דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

צו מיינע אלע חביבים וואס אפלאדירן די עירמאנט מאוומענט.
וואויל איז אייך, אבער לעבט נישט אין קיין אילוזיעס ווי גלייך דאס איז ארגינעלע אידישקייט.
פרומעט גאלבערגער זאגט קלאר, זיי האבן געקלערט צו זיי זאלן דראפן רעליגיע, לסוף האבן זיי באשלאסן אז זיי גלייכן די שבתים און ימים טובים וכדומה און זיי וועלן האלטן א רעליגיעזע לייף סטייל.

אויב איז דאס געווען די ארגינעלע כוונה אויף מאונט סיני "זכור את יום השבת - כל העושה בו מלאכה יומת" איז עס ביי מיר א נייעס.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'מיין די חביבים אפאלאדירן אז זי האט "נישט" געדראפט אידישקייט, און דאס איז א דאנק די מקום ווי זי האט זיך געפינען באקוועם. איז דאס נישט באגריסענד ווערט? ווען איימיצער טוט ליידער פורק עול זיין אינגאנצען הערט מען פרעגן פון אלע זייטן, "כ'פארשטיי נישט, ער\זי האט נישט געקענט טרעפן א לעוועל אין אידישקייט וואס איז באקוועם פאר אים\איר?" נו, דא האט איר אזא פאל. יעצט וואס?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

איך מיין אז לויטן רמב"ם איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו זי האט יא געדראפט אדער נישט.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?


אין א שמועס מיט שלום דין האט ער מיר אנפארטרויעט אז ער איז נשתומם געווארן פון די טעמפקייט פון די שותי קאווע, זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין אז איינמאל מען גלייבט נישט האט נישט קיין זון אנצוהאלטן עפעס. און פארדעם האט ער געסטאפט צו שרייבן.

זעט אויס ער האט דיר געמיינט.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?


פערצופאל האב איך דאס באמערקט:

http://www.youtube.com/watch?v=2jMJPshA ... e=youtu.be

עס זעט נישט אויס ווי אזא סארט משוגעת אן א טראפ מחשבה און אדיאלאגיע וועט האבן א לענגערן טערמיניגן קיום.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בן תמליון האט געשריבן:יואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).


האמיר א שוין א שטיקעלע מחלוקה'לע: ממרום ווס. בן תמליון.


דרך אגב, פראנק, פאר וואס ס'איז ווערט, שטאט אפ באזיכן אין דעם שול. אבער די אינדיגס דארט נעמען זייער אינספיראציע פון בראדי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

ממרום, דארפסט נישט מיינען אז ער האט מיר געמיינט. די שמועס האט זיך דאמאלס באצויגן צו אים. זוך עס אויף דא אין שטיבל.

אינטערעסאנט, מיר אלע זענען פארטעמפט און דין איז דער חכם עתיק וואס לאזט אפ א יעדע שפור און שייכות מיט זיינע פארגייער און קאמיוניטי. גערעכט.

ביידיוועג אויף שלום איז די קושיא נישט אזוי גרויס ווייל זיינע עלטערן זענען בעלי תשובה צו וואטעווער. אבער די אלע יידישיסטן און איזמען למיניהם אפילו די מדינת ישראל יידן האקן נישט איבער אלע שטריקן. פרעג יצחק נוסבוים און טעאדער הערצל און אויב ווילסטו פרעג שמעון פרס מיט ביבי.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאנקל האט געשריבן:קאך_לעפל, דו ביסט דאך אזוי שיין מסביר דיין אייגענע פראגע. קוק נאר אן ווי פאר'ן קריג האט מען נישט גע'רודפ'ט קיין מענטשן וועלכע האבן נישט געוואלט זיין אזוי פרום. פארקערט, לויט ווי דו שילדערסט האט מען אנערקענט אז עס זענען פאראן כל מיני מענטשן און מ'האט פרובירט יעדן צו אקאמאדירן. האט מען דארטן אריבערגערופן א פרוי וואס האט געלאזט וואקסן אירע האר (אונטער איר שייטל!) פאר א בי"ד של שמונה און געסטראשעט ארויסצואווארפן די קינדער פון די מוסדות? האט מען געווארפן פאשקעווילן אין די גאסן קעגן א פרוי וואס גייט א לאנגען שייטל? וואלט מען געצאפט דאס בלוט פון א פרוי וואס האט מחליט געווען אז זי וויל דרייוון א קאר?


