מיין היימישע סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

מיין היימישע סיסטעם

שליחה דורך ברסלבער »

יואב האט זייער שיין ארויסגעברענגט א נקודה דא, און לאמיר צולייגן מיין בליק אויף די נושא.

דער סיסטעם האט כמה וכמה פראבלעמען כמבואר באריכות אין קאווע שטיבל שוין אן א שיעור מאל, אבער א לעזונג צו די פראבלעמען איז דא גאנץ שוואך.
און די תוצאה איז געווענטליך אויף איינע פון צוויי עקסטרעמען, אדער מאכט מען אפ אז אלעס וואס מען האט געלערנט איז נארישקייטן, און מען לאזט אלעס אפ, איינער בגלוי און א צווייטער בסתר און א דריטער למחצה ולשליש.
אדער נעמט מען דעם אנדערן עקסטרעם, אז מען מאכט צו די אויגן און מען גייט ווייטער אזוי ווי ביז יעצט, אזוי ביניך אויפגעוואקסן און אזוי וועליך בלייבן, דאס איז עס און מען קען עס נישט טוישן.
און ביידע וועגן זענען נישט די ריכטיגע סעלושען, ווייל ביידע וועגן באפרידיגט נישט די נשמה און מח, מען פילט אז עפעס פעלט דא, עפעס שטומט נישט, עס בארוהיגט נישט דעם מח.

וואס יא? עס איז דא א דריטע מיטל-וועג, וואס דאס איז לדעתי זייער געשמאק, א בחינה פון אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.
די תורה ומצות זענען זייער געשמאק און זיס, "דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום", ועוד נאך אסאך פסוקים וואס זאגן אז די תורה און מצות און דער באשעפער זענען זייער זיס און געשמאק, ומשם ראי' אז אויב מען פילט אז דאס איז נישט אמת, עס איז בכלל נישט זיס, איז א סימן אז די תורה וואס מען טוט איז נישט די זעלבע תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן.
און דאס איז די צוויי הויפט פראבלעמען וואס פלאגט אונזער סיסטעם/חינוך.
1. מען לייגט צו אסאך מער וויפיל די תורה האט באפוילן, און מען רעדט אסאך מער פון די טפלים וואס מען האט צוגעלייגט ווי פון די עיקרי התורה; פון וואס רעדט מען מער, פון תאוות אכילה אדער פון לייגן תפלין? פון דאס דאווענען וואס דארף נעמען כאטש א שעה, אדער פון היטן שבת? ועוד הרבה.
איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ וועגן דעם איד וואס האט געקויפט א זאק וואס גייט אין דעם אריין 100 פאטעטעס, אבער ער איז געווען אן אויבער-חכם און דוקא געוואלט אריינשטופן דארט 1000 שטיק, ער האט אנגעהויבן שטופן און ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי', עס לאזט זיך אריינשטופן וויפיל ס'גייט, אבער ער האט נישט באמערקט ווי פון אונטן האט זיך געעפענט א גרויסער לאך, און די ערשטע 100 פאטעטעס זענען שוין פון לאנג ארויסגעפאלן, והנמשל מובן.
2. מען מאכט דעם באשעפער פאר אזא סארט באגי-מען, עפעס א שרעקעדיגער מאנסטער וואס זוכט נאר צו רודפ'ן די מענטשהייט, און כאפן מענטשן ביי עבירות; פון וועלכע זוהר רעדט מען מער, פון דעם זהר אז אויף געוויסע עבירות העלפט נישט קיין תשובה (וואס ווערט איינמאל דערמאנט אין זהר, און אויף א צווייטע פלאץ אין זהר שטייט פארקערט), אדער פון דעם אנדערן זוהר אז יעדע קלייניקייט וואס א איד טוט פארן אייבערשטן איז זייער חשוב און מאכט א גרויסן רעש אין אלע עולמות (וואס דאס ווערט דערמאנט אין יעדע איינציגע פרשה אין זהר)?

איך גלייב נישט אז דאס וואס עס באדערט דעם עולם איז די חיצוניות פונעם סיסטעם, דער שטריימעל איז נישט אזוי שווער ווי דאס וואס ליגט אונטערן שטריימל, דער מח באדערט, מען באקומט נישט קיין צופרידנשטעלנדן ענטפער אויף די קשיות וואס שטערט דעם מח, די אידישקייט מאכט נישט גוט פילן, ממילא צו וואס דארף איך עס?

