט די הענט מיט אזא ביטול דאס איז נישט גוט, ווייל ספאלט שטיקער פין כלל ישראל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

דער ווידיאו איז געווארן פריוואט?

ווי אזוי קען מען דאס זעהן?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

ווייסט וויפיל דאקיומענטיריס מען קען מאכן פון יעדן שולעכל אין ווילי. יעדע ישיבהלע. יעדע אידישע קאך.

עס פאלן נישט שטיקער...יחידים דא און דארט. נא, נישט גיפערליך.
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

זעהט אויס ווי א געשמאקע אידישקייט. כ'בין נייגעריג ווי די דארטיגע קינדער וועלן גיין ווען זיי וועלן זיין "עירמאנט דראפאויטס"
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אן קיין שטעלונג איבער די אלע צדדים לכאן ולכאן, האבן די אלע מענטשן וואס מ'זעט דא אינעם פילם, און וואס מ'זעט נישט, א בעסערע רילעישענשיפ? לעבן זיי גליקליכער ווי א עוורידש אינגערמאן אדער ווייבל ביי אינז? כ'רעד נישט פון די וואס האבן גענומען אינזער דרך אויפן עקסטרעמען לעוול
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך בין זיכער אז ר' מנשה פילאף לעבט גליקליכער פון די טשאווערגאס
וואס ווייסען זיי וואס מיינט בכלל א לעבן?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

א בעסערע רילעישענשיפ ווייס איך נישט, אבער די קינדער לעבן לכאורה מיט ווייניגער פרעשור, צו סאיז בעסער צו נישט וועט מען מוזן ווארטן ביז די דור וועט אינטערוואקסן און מ'וועט קענען מאכן אן אנקעטע
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

איך קען גראדע עטליכע פון די 'גליקליכע' עירמאנטע, וואס דארפן ווען זיין די גליקליכסטע אויפן שפיץ, אלעס גייט זיי גוט ממש ווי ס'איז אראפגעלייגט אויפן פילם, אבער זיי זענען דעפרעסט און צעמזיקט אויף א שטארקע פארנעם, איך טראכט נאר צו זיי זענען די ארויסגעפאלענע פונעם גליקליכן עירמאנטן פרעשורלאזן לעבן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)

האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.

דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.

ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.

למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.

להענין:

יעדער פארשטייט, אז נישט יעדער באלאנגט אין קרית יואל, אדער אין סקווירא, די תקנות ווי אזוי א חסידיש שטעטל איז אוועקגשטעלט, איז נישט געמאכט געווארן פאר יעדן, און קיינער קען נישט קומען זאגן אז מען האט אים געצוואונגען צו וואוינען אין סקווירא אדער אין קרית יואל, למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און ווי אויך שפיר איך נישט קיין באזונדער געשמאק אין דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט אין סקווירא.

איז אזוי, די אלע חשוב'ע יונגעלייט מיט די אלע חשובע נשים, איר זאלט אלע זיין געזונט און שטארק, מיר רעספעקטירן אייער לעבנ'ס שטייגער, מיר פארשטייען איז איר ווילט גיין מיר א "מרגליות בטבור" און איר ווילט זיין הויך געבילטע דאמען, (אגב, פון די אלע וואס זענען נישט געווען צופרידן פון די נידריגע בילדינג פון בית רחל, און זענען געגאנגען שטודירען אין שרה לארענס, האב איז נאך נישט געזען קיין איין דאקטאר, לויער, פסיכיאטער, ceo פון א קאמפעני אד"ג, ס''ה זענען זיי געווארן דיפרעסטע משוגעים, און מאכן קליפס וויי כלומר'שט צופרידן זיי זענען, און יעדער קען זען ווי דאס אנגעזעצטקייט טראפט זיי אראפ פון די שיינע נעזער זייערע).

די שאלה איז נאר: וואס ווילט איר פון אונז האבן? פארוואס גייט איר צו די פרעסע אינז באזינגען בשירות ותשבחות? קריכט אראפ פון אונז! מיר האבן אנדערע השגות אין לעבן ווי אייך, מיר ווילן זיין ערליך און פרום, און מיר ווילן דינען דעם הייליגען באשעפער באמת ובתמים, מיר ווילן גיין בצניעות, און מיר ווילן נישט זיין געבילדעט, און אויסזען ווי אייך.

איר קענט געזינטערהייט וואוינען אין עירמאנט, און זיין דבוק אינעם הייליגען עירמאנטער צדיק, מיט זיינע קאלירפולע יארמולקעס, אבער פון אונז קריכט אראפ, גייט אונז נישט באזינגען אין די פרעסע, און מאכט נישט קיין קליפס ווי איר משל'ט אונז אראפ פאר בהמות און מאלפעס, איר זענט דאך צופרידן פון אייער לעבנס-שטייגער? ניין? אלזא, וואס קוקט איר אויף צוריק?
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ס'באוויסט די געדאנק פון סאטמר רב,
אל נא תהי מריבה -הפרד נא מעלי
אפטיילן - איז נישט קיין מחלוקת

אויך האט סאטמאר רב געזאגט אז אים באדערט די הרכב פון זיין ביהמ"ד נאכן קריג, ווייל ר' (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) ברויך נישט דאווענען אונטער איין דאך מיט ר' יודל ראזנבערג ז"ל
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

קאך_לעפל האט געשריבן: למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און וואו אויך שפיר איך נישט קיין באזינדער געשמאק, און דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט און סקווירא.

כ'קען עטליכע וואס האבן זיך אפגעלאזט פון סקווירא אבער די צוויבל קיגל האבן זיי נישט אפגעלאזט, זיי זענען אדיקטעד דערצו.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

להערה בעלמא, אויפן קליפ האט זי נישט קיין שייטל
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

גערעכט.
עס געפעלט מיר די אפציעלע איבערטייטש פון וועד הצניעות צו Modesty Police
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

גנדי האט געשריבן:דער ווידיאו איז געווארן פריוואט?

ווי אזוי קען מען דאס זעהן?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

און אויף וועלכע עבירה האט מען געשאסן אין ק"י פאשקעווילן (PASHKIVILIM) אויף דעם אינגערמאן סעם, ווייסט איינער? דאכט זיך מיר זיין טאטע איז פון די העכערע פענסטער דארטן
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

ידען האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:דער ווידיאו איז געווארן פריוואט?

ווי אזוי קען מען דאס זעהן?

זעהט אויס קאך_לעפל האט געפויעלט
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
פארשפארט