יאנקל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך
? אפילו אין קראלי ווי די ברענגסט א הכחה לצידך אז אנהייב האט מען געלעבט בשלוה איז טאקע געווען ווייל ביידע צדדים האבן פארשטאנען זיך אפצוטיילן. אודאי אויב סאיז יא בערבוביא איז דא א מענטשליכע און א אוממענשליכע (לייען ציממערמאן׳דיגער) וועג זיך צו באפאסן דערמיט אבער אפילו א שחור קען פארשטיין אז אין איסט ניו יארק פאסט מער אנצושפריצען דורכפארערס ווי און א בעסערער געגענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

moti107 האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:קאך_לעפל, דו ביסט דאך אזוי שיין מסביר דיין אייגענע פראגע. קוק נאר אן ווי פאר'ן קריג האט מען נישט גע'רודפ'ט קיין מענטשן וועלכע האבן נישט געוואלט זיין אזוי פרום. פארקערט, לויט ווי דו שילדערסט האט מען אנערקענט אז עס זענען פאראן כל מיני מענטשן און מ'האט פרובירט יעדן צו אקאמאדירן. האט מען דארטן אריבערגערופן א פרוי וואס האט געלאזט וואקסן אירע האר (אונטער איר שייטל!) פאר א בי"ד של שמונה און געסטראשעט ארויסצואווארפן די קינדער פון די מוסדות? האט מען געווארפן פאשקעווילן אין די גאסן קעגן א פרוי וואס גייט א לאנגען שייטל? וואלט מען געצאפט דאס בלוט פון א פרוי וואס האט מחליט געווען אז זי וויל דרייוון א קאר?


יאנקעל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך
? אפילו אין קראלי ווי די ברענגסט א הכחה לצידך אז אנהייב האט מען געלעבט בשלוה איז טאקע געווען ווייל ביידע צדדים האבן פארשטאנען זיך אפצוטיילן. אודאי אויב סאיז יא בערבוביא איז דא א מענטשליכע און א אוממענשליכע (לייען ציממערמאן׳דיגער) וועג זיך צו באפאסן דערמיט אבער אפילו א שחור קען פארשטיין אז אין איסט ניו יארק פאסט מער אנצושפריצען דורכפארערס ווי און א בעסערער געגענט.

און מיינסטו אז אין קראלי שפעטער איז יא אלעס געגאנגען מיט זיידענע הענטשיך, פרעג נאר ר' עזריאל גליק עוד בו נשמתו וואס דארט האט זיך אפגעטון
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ממרום שלח אש האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?


אין א שמועס מיט שלום דין האט ער מיר אנפארטרויעט אז ער איז נשתומם געווארן פון די טעמפקייט פון די שותי קאווע, זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין אז איינמאל מען גלייבט נישט האט נישט קיין זון אנצוהאלטן עפעס. און פארדעם האט ער געסטאפט צו שרייבן.

זעט אויס ער האט דיר געמיינט.


נשתומם געווארן פון די טעמפקייט? האט נישט קיין זין? נעבעך לעבט אין עקשנות. דאס דראפן אלעס ווייזט דער פאקט איז א דיזעסטער אויף אלע אופנים. אזוי שווער איז צו טראגן א קליין קאפל, א סענטימעטער בארד און עסן טשאלנט שבת? איז עס נישט ווערט די אייגענע קינדער און געוועזענע משפחה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יואליש האט געשריבן:
האמיר א שוין א שטיקעלע מחלוקה'לע: ממרום ווס. בן תמליון.




איך גלייך זייער א שיינע מחלוקלה,
די פראגע איז, צו לויט די אידישע רעליגיע איז עס א נפק"מ, לויטן רמב"ם זיכער נישט, לויט חסידות מסתמא יא, "ווילאנג די לעכטעלע ברענט" "כל זמן מאיז מחובר צום שורש" וכו.

