דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
דער גלויביגער האט לכאורה פיל מער א רואיגער לעבן, ווען ער ווייסט אז ער לעבט מיט א ציל. א כופר קלערט אז מען דארף אריינכאפן וואס מער מען קען אויף די וועלט, ווייל נאך די פאר יאר וואס מען דרייט זיך אויף די וועלט, איז אלעס געענדיגט. דער מאמין פון די אנדערע זייט, אפילו ער קען זיין א זינדיגער און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, ווייסט ער אבער די וועלט איז בלויז א דורכגאנג.
ווען עס קומט א צרה אדער א שוועריגקייט אין לעבן, וועט דער מאמין דאס אפט אננעמען אלס דאס ביסל יסורים וואס ער מוז אפקומען אויף די וועלט כדי אנצוקומען לחיי העולם און קענען האבן די הנאה נצחי.
אויף יעדע זאך אין לעבן וועט דער מאמין האבן ווי אזוי עס אויסצוטייטשן.
דאס איז געזאגט געווארן נישט דווקא פאר א אידיש קינד. סיי וועלכע מאמין אין סיי וועלכע גלויבן וועט פארן פיל זיכערער ווען ער וועט זיך אנהענגען אין זיין אמונה.
דער איד, וואס זיין גלויבן איז דאך די ריינע אמונה וואס קומט גראד פון באשעפער וואס מען האט געהערט זיינע ווערטער ביים בארג סיני, האט עס נאך פיל גרינגער, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט.
ווען עס קומט א צרה אדער א שוועריגקייט אין לעבן, וועט דער מאמין דאס אפט אננעמען אלס דאס ביסל יסורים וואס ער מוז אפקומען אויף די וועלט כדי אנצוקומען לחיי העולם און קענען האבן די הנאה נצחי.
אויף יעדע זאך אין לעבן וועט דער מאמין האבן ווי אזוי עס אויסצוטייטשן.
דאס איז געזאגט געווארן נישט דווקא פאר א אידיש קינד. סיי וועלכע מאמין אין סיי וועלכע גלויבן וועט פארן פיל זיכערער ווען ער וועט זיך אנהענגען אין זיין אמונה.
דער איד, וואס זיין גלויבן איז דאך די ריינע אמונה וואס קומט גראד פון באשעפער וואס מען האט געהערט זיינע ווערטער ביים בארג סיני, האט עס נאך פיל גרינגער, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
גוט געזאגט קארל.
דער איד וואס לויפט צו זיין רבי'ן בעת צר, און ווען ער ווייסט נישט וועלכע שידוך איז גוט פאר זיין קינד, האט עס געווענליך גאנץ גרינג ווען זיין רבי העלפט אים דעצידירן אין וועלכע ריכטונג צו גיין.
ווי מאדנע קומט מיר אבער פאר דער איד וואס האט מיר דערציילט אז ער איז געגאנגען פרעגן זיין מורה דרך איבער א שידוך און יענער האט עס אפגעזאגט (אנדערש ווי פילע רביים וואס דערהערן פונעם חסיד וועלכע שידוך מען וויל, און דאס שטופט מען...) און ער קען זיך נאך עד היום נישט בארואיגן איבער די טפשות פון זיין דיין...

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
The fact that a believer is happier than a skeptic is no more to the point than the fact that a drunken man is happier than a sober one. — George Bernard Shaw
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
איך בין נישט לאנג געווען אויף א לויה און די אומצאליגע מספידים האבן אלע אדער מצדיק געוועהן דעם אויבערשטען (דער בוכ״ע דארף דען א לויער?) אדער גערעדט פונעם בר מינן׳ס אמונה. ס׳האט מיר דערמאנט דער געשפרעך דא. מען האט גערעדט וויאזוי דער נפטר האט אנגענומען שווערע נייעס פונעם דאקטער בשמחה כאילו מען האט נישט עם געמיינט וכו׳.. א קיצור,, גלויבן אין הקב״ה׳ס מייסטער פלאן איז גאר א פיינער קואפינג מעקעניזם. איך בין נייגעריג צו די נישט גלויביגע האבן ענליכע קואפינג מעטאדן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום John Doe, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
קופערניקוס האט געשריבן:רבותי פרובירט דראגס, עס ארבעט אייזן!
די פראבלעם איז אבער אז ס'האט סייד עפעקטס.