ממילא וואס איז די עצה? מיין עצה איז אז מען זאל מחנך זיין זיך און די קינדער מיט די עיקרי הדת, מיט די תרי"ג מצות אזוי ווי חז"ל האבן אונז געלערנט, און דאס דארף גיין מיט א שמחה און געשמאק, דער אייבערשטער איז זיך מחי' מיט מיר ווען איך טוה א מצוה, ער האט מיר זייער ליב, און ווען איך טוה אן עבירה שטערט עס אים זייער שטארק, אבער ער ווארפט מיר נישט אוועק וועגן דעם, ער ווארט נאר אז איך זאל צוריק קומען צו אים, עד יום מותו תחכה לו לתשובה, און איינמאל איך בין צוריק ביי אים איז אלעס צוריק ווי פריער מיר זענען די בעסטע חברים, און מיר פארשטייען זיך איינער דעם צווייטן.
און להבהרת הדברים: צו דעם פעלט בכלל נישט אויס צו טוישן די חיצוניות, מען דארף נישט ווערן אויס חסידישער איד לכבוד דעם, ווייל איינמאל דער מח איז צופרידן, ער ווייסט אז ער טוט גוטע זאכן, מאכט שוין די חיצוניות גארנישט אויס, און סתם צו טוישן די לבוש וכדו' וואס מען איז מיט דעם אויפגעוואקסן פעלט נישט אויס, עס געבט נאר צו צום געשמאק, און פארשטייט זיך אז מען קען ווייטער עסן הערינג מיט אייער קוכל, און איינטונקן די חלה אין די טאמעטע דיפ.

אבער.. איך בין נאר איין אפגעריסענער ניק פון קאווע שטיבל, און איך קען נישט טוישן דעם סיסטעם, און אפילו אלע ניק'ס וועלן זיך צוזאמנעמען וועלן זיי אויך נישט קענען טוישן דעם סיסטעם, מיט וויפיל אשכולות וואס מען וועט נאר נישט עפענען.
אבער ווי דער קעפל פון יואב'ס אשכול לויטעט "ואת עמלינו - אלו הבנים", מיינע קינדער שיק איך טאקע אין היימישע מוסדות אינעם רעגולען סיסטעם, איך בין פולשטענדיג אינעם סיסטעם ראשי ורובו, אבער אינדערהיים ביי סאפער און שבת ביים טיש, בין איך מחנך מיינע קינדער רק על דרך התורה, מיר דארפן טוהן נאר וואס די תורה הייסט, און יעדע מצוה וואס מען טוט איז מען מחי' דעם אייבערשטן דערמיט, און מען באקומט פאר דעם גאר א גרויסן שכר, און אויב מען פאלט דורך מיט אן עבירה, איז דא אן "אנדא" קנעפל, וואס רופט זיך תשובה, און דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען מען טוט תשובה, ער האט דאך דערפאר באשאפן די מענטשן אויסער די מלאכים, ווייל זיי האבן א יצר הרע, און זיי פאלן דורך און הייבן זיך צוריק אויף, כי שבע יפול צדיק וקם, די קונץ איז נישט צו זיין אייביג וואויל, די קונץ איז אייביג צוריק צו קומען צום באשעפער, און אז דער באשעפער איז א גוטער און ער איז גרייט פאר אונז בכל עת מצוא, ער האט שטענדיג אן אפען אויער אונז אויסצוהערן און צו העלפן מיט וואס מיר דארפן ביד רחבה.
און וואס זאל איך אייך זאגן? רעדן האט א געוואלדיגע כח, עס גייט זיי אריין אין די ביינער, און איך שעפ ב"ה אסאך נחת פון זיי, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

אויף איין זאך בין איך זייער מקפיד, נישט צו רעדן שלעכט אויף קיין "שום" גדול בישראל, אויף קיין שום משפיע אדער מנהיג.
פארוואס? ווייל איך האלט אז כדי צו קענען לעבן אויף די אויבענדערמאנטע וועג מוז מען האבן אסאך חיזוק און הדרכה, אזוי ווי די חז"ל זאגן דברים הצריכים חיזוק תורה ותפלה ודרך ארץ וכו', און דאס באקומט יעדער איינער פון א פלאץ וואס ציעט אים, לאו דוקא פון דעם רבי'ן וואס מיין טאטע האט געהאט חיזוק פון דעם רבי'נס טאטע, איך האב געטראפן מיין חיזוק און סיפוק אין ברסלב, איך ווייס אבער נישט ווי מיינע קינדער וועלן עס טרעפן, דערפאר געב איך זיי חיזוק אויף שמירת התורה והמצות מיט שמחה און געשמאק, און ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי טרעפן א פלאץ פון ווי זיי וועלן קענען נעמען זייער חיזוק, און דערפאר רעד איך נישט אויף קיינעם, ווייל ווען איך וועל רעדן וועלן זיי גיין נאך ווייטער אז קיינער איז נישט גוט, און זיי וועלן אלעס אפלאזן, איך וויל זיי געבן דעם שאנס צו קענען טרעפן א פלאץ וואס זאל באפרידיגן זייער נשמה.