סאיז טאקע זייער איראניש, א תלמוד פון YU ווואס גלייבט נישט אין מציאות הבורא און תורה מן השמים האט מיר געזאגט אז ער ווייסט אז לויטן רמב"ם איז ער נישט קיין איד, אבער די רמב"ם איז געווען עקסטרעם, לויט די חסידים קוקט מען נישט אויף די זאכן.
ווער סאיז אביסל באהאווענט אין די היסטאריע פון השכלה און אלטערנעטיווע אידישקייט פארשטייט ווי קאמיש עס איז.
צייטן טוישן זיך...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מען טאר נישט זעהן דעם קליפ.
כ'האב דאס היינט אינדערפרי געזעהן אויף מרס וויזעל'ס פעידזש. איך זאג אייך ס'סכנה.... איך האב באקומען אזא חשק זיך אריבערציען קיין עירמאנט.... מ'זעהט די הני נשיא וואס ווארטען אפ די מענער מבי מדרשא ... כמותם ירבו בישראל
Under influence
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יאנקל האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:קאך_לעפל, דו ביסט דאך אזוי שיין מסביר דיין אייגענע פראגע. קוק נאר אן ווי פאר'ן קריג האט מען נישט גע'רודפ'ט קיין מענטשן וועלכע האבן נישט געוואלט זיין אזוי פרום. פארקערט, לויט ווי דו שילדערסט האט מען אנערקענט אז עס זענען פאראן כל מיני מענטשן און מ'האט פרובירט יעדן צו אקאמאדירן. האט מען דארטן אריבערגערופן א פרוי וואס האט געלאזט וואקסן אירע האר (אונטער איר שייטל!) פאר א בי"ד של שמונה און געסטראשעט ארויסצואווארפן די קינדער פון די מוסדות? האט מען געווארפן פאשקעווילן אין די גאסן קעגן א פרוי וואס גייט א לאנגען שייטל? וואלט מען געצאפט דאס בלוט פון א פרוי וואס האט מחליט געווען אז זי וויל דרייוון א קאר?


יאנקל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך

דער סאטמארער רבי האט נישט אפגעקויפט די שטחים פון דעם שטעטל, עס איז נישט פרייוועט פראפערטי, עס איז א פובליק ארט פונקט ווי גאנץ אמעריקע, און יעדער האט רעכט דארטן זיך צו פירן זייער לעבן וויאזוי זיי ווילן. אוודאי קען מען פארשטיין אז איינער וואס ציט זיך דארטן אריין זאל זיך רעכנען מיט די כוונות פון דעם אינציאטאר פון דעם שטעטל, אבער איינער וואס איז דארטן געבוירן געווארן?! עס איז זיינס גארנישט ווייניגער ווי דעם רבי'נס, און עס איז רשעות און חוצפה צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו תקנות צו וועלכע ער איז נישט מסכים.


על פי געזעץ ביסטו גערעכט, אבער אויב גייסטו על פי תורה (נישט על פי חסידות אדער השקפה) וואס די אידן זאגן אז זיי ווילן נאך האלטן, זענען זיי לגמרי נישט גערעכט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יואליש האט געשריבן:די זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.

פארוואס איז דיין חילוק מחלק? סוף כל סוף שטערן זיי מענטשן וואס האבן אינוועסטירט צו קענען וואוינען און לעבן אזוי ווי זיי האבן געזען פאר רעכט
ס׳איז טאקע א פרייע קאנטרי סאיז טאקע דא דער געפיל אז זיי זענען אייגענע. אבער למעשה איז דא א מאראלישע מענטשליכע פליכט נישט צו סטעפן אויף יענעמס הינער אויג. ס׳איז גראדע דא א שמועס דא אין שטיבל אן א דאמעסטיק לעוועל לגבי טאטע און קינד וויאזוי זיך צו פירן כאטשיג מ׳האלט אנדערש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

moti107 האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:די זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.

פארוואס איז דיין חילוק מחלק? סוף כל סוף שטערן זיי מענטשן וואס האבן אינוועסטירט צו קענען וואוינען און לעבן אזוי ווי זיי האבן געזען פאר רעכט
ס׳איז טאקע א פרייע קאנטרי סאיז טאקע דא דער געפיל אז זיי זענען אייגענע. אבער למעשה איז דא א מאראלישע מענטשליכע פליכט נישט צו סטעפן אויף יענעמס הינער אויג. ס׳איז גראדע דא א שמועס דא אין שטיבל אן א דאמעסטיק לעוועל לגבי טאטע און קינד וויאזוי זיך צו פירן כאטשיג מ׳האלט אנדערש.


פיין, פראטאקאלירט: מ'ברויך זיך איבערפאלנצן מיטן גאנצן האב און גוטס, איינמאל מיין שכן איז נישט צופרידן מיט מיין אויסוואל אין לעבן. כ'בין מחולק, כל זמן דאס קינד האט נישט געהאט א ברירה ווי צו וואוינען, זיך ערציען, אנקניפן חברותות, און זיך פארעמען דאס איינציגסטע געזעלשאפט במציאות. אז דאס טייג וואס די מאמע האט איינגעקנוייטן האט איבערגעיורן איז דאס נישט דאס קינד'ס פראבלעם.