משא''כ מעדיטאציע, היפנאזיע, און טיפע בארואיגונג (deep relaxation) ארבעט גאנץ גוט און אן קיין סייד עפעקטס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
יוסי מזרחי איז א שטארקער הילף אין אמונה
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין
טעלעפאן האט געשריבן:יוסי מזרחי איז א שטארקער הילף אין אמונה
מארגן וועלן מיר אים גיין הערן.
ווער איז אין?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אךשמח האט געשריבן:דער גלויביגער האט לכאורה פיל מער א רואיגער לעבן, ווען ער ווייסט אז ער לעבט מיט א ציל. א כופר קלערט אז מען דארף אריינכאפן וואס מער מען קען אויף די וועלט, ווייל נאך די פאר יאר וואס מען דרייט זיך אויף די וועלט, איז אלעס געענדיגט. דער מאמין פון די אנדערע זייט, אפילו ער קען זיין א זינדיגער און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, ווייסט ער אבער די וועלט איז בלויז א דורכגאנג.
ווען עס קומט א צרה אדער א שוועריגקייט אין לעבן, וועט דער מאמין דאס אפט אננעמען אלס דאס ביסל יסורים וואס ער מוז אפקומען אויף די וועלט כדי אנצוקומען לחיי העולם און קענען האבן די הנאה נצחי.
אויף יעדע זאך אין לעבן וועט דער מאמין האבן ווי אזוי עס אויסצוטייטשן.
דאס איז געזאגט געווארן נישט דווקא פאר א אידיש קינד. סיי וועלכע מאמין אין סיי וועלכע גלויבן וועט פארן פיל זיכערער ווען ער וועט זיך אנהענגען אין זיין אמונה.
דער איד, וואס זיין גלויבן איז דאך די ריינע אמונה וואס קומט גראד פון באשעפער וואס מען האט געהערט זיינע ווערטער ביים בארג סיני, האט עס נאך פיל גרינגער, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט.
הונדערט פראצענט. דער מאמין האט עס דער גרינגסטער - אן אמת'ער מאמין. כעין זה, כ'זעה אסאך ספעציעלע קינדער מיט מענטעל דיסעביליטיס, דאס הארץ גייט אויס פאר זיי, די עלטערן האבן צער, אבער פאר זיי איז די וועלט א מחיה. כי ברב חכמה רב כעס ויוסיף דעת יוסיף מכאוב.
אבער זאגן פאר א נישט-מאמין אז א מאמין האט עס גרינגער, העלפט אים גאנץ קנאפ, גענוי ווי זאגן פאר א געזינטע מענטש אז א קראנקע מענטש האט עס גרינגער.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ידען האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יוסיף דעץ יוסיף מכאוב.
וואס מיינסטו צו זאגן?
א מאמין איז ווייניגער קליג?
(כ'נעם זיך די ליבערטי צו ענטפערן ווייל כ'האב אויך געניצט דעם פראז.)
א מאמין איז ווייניגער קליג? אבסעלוט נישט! פון די קליגסטע מענטשן וואס איך קען זענען מאמינים (ווען איך דריי זיך ווען מיט נישט מאמינים וואלט איך מסתם פונקט אזוי געטראפן קליגע מענטשן דארט). די חילוק איז אז מאמינים צוטיילן זייער מוח, און לאזן נישט אריין די זעלבע קליגשאפט און בקורת וואס זיי ניצען אינעם טאג טעגליכן לעבן, אדער צו לערנען א שטיקל ריטב"א, דיקטירן אנדערע חלקים פון טראכטן. דאס הייסט אז זייער טעאלאגיע און אמונה איז נישט אויסגעשטעלט צו די זעלבע קריטיק וואס מאכט זיי אין אלגעמיין גאר קליג.
דאס איז ע"פ רוב. ס'איז דא געניג מאמינים וואס טוהן דאס יא, און זיי זענען טאקע פון אנדערע סארט קאליבער מאמינים, און האבן א טאקע מאס מכאוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
א מאמין גרונטעוועט נישט אריין איבעראל צו פארשטיין און וויסן אלעס. ע"פ רוב איז א מאמין א תמים. ער איז לאו דוקא א מאמין ווייל ער איז א תמים, פארקערט! ער איז א תמים ווייל ער איז א מאמין!! אזויווי די ווארט גייט אז מי'דארף האבן אסאך חכמה צו זיין א תמים.
