דעת תורה האט געשריבן:ער רע דט פון עלטערן וואס באקומען - אדער האבן - א גילטי קאונטשעס, און בתוך תוכם ווייסן זיי אז זיי דארפן זיין אידיש. זיי דארפן נאר דעם פוש.
elter-zeide האט געשריבן:איך בין עלטער פין עמי אין משפחה אינאיינעם, אין ליין זיי אפילו נישט, איך דערצייל וואס איך האב אליין געזען, ווי פרייע עלטערען זענען געווארען פרים כדי דאס קינד זאל וועלען זיי ביי זיי אין שטיב, י
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ער איז דיין זיידע אז דו ווייסט פונקטליך וואס ער האט געמיינט?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
א שיינע משל פון Circular reasoning. מען טאר אפי' נישט טראכטען צו עס איז דא א צד פארקערט, איז דאך בהכרח אז דו וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט, און ממילא וועסטו אוודאי בלייבען מיט א גיטע מקור. געוואלדיג! גראדע האלט איך ווי דיר, אבער ולאו מטעמיך. אויב די ultimate value איז צו לעבן מיטן אמת, דאן ביזטו מופרך מעיקרא. אויב אבער די שאיפה איז צו לעבן א געשמאקע לעבן אויף די וועלט [וועלט תרתי משמע], דאן אויב דיר איז געשמאק ביזטו גערעכט מיט נישט נישטערן. די פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך. ואחרי העיון שוב חשבתי אז איך בין מסכים צו דיר אפי' מטעמיך. ווייל אויב איז דיר געשמאק צו האלטען אז דו האסט דעם אמת, פארוואס זאל מען זיך טאקע נישט פרובירען צו קאנווינסען אזוי? איינער האט ליב וואנילע, איינער טשאקאלעד, און איינער צו האלטען אז ער האט דעם אמת. על טעם וריח אין להתווכח. וחוזר חלילה.
א שיינע משל פון Circular reasoning. די לייגסט אראפ א יסוד אז מיט "שכל", אין נאר מיט "שכל", קען מען וויסען דעם אמת. דאס אלס ווייל אזוי זאגט דיין "שכל" . איז דאך בהכרח אז ווילאנג דיין שכל זאגט אזוי וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט.
מיין "experience" ווייזט (אגב, סייענס זאגט די זעלבע) אז שכל קען מען נישט trusten. שכל איז זייער bias
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
א שיינע משל פון Circular reasoning. מען טאר אפי' נישט טראכטען צו עס איז דא א צד פארקערט, איז דאך בהכרח אז דו וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט, און ממילא וועסטו אוודאי בלייבען מיט א גיטע מקור. געוואלדיג! גראדע האלט איך ווי דיר, אבער ולאו מטעמיך. אויב די ultimate value איז צו לעבן מיטן אמת, דאן ביזטו מופרך מעיקרא. אויב אבער די שאיפה איז צו לעבן א געשמאקע לעבן אויף די וועלט [וועלט תרתי משמע], דאן אויב דיר איז געשמאק ביזטו גערעכט מיט נישט נישטערן. די פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך. ואחרי העיון שוב חשבתי אז איך בין מסכים צו דיר אפי' מטעמיך. ווייל אויב איז דיר געשמאק צו האלטען אז דו האסט דעם אמת, פארוואס זאל מען זיך טאקע נישט פרובירען צו קאנווינסען אזוי? איינער האט ליב וואנילע, איינער טשאקאלעד, און איינער צו האלטען אז ער האט דעם אמת. על טעם וריח אין להתווכח. וחוזר חלילה.
