דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי
זיי שילדערן א קאמיוניטי געבויעט דורכן ציבור, פארן ציבור.
http://vimeo.com/55743492#at=0
שוואכע קוואליטי און אקוראט שילדערונגן איז מערקבאר פאר איינער וואס קען ק"י. זיי ברענגן ווידיאו פוטיזש מענין לענין באותו ענין, למשל ווען מ'רעדט פון פאשקעווילן קעגן אינדיג, צייגן זיי הויכהילכער אויסריפונגן פון די אינערליכע פאליטישע רייבערייען. אויך קען זיך דאכטן פון אנפאנג אז ליפא איז אויפגעוואקסן אין ק"י, ס'איז נישט קלאר איבעראל צו די פוטיזש איז א חלק פון די נערעטעאר אדער בלויז א מאנטאזש פון אלגעמיינע פוטיזש.
די נקודה איז די צוועק וואס די עירמאנט קאמיוניטי דינט און די כאראקטער וואס ס'האט אנגענימען אין לעצטערע יארן. דאס איז עטוואס קלארער ארויסגעברענגט.
די לינק ארבעט נישט דערווייל

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
קרעקער האט געשריבן:גיי פארצייל פאר די באבערדעלטע אז אידישקייט פארט ב"ה זייער אין א גוטע ריכטונג
אירעליווענט צו פארציילען, ווייל אידשקייט ווערט נישט נשפע פון געציילטע וואס זענענן אנדערש, די פערצענט וואס זענענן אנדערש מאכט נישט אויס צו אידישקייט זאל פארען אדער בלייבען שטיין,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איי געס די לעבסט אויך טיף פארשלאסען אינעם באבערדעלטען קאמיוניטי
די פראצענטען וואקסען ליידער נעבעך זייער זייער הויעך, און זיי זענען שוין דע וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעפארען נאר געבליבען ביי יודישקייט אויף זייער ווערסיע
און וואס דו זעהסט דא איז אויכט נאר דע וואס זענען זיך שוין גרייט ארויסצושטעלען
האסטו א אהנונג וויפעל לעבען יא אונטערען שלייער אין די קאמיונעטי און האבען נאך נישט די באליס זיך ארויסצושטעלען אפען? ציליב משפחה אדער סביבה פרעשור?
אונזערע רבנים געבען זיך אויך א ציה אראפ דע ברייטע היט און שרייען אזוי ווי דיר אז דאס זענען געציילטע אויסווארפען טשאווערגאס
וועיק אפ ביפאר עס איז נישט צו שפעט

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איך האב נישט געזאגט אז ליפא שמעלצערס קולט איז שוין איבערגעשטיגען די נארמאלע אידישע פאלק
אבער אונזער מענטאליטי פון לייגן דעם קאפ אין זאמד און יעדעס מאל מען זעהט נאך אן אפגעפארענער און נאך א אוועקגעפאלענער און נאך א דאקומענטרי און נאך א ארטיקל געט מען א מאך מיט די הענט מיט אזא ביטול דאס איז נישט גוט, ווייל ספאלט שטיקער פין כלל ישראל
אבער אונזער מענטאליטי פון לייגן דעם קאפ אין זאמד און יעדעס מאל מען זעהט נאך אן אפגעפארענער און נאך א אוועקגעפאלענער און נאך א דאקומענטרי און נאך א ארטיקל געט מען א מאך מיט די הענט מיט אזא ביטול דאס איז נישט גוט, ווייל ספאלט שטיקער פין כלל ישראל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)
האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.
דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.
ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.
למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.
להענין:
יעדער פארשטייט, אז נישט יעדער באלאנגט אין קרית יואל, אדער אין סקווירא, די תקנות ווי אזוי א חסידיש שטעטל איז אוועקגשטעלט, איז נישט געמאכט געווארן פאר יעדן, און קיינער קען נישט קומען זאגן אז מען האט אים געצוואונגען צו וואוינען אין סקווירא אדער אין קרית יואל, למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און ווי אויך שפיר איך נישט קיין באזונדער געשמאק אין דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט אין סקווירא.
איז אזוי, די אלע חשוב'ע יונגעלייט מיט די אלע חשובע נשים, איר זאלט אלע זיין געזונט און שטארק, מיר רעספעקטירן אייער לעבנ'ס שטייגער, מיר פארשטייען איז איר ווילט גיין מיר א "מרגליות בטבור" און איר ווילט זיין הויך געבילטע דאמען, (אגב, פון די אלע וואס זענען נישט געווען צופרידן פון די נידריגע בילדינג פון בית רחל, און זענען געגאנגען שטודירען אין שרה לארענס, האב איז נאך נישט געזען קיין איין דאקטאר, לויער, פסיכיאטער, ceo פון א קאמפעני אד"ג, ס''ה זענען זיי געווארן דיפרעסטע משוגעים, און מאכן קליפס וויי כלומר'שט צופרידן זיי זענען, און יעדער קען זען ווי דאס אנגעזעצטקייט טראפט זיי אראפ פון די שיינע נעזער זייערע).
די שאלה איז נאר: וואס ווילט איר פון אונז האבן? פארוואס גייט איר צו די פרעסע אינז באזינגען בשירות ותשבחות? קריכט אראפ פון אונז! מיר האבן אנדערע השגות אין לעבן ווי אייך, מיר ווילן זיין ערליך און פרום, און מיר ווילן דינען דעם הייליגען באשעפער באמת ובתמים, מיר ווילן גיין בצניעות, און מיר ווילן נישט זיין געבילדעט, און אויסזען ווי אייך.
איר קענט געזינטערהייט וואוינען אין עירמאנט, און זיין דבוק אינעם הייליגען עירמאנטער צדיק, מיט זיינע קאלירפולע יארמולקעס, אבער פון אונז קריכט אראפ, גייט אונז נישט באזינגען אין די פרעסע, און מאכט נישט קיין קליפס ווי איר משל'ט אונז אראפ פאר בהמות און מאלפעס, איר זענט דאך צופרידן פון אייער לעבנס-שטייגער? ניין? אלזא, וואס קוקט איר אויף צוריק?

- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
ס'באוויסט די געדאנק פון סאטמר רב,
אל נא תהי מריבה -הפרד נא מעלי
אפטיילן - איז נישט קיין מחלוקת
אויך האט סאטמאר רב געזאגט אז אים באדערט די הרכב פון זיין ביהמ"ד נאכן קריג, ווייל ר' (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) ברויך נישט דאווענען אונטער איין דאך מיט ר' יודל ראזנבערג ז"ל

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- ענן כבד
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן: למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און וואו אויך שפיר איך נישט קיין באזינדער געשמאק, און דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט און סקווירא.
כ'קען עטליכע וואס האבן זיך אפגעלאזט פון סקווירא אבער די צוויבל קיגל האבן זיי נישט אפגעלאזט, זיי זענען אדיקטעד דערצו.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!