איינער האקט
איינער האקט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זר זהב האט געשריבן:א מאמין גרונטעוועט נישט אריין איבעראל צו פארשטיין און וויסן אלעס. ע"פ רוב איז א מאמין א תמים. ער איז לאו דוקא א מאמין ווייל ער איז א תמים, פארקערט! ער איז א תמים ווייל ער איז א מאמין!! אזויווי די ווארט גייט אז מי'דארף האבן אסאך חכמה צו זיין א תמים.
איינער האקט
ס'איז אמת אז מ'ברויך אן א שיעור חכמה צו זיין א תמים. אבער דער סארט תמימות איז א יקר המציאות. רוב רובא פון אונזער תמימות ב"ה קומט פון ווערן אויפגעצויגן אפגעזינדערט און זייער געצוימט און טראכטן. אייגענטליך טראכטן איז אן אראפגעקוקטע זאך, ע"פ רוב ליפערט מען דיר אריין רעדי מחשבות אין קאפ און פראזן אין מויל. און פון חזר'ן עס אזויפיל מאל, טראכט מען און רעדט מען אזוי ראבאטיש.
כנלע"ד ויש לחלוק ולחלק.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 02, 2012 8:50 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
ענדליכע ווערטער
שיחות הר'ן
אֲפִילּוּ חַכְמֵי הַמְחַקְּרִים שֶׁל אֻמּוֹת הָעוֹלָם מוֹדִים לְכָל זֶה
שֶׁהָעוֹלָם הַזֶּה מָלֵא יִסּוּרִים תָּמִיד וְכַמְבאָר בְּסִפְרֵיהֶם הַרְבֵּה מִזֶּה
וְאָמְרוּ, שֶׁאֵין טוֹב. בָּעוֹלָם הַזֶּה כִּי אִם הַסֵּבֶל
דְּהַיְנוּ שֶׁצְּרִיכִין בָּעוֹלָם הַזֶּה לְקַבֵּל עַל עַצְמוֹ לִסְבּל כָּל מַה שֶּׁיַּעֲבר עָלָיו וְכוּ'
אֲבָל כָּל דִּבְרֵיהֶם אֵינָם מוֹעִילִים לְהָעוֹלָם בְּלא הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה שֶׁזָּכִינוּ אֲנַחְנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל
כִּי אֵין אָדָם זוֹכֶה לָזֶה שֶׁיְּקַבֵּל עַל עַצְמוֹ הַסֵּבֶל בָּעוֹלָם הַזֶּה וְשֶׁלּא יַטְרִידוּהוּ צָרוֹת הָעוֹלָם הַזֶּה
כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה
כִּי כְּשֶׁמְּיַשֵּׁב הָאָדָם עַצְמוֹ הֵיטֵב הָאֱמֶת לַאֲמִתּוֹ שֶׁהָעוֹלָם הַזֶּה אֵינוֹ שׁוּם תַּכְלִית כְּלָל
כִּי אֲפִילּוּ אִם הָיָה עוֹלָם הַזֶּה מָלֵא טוֹבוֹת וַעֲשִׁירוּת בְּלִי שׁוּם יִסּוּרִים וְצַעַר וּדְאָגוֹת כְּלָל
אַף עַל פִּי כֵן הוּא הֶבֶל וָרִיק כִּי הַזְּמַן חוֹלֵף וְעוֹבֵר כְּהֶרֶף עַיִן: "וְיָמֵינוּ כְּצֵל עוֹבֵר" וְלא כְצִלּוֹ שֶׁל דֶּקֶל וְכוּ', וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב: "יְמֵי שְׁנוֹתֵינוּ בָהֶם שִׁבְעִים שָׁנָה וְכוּ' וְרָהְבָּם עָמָל וָאָוֶן כִּי גָז חִישׁ וַנָּעוּפָה"
מִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁגַּם כָּל הָעוֹלָם הַזֶּה מָלֵא צַעַר וִיגוֹנוֹת וְיִסּוּרִים וּדְאָגוֹת וּטְרָדוֹת בְּלִי שִׁעוּר, מִגָּדוֹל וְעַד קָטן
מִן גְּדוֹלֵי גְדוֹלֵי הָעֲשִׁירִים הַמֻּפְלָגִים עַד תַּכְלִית עָנִי שֶׁבָּעֲנִיִּים
כֻּלָּם מְלֵאִים דְּאָגוֹת, וּטְרָדוֹת הוֹצָאוֹת פַּרְנָסָתָם, וּשְׁאָרֵי יִסּוּרִים מִיִּסּוּרִים שׁוֹנִים, וְצָרוֹת וְהַרְפַּתְקָאוֹת כַּיָּדוּעַ לַכּל
וַאֲפִילּוּ קֵיסָרִים וּמְלָכִים וְשָׂרִים גְּדוֹלִים. מְלֵאִים דְּאָגוֹת וְיִסּוּרִים וּפְחָדִים רַבִּים בְּלִי שִׁעוּר כַּיָּדוּעַ לְמִי שֶׁבָּקִי בָּהֶם וּבְדַרְכֵיהֶם
וְכָל זֶה יָדוּעַ וּמְבאָר אֲפִילּוּ לְחַכְמֵי הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם
וְאַף עַל פִּי כֵן אֵין מִי שֶׁיִּבְרַח מִזֶּה
כִּי אִם כְּשֶׁבּוֹחֵר חֶלְקוֹ בְּתוֹרָה וּמִצְווֹת הַקְּדוֹשִׁים, וּמְרֻצֶּה לְהִסְתַּפֵּק בְּתַכְלִית הַמִּעוּט מִזֶּה הָעוֹלָם כְּדֵי לַעֲסֹק בַּתּוֹרָה וּלְבַלּוֹת יָמָיו עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה
אָז דַּיְקָא יָכוֹל לִבְרחַ מִן עֲמַל הָעוֹלָם הַזֶּה, לִפְטר מֵעָלָיו עָמָל וִיגִיעוֹת וּטְרָדוֹת וּמְרִירוּת נֶפֶשׁ שֶׁל דַּאֲגוֹת הָעוֹלָם הַזֶּה, וְלִחְיוֹת חַיִּים אֲמִתִּיִּים בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדַת ה', אֲשֶׁר הוּא עִקַּר הַחַיִּים הָאֲמִתִּיִּים בָּעוֹלָם הַזֶּה וּבָעוֹלָם הַבָּא
וּבְוַדַּאי צָדְקוּ וְנֶאֶמְנוּ דִּבְרֵי הַמִּשְׁנָה הַקְּדוֹשָׁה אֲפִילּוּ עַל פִּי פְּשׁוּטָהּ
שֶׁמִּי שֶׁבּוֹחֵר לִסְבּל בָּעוֹלָם הַזֶּה לֶאֱכל פַּת בַּמֶּלַח וּמַיִם בַּמְּשׂוּרָה יִשְׁתֶּה וְעַל הָאָרֶץ יִישַׁן וְחַיֵּי צַעַר יִחְיֶה
כִּי אֲפִילּוּ פַּת בַּמֶּלַח וּמַיִם בַּמְּשׂוּרָה לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה בְּהַרְחָבָה
וְעַל כֵּן הוּא צָרִיךְ עִם כָּל זֶה לִהְיוֹת מְרֻצֶּה לִחְיוֹת חַיַּי צַעַר..
כִּי בְּוַדַּאי יֵשׁ לוֹ חִיּוּת אֲמִתִּי מֵאַחַר שֶׁמְּקַבֵּל עַל עַצְמוֹ לִסְבּל כָּל יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה
וְזָכָה לְהַשִּׂיג הָאֱמֶת שֶׁהָעוֹלָם הַזֶּה לא נִבְרָא בִּשְׁבִיל נַחַת לְהִתְעַנֵּג בּוֹ..