דארפסט פארשטיין אז טייל כאפען נישט אז פרעגן סתם לשם פרעגן, און נישט האבענדיג די באטעם ליין ידיעה איבער די נושא וואס זיי פרעגן, און זיי פרעגן סתם ווי למשל א צווייטער וואס פרעגט ווען עס איז די זמן ערש״ק, גייט בכלל נישט אריין און די גדר פון חקר׳נן אז ער זאל קענענן ווערן אנגעריפן ווי איינער וואס פרעגט לשם פארשטיין און ער לעבט מתוך הבנה נישט סתם מתוך ידיעה, אנשטאט זיך ארוםנעמען מיט היי לעוועל ענגלישע נעמען איז בעסער אז מען האט ארויס די סוגיא איבער וואס מען רעדט און דערויף איז מען א שואל כענין,
למשל ביי די ענין, (כמעט) יעדער ווייסט אז א איד טאר נישט לייקענענן זיין אידישקייט, מען טאר נישט זאגען אז מען איז א גוי. יעצט ווען מען פרעגט איבער מהיכן דנתי, איז עס בכלל נישט שואל כענין עס איז נישט מער ווי א שאלה מחמת חוסר ידיעה.
די זעלבע איז געווען מיט מיין הערה איבער וואס די האסט זיך באצויגען, עי״ש.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
דער טאטע האט א צער ווען דאס קינד פארט אפ, אבער פון די צער איז נאר למחצה לשליש ולרביע זיין יראת שמים, די צער השכינה, וכדומה. בעיקר איז עס די סטיגמא, וואס וועט די גאס זאגן, איך גיי ווערן אפגעשטעמפלט אלס אזא שטוב מיט א אפגעפארענעם, איך קען פארגעסן פון שיינע שידוכים, וכו' וכו'.
עס איז נישט קיין עוולה, אבער אסאך מאל שפירט דאס דער קינד, און דערפאר זוכט ער נישט צופרידנצושטעלן דעם טאטן, ער קוקט אים אן אלס "סעלפיש", ווייל ער וויל האבן א שיינעם נאמען אין גאס מוז איך זיך צושטעלן צו איהם? איך ווייס דאך יא ווער ער איז, והא ראיה אז אינדערהיים, ווען ער שפילט נישט "שיינער איד", איז ער דאך אויך א חיה רעה, אדער טוט אומריכטיגע זאכן, ער וויל פשוט האבן א גוטן נאמען, און איך זאל שפילן די געים מיט אים... נאו וועי!
איך האב אמאל געהערט פון א טעראפיסט וועלכער האט באקומען א גליטשעדיגן בחור, און האט געפרעגט דעם טאטן צי ער זאל ארבעטן מיטן פנימיות פונעם בחור צו קודם אויף חיצוניות, ער זאל צוריק אנטון דעם גאנצן לבוש אפילו דעם גארטל, דער טאטע האט געזאגט "דער עיקר איז מיר יעצט די חיצוניות". עס האט אים נעבעך געברענט דער "מה יאמרו הבריות". וויבאלד דער בחור'ל האט זיך דערוואוסט דערפון, האט ער געזאגט "שלום, לא להתראות" פארן טעראפיסט, און זיך געזעגנט. א רחמנות אויפן טאטן.
און אגב, פאר אונז איז עס א לעקציע, נישט צו דן זיין א צווייטן אין אזעלכע סיטואציעס, אז מענטשן וועלן וויסן אז די גאס פארשטייט איהם און קוקט אים נישט אראפ, וועלן זיי גרינגער מסכים זיין צו ארבעטן אויפן פנימיות הנפש פון די קינדער, וואס איז בלי ספק פיל וויכטיגער.
נאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4 אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
א קאטץ וועט זיך שווערן אז א college degree איז ארויסגעווארפען די געלט אין צייט ווייל אזוי זאגט קאטץ שכל. מענטש מיט x1000 שכל איבער קאטץ איז איבערצייגט אז זיין שכל איז אויסגעהאלטן. גיי ווייס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
הקטן האט געשריבן:נאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4 אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
אויב איז דיין פוינט אז וויבאלד שכל איז נישט גענוג צו קענען ציען מסקנות איבעראל ממילא קען מען עס בכלל נישט טראסטן, דעמאלט מיינט דאס אז צוויי מאל צוויי קען אויך זיין פינף. אויב איז דיין פוינט אז מען קען עס נישט אייביג טראסטן, דעמאלט דארפסטו מסביר זיין פארוואס דער אויבנדערמאנטער שמועס באלאנגט צו די גלאבעל ווארמינג קאטעגאריע וואו מען קען נישט טראסטן שכל לשיטתך.