דאס איז מער/ווייניגער די נקודות אויפן שפיץ גאפל, איך האף אז איך האב עס גענוג גוט ארויסגעברענגט.
איך האב פרובירט דעם וועג מיט גרויס הצלחה, און ווער עס וויל עס נאכמאכן הרשות בידו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך שיין, דיינע רייד זענען מחי' נפשות וקילורין לעינים!

ביי מיר אינדערהיים בין איך אויך מקפיד נישט צו רעדן אויף קיין גדולים, אפילו אויף די וועלכע איך האלט נישט פון זיי, פשוט ווייל עס איז איסורי דאורייתא, נאך ערגער פון אנדערע הארבע עבירות וועלכע זענען בלויז בין אדם למקום, און מען קען גרינגער תשובה טאן בינו לבין קונו.
און חוץ מזה זאג איך אלץ פאר מיינע קינדער, איך אליין בין נאך נישט מתוקן, איך בין נאך נישט גענוג פעסט מיט מיינע נסיונות, וויפיל מאל פאל איך אדורך... ווער גיט מיר א רעכט צו רעדן פון יענעמ'ס פראבלעמען? יענעמ'ס עבירות? (לו יהא אז ס'איז טאקע עכטע עבירות). בין איך עפעס יענעמ'ס שומר? יענעמ'ס אפוטרופוס? זאל דער גרויסער באשעפער קעהר נעמען דערפון, ער דארף נישט מיין הילף.

בכלל איז עס גרינגער, ליוו ענד לעט ליוו, פארגעס אזויפיל פון יענעם, טראכט נישט אזויפיל פון יענעם. אין חסידות זאגט מען א ווערטל, א אמת'ער חסיד איז זיך נוהג: פון זיך נישט ארויסקוקן, און אין יענעם נישט אריינקוקן.

און פאר די וועלכע פראווען "קנאות" און שעלטן די גאנצע וועלט, זאג איך אלץ (מען האט עס שוין דערמאנט דא, דוכט זיך ביי הרב קוק אשכול), א קנאי מיינט ווער עס לאזט "זיך" שלאגן פארן באשעפערס וועגן, גוי נתתי למכים, נישט ווער עס שלאגט א צווייטן, און באזיגט "יענעמ'ס" יצר הרע... איזהו גבור הכובש את "יצרו", זיין אייגענעם יצר הרע. נישט יענעמ'ס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך מיין אז מען קען מחלק זיין.
קארופציע וועלכע איז מיר נוגע וועל איך אפשר יא ערווענען, אבער סתם שטופן די נאז ביי יענעם, ווי למשל א אדמו"ר וואס איז אדורכגעפאלן, דאס נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך זעה נישט פארוואס כדי איבערצוגעבן מיין דעה, מוז איך יענעם אראפקלאפן.
מיינע קינדער ווייסן זייער גוט מיין שטעלונג לגבי אידישקייט, און דאס וועט זיי זיכער ארויסהעלפן ווען זיי זוכן א מנהיג, צו טרעפן א נארמאלן נישט קארופטירטער רבי'ן, אבער דאס זיצן און רעדן אויף דעם און אויף יענעם האט לדעתי זייער א שלעכטע השפעה אויף די קינדער, ווייל דו ווייסט טאקע ווי איין און ווי אויס, אבער דיינע קינדער נעמען דיין נקודה אויף נאך ווייטער, פאר מיין טאטן געפעלט נישט די אלע רבנים, און איך האב נאך א גרעסערע ליסט וועם עס געפעלט מיר נישט.
די נקודה איז אז איך בין זייער שטארק און שטאלץ מיט מיין דרך, און דאס אראפרייסן יענעם מאכט מיר נישט שטערקער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך ברסלב כדרכך בקודש.

למשל ראש השנה, איך האב אלס בחור געוואלט גיין שלאפן ערב שבת סליחות און אויפשטיין מוצאי שבת בראשית (און איינער זאל מיר אוועקלייגן א האלעפטשע). אין מיינע אויגן איז ראש השנה געווען א צייט וואס דער אייבערשטער זיצט מיט א בעיסבאל שטעקן און זיכט מיט ליכט יעדע עבירה וואס דער מענטש האט געטוהן במשך די גאנצע יאר און שמייסט אריין אין אים וויפיל עס גייט נאר. ביז איך בין עלטער געווארן און איך האב פארשטאנען אז ראש השנה איז א פרייליכע צייט.

רבי מאיר פון פרעמישלאן פלעגט זינגען א לעבעדיגע ניגון ביי אשמנו, ווייל ער האט געזאגט אז די מאמע איז אויך פרייליך ווען מ'זויבערט אויס די שמיץ פונדערהיים.