אַף גַּם בָּעוֹלָם הַזֶּה אַשְׁרֵי לוֹ אַשְׁרֵי חֶלְקוֹ
כִּי בָּעוֹלָם הַזֶּה אֵין טוֹב כְּמוֹ הַסֵּבֶל
אֲבָל אִי אֶפְשָׁר לְקַבֵּל הַסֵּבֶל שֶׁל יִסּוּרֵי הָעוֹלָם הַזֶּה
כִּי אִם כְּשֶׁבּוֹרֵחַ אֶל עֲמַל הַתּוֹרָה וְהַמִּצְווֹת הַקְּדוֹשִׁים וְכַנַּ"ל
וְהַדְּבָרִים מְבאָרִים וּמוּבָנִים מְאד לְמִי שֶׁחָפֵץ בָּאֱמֶת וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַטְעוֹת אֶת עַצְמוֹ
כִּי מִי שֶׁמִּתְלוֹצֵץ מִדְּבָרִים כָּאֵלּוּ הוּא מִתְלוֹצֵץ רַק מֵעַצְמוֹ
הַיְנוּ שֶׁאֵינוֹ רוֹצֶה לְקַבֵּל עֲצוֹתֵינוּ הָאֲמִתִּיּוֹת וּפוֹנֶה עָרְפּוֹ אֲלֵיהֶם
כִּי הוּא רוֹצֶה רַק לִטְבּעַ בִּיוֵן מְצוּלַת הָעוֹלָם הַזֶּה
וּמִי יִמְחֶה בְּיָדוֹ, יאחֵז כָּל אֶחָד דַּרְכּוֹ
"וַאֲנַחְנוּ בְּשֵׁם ה' אֱלקֵינוּ נַזְכִּיר"

א סך הכל פונעם גאנצען ויכוח דא
גלייבן, ווי אויך אבערגלויבן צוגלייך, מאכט דעם קלוגער מער גליקליך און ווייניגער רציונאל
קארל מארכס האט געזאגט אפיום וכו'
שיחת הר"ן (א באקאנטע גרויסע חוקר....) ברענגט פון חכמי המחקר וכו' אבער ער פארשטייט עפעס טיפער וואס זיי האבן פארזעהן
א קורצע ויכוח בתוך ויכוח איבער דער ענין פון תמימות (וואס אגב, אין english טייטש זיך עס naivety.......)
די נסיון פונעם 'היינטיגען' דור איז אמונה (נישט אינטערנעט אדער ציונות ח"ו)
דראגס, ארבעט אייזן!
מעדיטאציע, היפנאזיע, און טיפע בארואיגונג (deep relaxation) ארבעט 'גאנץ גוט' און אן קיין סייד עפעקטס.
יעצט מיין מיינונג, עקאמאניש גערעדט, א גוטען פלאש וואדקא איז אלעמאל ביליגער פון א פאר תפילין, רש"י צו ר"ת (שוין מיט דער אנדערע ר"ת פראדוקט.....), אן אתרוג און לולב, מיט מוך און מיט א בלאט פלעק, מצות און כפרות מזוזות און א שענדארליע
און גלייבטס מיר בנאמנות, ס'איז אויך היבש ביליגער פון א 'רבי וואס זעהט מסוף העולם ועד סופו' ועד בכלל.

- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
האסט פאר'סך-הכל'ט דאס געשעפט, כעלעם'ער מגיד, אן געבן מיך די געלעגנהייט אריינצואווארפן מיינע צענט. וועל איך מוזן שרייבן בתורת נ"ב . און נאך אלעם האט יואליש נישט אויסגענוצט ס'גאנצע ליבערטי וואס ער'ט זיך צוגעטיילט; וועל איך נעמען דעם שריים.
איך קוק אן אמונה ווי א געצייג צו וועלכן מען מוז אנקומעו אויב וויל מען גיין ווייטער נאך דעם וואס דער מוח איז אנגעקומען צום עק ביז וואו ער קען טראכטן. דעם מוח'ס מעגליכקייטן זענען באגרעניצט. עס איז פאראן א קלארער לימיט ביז וואו יעדער מענטש קען טראכטן. דער דאזיגער עק איז אנדערש ביי יעדן; אבער יעדער האט אזא גרעניץ, וואו ער מוז זיך אפשטעלן. די חקירה/פילאסאפיע פרואווט אוועקשטעלן א הנחה אז עס מוז זיין א סיבה ראשונה, וואס שטייט אינדרויסן פון יעדער מין השגה. איינמאל די דאזיגע סיבה איז אינדרויסן פון אונזערע השגות, איז נישט שייך זי צו דעפינירן. אלץ וואס מען קען וועגן דער סיבה זאגן איז וואס זי איז נישט.
א מענטש איז ביכולת צו צעברייטערן זיין מוח -- אויסציען זיין טראכט-גרעניצן. אבער דאס וועט מיינען אז די מחיצות זענען צעריקט געווארן. די גרעניץ -- א גרעניץ -- וועט אייביג זיין.