מיין פוינט איז נישט אז עס איז דא צוויי סארט "שכל'ס" אייינס וואס איז 100 פארצענדיגע אמת דידעקטער אין די אנדערער שכל איז קוועשטענעבל. מיין פוינט איז אז שכל איז זייער א גיטע tool אויף פראקטיש וויאזוי זיך צי פירען ווי למשל פאר אקאנטינג ווי 2 + 2 אין ווען איז פורים אז"וו אדער אפילה פאר פיליזאפיע פאר די וואס האבן עס ליעב. אבער אויב ווילסיטו ניצען די tool אלס אן "אמת דיטעקטער" דארפסטו קודם calaberateען דיין שכל מיט א master שכל וואס איז ווערעפייד אז עס דיטעקט די אמת אין נאר די אמת א יעדעס מאל
בדרך אגב מיין שכל איז נישט אזוי זיכער אז 2 + 2 איז 4 אין א יעדן פאל ווי למשל אין quantum physics. חאטש נישט calaberateעט שכל האט דאס אמאל נישט געקענט באגרייפן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
יאיר האט געשריבן:דער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום. אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת? אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
זה מזכיר לי קטע 'נפלא' שראיתי בספר 'אגרות בעל התניא', מתוך טענותיו של אותו מתנגד לחסידים בפני הממשל הרוסי. הוא טוען בשם החסידים שאין האדם מחוייב בכיבוד הוריו: וכי מפני שרצו למלא תאוותם יש לי לכבדם?!
כעין רעיון זה (לא למעשה ח"ו, והרי כתיב ארור מקלה) מוזכר בחובת הלבבות ריש שער עבודת האלקים - שטובת האב על הבן, מן הידוע שמכוון לתועלת עצמו, וסיים שאעפ"כ הקבלה והשכל מחייב שחיוב הוא לכבדם.
חיי אדם חלק א כלל סז
יסכר פי דוברי שקר האומרים שאינם צריכים להחזיק טובה לאב ואם כי להנאת עצמם היו מכוונים וממילא נולד וכיון שנולד מהם נתן הקדוש ברוך הוא הטבע שהאב והאם יגדלו בניהם בטבע ככל בהמה חיה ועוף שמגדלים בניהם ואין הבנים מחזיקים טובה לאבותיהם, יתאלמון וישתתקון ויתחרשון, כדכתיב [תהילים לא, יט] תאלמנה שפתי שקר, כי הם בעצמם מעידים עליהם שהם כבהמה, ולא חלק ה' להם לב לדעת ולהבין. ועל זה אמרו חכמים, כל הכופר בטובתו של חבירו, סוף כופר בטובתו של הקדוש ברוך הוא, דלדבריהם גם אינם צריכים לכבד ולירא מהמקום ברוך הוא, כיון שאנחנו מעשי ידיו של הקדוש ברוך הוא, מהראוי להיטיב ולחמול על מעשי ידיו. ואין ספק, שהאומרים כן שהם כופרים בלבם:
הקטן האט געשריבן:נאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4 אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
אויב איז דיין פוינט אז וויבאלד שכל איז נישט גענוג צו קענען ציען מסקנות איבעראל ממילא קען מען עס בכלל נישט טראסטן, דעמאלט מיינט דאס אז צוויי מאל צוויי קען אויך זיין פינף. אויב איז דיין פוינט אז מען קען עס נישט אייביג טראסטן, דעמאלט דארפסטו מסביר זיין פארוואס דער אויבנדערמאנטער שמועס באלאנגט צו די גלאבעל ווארמינג קאטעגאריע וואו מען קען נישט טראסטן שכל לשיטתך.