די הייליגע חז"ל זאגן אויף ר"ה אזוי:
תניא רבי אליעזר אומר בתשרי נברא העולם בתשרי נולדו אבות בתשרי מתו אבות בפסח נולד יצחק בראש השנה נפקדה שרה רחל וחנה בראש השנה יצא יוסף מבית האסורין בר"ה בטלה עבודה מאבותינו במצרים בניסן נגאלו בתשרי עתידין ליגאל ר' יהושע אומר בניסן נברא העולם בניסן נולדו אבות בניסן מתו אבות בפסח נולד יצחק בר"ה נפקדה שרה רחל וחנה בר"ה יצא יוסף מבית האסורין בר"ה בטלה עבודה מאבותינו במצרים.

דאס הייסט, אז פארדעם האט דער אייבערשטער געמאכט די יו"ט ראש השנה אין א תשרי, ווייל דעמאלס איז דער אייבערשטער אין מידת הרחמים און ער גיבט גוטע זאכן פאר די אידישע קינדער, במילא זאל שוין זיין ראש השנה- דעם יום הדין אין יענע טאג. ראש השנה איז די צייט וואס דער אייבערשטער גיבט גוטס און זיכט וועגן ווי אזוי צו קענען געבן גוטס.

שמחה ראש השנה איז א דאורייתא (נישט קויפן א נייע מעסער איז, שמחה איז) מ'דרשנ'ט די פסוק וועלכע איז געזאגט געווארן אויף ראש השנה: לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים... כי חדוות ה' היא מעוזכם. גייטס עסן גוטע חתיכת בשר און גוטע געטראנקען!

און וואס איז יו"כ? א טאג וואס דער אייבערשטער זאגט מה דהוה הוה, יעצט הייבט מען אן א נייע חשבון, און יא, אפילו פאריאר האבן מיר אויך אנגעהויבן א נייע חשבון, הייבן מיר אן פון פריש דאס יאר. אזוי ווי דער קדושת יו"ט טייטשט הראנו ה' חסדך כאשר יחלנו לך. אז א איד זאגט פאר'ן אייבערשטער אז איך האב געגלייבט פאראיאר אז דאס יאר וועט זיין א גוטע יאר בגשמיות און איך האב באשלאסן אז איך מאך א נייע חשבון, און דו האסט אויך געזאגט אז דו הייבט אן מיט מיר א נייע חשבון און דו האסט אז עס וועט זיין א גוטע יאר ברחניות. מיר הייבן ביידע געפעילט, איך בין נישט געווען בעסער און דאס יאר איז נישט געווען בעסער. לאמיר זיך ביידע מוחל זיין איינער פאר'ן צווייטן און אנהייבן א נייע דף. און אפילו פאריאר האב איך געגלייבט אז עס וועט קומען א נייע בעסערע יאר, און עס איז נישט געקומען, און אפילו פאר צוויי יאר צוריק האב איך געגלייבט אז עס וועט קומען א בעסערע יאר און עס איז נישט געווען, מיט דעם אלעם גלייב איך אז דאס יאר וועט יא זיין בעסער ווייל איך פארלאז זיך אויף דיר. די זעלבע איז אויך מיט מיר, אפילו איך האב דיר צוגעזאגט פאריאר אז איך וועל זיין בעסער און איך בין נישט געווען, און אפילו צוויי יאר צוריק האב איך דיר צוגעזאגט אז איך וועל זיין בעסער און איך בין נישט געווען, גלייב אבער אין מיר אויך. הראנו ה' חסדיך - ווייז מיר דיינע חסדים און גלייבן אין מיר אפילו איך בין נישט בעסער געווען דאס יאר, כאשר יחלנו לך - אזוי ווי איך גלייב אין דיר און איך געב נישט אויף דיר.

דאס איז געווען יו"כ אמאל, א טאג וועלכע מ'הייבט אן א נייע דף מיט א פרישקייט.

די ווייטאג איז, גיי פרעג יעדע בחור אדער אינגערמאן וואס די הייליגע טעג איז, וועט דער יעדער זאגן אז עס איז טעג וועלכע זאל בעסער נישט קומען און מ'קען שוין קוים ווארטן אז עס זאל אוועקגיין.
פארשטייסט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נעבעך ממי_שאמרו, ביסט א טייל פון די טויזענטער וועלכע האבן נישט קיין געדולד צו די טעג.

מען האט עס דא ברייט אויסגעשמועסט:
viewtopic.php?f=24&t=1327
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צ״ל נישט ״געהאט״ געדילט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעמאלס ביזטו פון מיינע חברה.
פארשפארט