לאמיר אבער אנעמען דיין מהלך אויף די מינוט. יעצט ווי ווייט גייט דאס?

אויב איך האב א סובסקריבשאן צו נעשענאל געאגרעפיק און מיין שכן'ס אינגל פון כתה ח' מיז זיך נעבעך צוקוקן ווי א טאטע מיט בארד און פיאות נעמט ארויס אזא מאגאזין פון פאסט שאכטל בשעת אונטערן ארעם האלט ער א טלית ותפילין, רשי'ס און ר"ת'ס. איז דאס געניג סיבה אז מ'זאל מיך ארויס'רודפ'ן פון שטאט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יאנקל האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:קאך_לעפל, דו ביסט דאך אזוי שיין מסביר דיין אייגענע פראגע. קוק נאר אן ווי פאר'ן קריג האט מען נישט גע'רודפ'ט קיין מענטשן וועלכע האבן נישט געוואלט זיין אזוי פרום. פארקערט, לויט ווי דו שילדערסט האט מען אנערקענט אז עס זענען פאראן כל מיני מענטשן און מ'האט פרובירט יעדן צו אקאמאדירן. האט מען דארטן אריבערגערופן א פרוי וואס האט געלאזט וואקסן אירע האר (אונטער איר שייטל!) פאר א בי"ד של שמונה און געסטראשעט ארויסצואווארפן די קינדער פון די מוסדות? האט מען געווארפן פאשקעווילן אין די גאסן קעגן א פרוי וואס גייט א לאנגען שייטל? וואלט מען געצאפט דאס בלוט פון א פרוי וואס האט מחליט געווען אז זי וויל דרייוון א קאר?


יאנקל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך

דער סאטמארער רבי האט נישט אפגעקויפט די שטחים פון דעם שטעטל, עס איז נישט פרייוועט פראפערטי, עס איז א פובליק ארט פונקט ווי גאנץ אמעריקע, און יעדער האט רעכט דארטן זיך צו פירן זייער לעבן וויאזוי זיי ווילן. אוודאי קען מען פארשטיין אז איינער וואס ציט זיך דארטן אריין זאל זיך רעכנען מיט די כוונות פון דעם אינציאטאר פון דעם שטעטל, אבער איינער וואס איז דארטן געבוירן געווארן?! עס איז זיינס גארנישט ווייניגער ווי דעם רבי'נס, און עס איז רשעות און חוצפה צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו תקנות צו וועלכע ער איז נישט מסכים.


נישטא קיין ווערטער, די דאזיגע ווערטער פון יענקל, איז ווערט מער וואו גאלד און זילבער, דאס ווייסט דאס קרימע און טיפשותדיגע מהלך המחשבה, פון די אלע עוברי עבירה, איצט זעען מיר אלע, אז רבינו שליט''א מיט די הנהלה רחניות פונעם שטעטל זענען 100% גערעכט, און מען דארף די חברה אויס רוימען, וואו א מען רוימט אויף א מיסט קאסט, לא תחמול עליו, מען דארף פון זיי פטור ווערן וואו מען ווערט פטור פון קרעטץ, שכוח יענקל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פאו'ס לאו?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אין וומסב"ג ב"פ מאנסי וכו' ביסטו גערעכט, אבער א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן מיט די מטרה, אפילו ביסט דארט געבוירן און אויפגעוואקסן, אויב באשליסטו ווילסט זיך פירן אנדערש ווי דארט, בכל הכבוד, אבער גיי ערגעץ ווי ס'איז אקצעפטירט

גייסטו מיר ענטפערן, אז מען קען נישט גרינדן א שטעטל מיט אזא מטרה, און ס'איז פרידאם, דעמאקראטיע, קענסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טון

נו אויב אזוי בלייב מיר ביי דעם, און צו דו האלטסט יא אז מען קען איינטיילן צו נישט, טוט מען דאס סיי ווי למעשה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מ'פרעגט מיר אין אישי:
"נו, פארוואס טאקע ציעסטו דיך נישט אריבער קיין עירמאנט?"...
מיין תשובה:
איך גלייך נישט די רב. ער האט נישט קיין סמיכה פון YU
Under influence
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.
פארשפארט