מיין פוינט איז נישט אז עס איז דא צוויי סארט "שכל'ס" אייינס וואס איז 100 פארצענדיגע אמת דידעקטער אין די אנדערער שכל איז קוועשטענעבל. מיין פוינט איז אז שכל איז זייער א גיטע tool אויף פראקטיש וויאזוי זיך צי פירען ווי למשל פאר אקאנטינג ווי 2 + 2 אין ווען איז פורים אז"וו אדער אפילה פאר פיליזאפיע פאר די וואס האבן עס ליעב. אבער אויב ווילסיטו ניצען די tool אלס אן "אמת דיטעקטער" דארפסטו קודם calaberateען דיין שכל מיט א master שכל וואס איז ווערעפייד אז עס דיטעקט די אמת אין נאר די אמת א יעדעס מאל
בדרך אגב מיין שכל איז נישט אזוי זיכער אז 2 + 2 איז 4 אין א יעדן פאל ווי למשל אין quantum physics. חאטש נישט calaberateעט שכל האט דאס אמאל נישט געקענט באגרייפן
און דיין גאנצע תגובה וואס מאכט חילוקים ווען שכל איז יא א גוטע tool און ווען סאיז בייעסד אויך סך הכל שכלדיג נא אפשר איז דער אמת פארקערט accounting איז אזויווי גלאבאל ווארעמונג און ווייסא ווירסא
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
!this is exactly my point איך האב סך הכול געשריבן וואס מיין שכל האט געזאגט אין יענע מעניט (איך האב נישט קיין וועג צי וויסען אויב איך בין גערעכט - אויב סאיז בכלל שייך אזא זאך ווי "גערעכט") מיין שכל, יעצט, זאגט אז שכל איז אן עפעקטיוו tool צו ניצען אויף שרייבן אין קאווע שטיבל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
מאן ייאמר? ווייל די 'משפחה' האט עס נישט געדריקט? האסט שוין געליינט די קריסטליכע משפחה?
אין בכלל, וואס ברויך דאס צו פראווען?
אז די דערמאנסט שוין, אין די פסח עמי באשרייבן זיי א משפחה וועלכע זענען אפגעפארן פון קריסטינדום און האבן זיך געטויפט צו אידישקייט. די עמי דריקט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות די טראגעדיע אז איין טאכטער איז נעבעך געבליבן געטריי צו די רעליגיע מיט וואס זי איז נתחנך געווארן. אבער אינעם ארטיקל זעלבסט ליינט זיך קלאר אז דער טאטע איז טאלערענט פון זיין טאכטער. הפנים, עמי האט געבויגן די געפיל פונעם מעשה ס'זאל שטימען מיטן סענטימענט פונעם ליינער וועלכע האלטן אז דער טאטע ברויך זיין בצער סיי ווען דאס קינד טוישט זיך יא און סיי ווען נישט.
איך בין עלטער פין עמי אין משפחה אינאיינעם, אין ליין זיי אפילו נישט, איך דערצייל וואס איך האב אליין געזען, ווי פרייע עלטערען זענען געווארען פרים כדי דאס קינד זאל וועלען זיי ביי זיי אין שטיב, י
איך זע נישט פונקט ווי דאס קומט אריין צו "קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערן.."ס'איז ענדערש עלטערן וואס גייען אוועק פון די קינדערס וועג אין אידישקייט און די אופן וויאזוי די קאמיוניטי די באגוואלדיגווען די עלטערן וואס זענען שוין נישט פרום. איך מיין אז דאס קומט צו זיין אין אן אייגענעם אשכול.
דבילה האט געשריבן:איך זע נישט פונקט ווי דאס קומט אריין צו "קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערן.."ס'איז ענדערש עלטערן וואס גייען אוועק פון די קינדערס וועג אין אידישקייט און די אופן וויאזוי די קאמיוניטי די באגוואלדיגווען די עלטערן וואס זענען שוין נישט פרום. איך מיין אז דאס קומט צו זיין אין אן אייגענעם אשכול.
קען טאקע זיין. אדרבה מאך אזא אשכול און ברענג עס דארט. איך האב פשוט א מנהג מעדיף צו זיין מוסיף זיין אין א אלטער אשכול ווי מאכען א נייע, ובהיות סהאט א קשר בעקיפין האב איך עס געברענגט דא.