וואס געשעט ווען א מענטש פרואווט טראכטן ווייטער ווי זיין גרעניץ דערלויבט? עס געשעט גארנישט. ווייל ווי שטארק ער זאל פרובירן טראכטן און זיך מצייר זיין וואס עס קומט "נאך דעם", וועט ער עס מוזן טאן אין די גרעניצן פון זיין השגה. ער קען, ובכן, נישט טראכטן אינדרויסן פון זיין השגה. ער קען פרובירן אריינצווינגען אין זיין טראכטן עפעס וואס איז מחוץ זיינע השגות. אבער דאס מיינט אז ער איז ווייטער סטאק אין זיינע גרעניצן. ער טראכט דאך ווידעראמאל נאר וואס און וויאזוי זיינע השגות דערלויבן אים.
אמונה איז דאס געצייג וואס א מענטש האט די ברירה אפירצונעמען אויב וויל ער ווי-עס-איז זיך טראגן ווייטער ווי זיין מוח לאזט. אמונה איז נישט שכל. שכל איז דער מיטל וואס ברענגט דעם מענטש צו דער הכרה אז זיין מוח ווי זיינע השגות זענען באגרעניצט -- אז ווי ווייט ער גייט, זעט ער אז מען קען גיין נאך ווייטער. אמונה איז א זאך פאר זיך. עס איז דא א קאנצעפט וואס הייסט געפיל, עס איז פאראן אזא באגריף ווי שכל, און דאן איז דא א זאך וואס הייסט אמונה.
איך האב אזוי פארשטאנען די משנה אנהייב פרק ב אין חגיגה, וועגן טראכטן "מה למעלה מה למטה ..." די פראבלעם דערמיט איז אז אויב עמיצער טראכט וואס "אינדרויסן" פון זיין באנעם, מוז ער בע"כ די אביעקט פון זיין טראכטן מגשם זיין. מגשם זיין, ווידעראמאל, איז לכאורה אנדערש פאר יעדן און עס ווענדט זיך אין די השגות פונעם טראכטער. אבער אויב נעמט ער אריין עפעס וואס איז מחוץ זיין השגה, און איז "מסתכל" דערין, איז פשט אז ער באגרעניצט די זאך.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 02, 2012 8:50 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:א סך הכל פונעם גאנצען ויכוח דא
גלייבן, ווי אויך אבערגלויבן צוגלייך, מאכט דעם קלוגער מער גליקליך און ווייניגער רציונאל
קארל מארכס האט געזאגט אפיום וכו'
שיחת הר"ן (א באקאנטע גרויסע חוקר....) ברענגט פון חכמי המחקר וכו' אבער ער פארשטייט עפעס טיפער וואס זיי האבן פארזעהן
א קורצע ויכוח בתוך ויכוח איבער דער ענין פון תמימות (וואס אגב, אין english טייטש זיך עס naivety.......)
די נסיון פונעם 'היינטיגען' דור איז אמונה (נישט אינטערנעט אדער ציונות ח"ו)
דראגס, ארבעט אייזן!
מעדיטאציע, היפנאזיע, און טיפע בארואיגונג (deep relaxation) ארבעט 'גאנץ גוט' און אן קיין סייד עפעקטס.
יעצט מיין מיינונג, עקאמאניש גערעדט, א גוטען פלאש וואדקא איז אלעמאל ביליגער פון א פאר תפילין, רש"י צו ר"ת (שוין מיט דער אנדערע ר"ת פראדוקט.....), אן אתרוג און לולב, מיט מוך און מיט א בלאט פלעק, מצות און כפרות מזוזות און א שענדארליע
און גלייבטס מיר בנאמנות, ס'איז אויך היבש ביליגער פון א 'רבי וואס זעהט מסוף העולם ועד סופו' ועד בכלל.
סליחה - אבל לא הבנת השיחות הר''ן
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:פון אלע שיינע שמועסן דא זע איך נישט אז עס זאל דערמאנט ווערן דאס פשוט'סטע. נעמליך, דער מאמין איז גליקליך צוליב דאס וואס מיר דערמאנט ביים דאווענען, "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו." איז שייך גליקליכער פון דעם?
די טעמע דא איז איבער א גליקליכקייט וואס מ'קען זעהן און שפירן, נישט עפעס וואס שטייט אין א בפירוש'ע סידור'ל (אדער שיחת הר"ן).
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 02, 2012 8:50 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
האסט אמאל געזעהן א גוי זאל האבן א מינדסטע'ן טעם אין דעם ווארט 'שבת'
- די גמרא דערמאנט דאס אויך און זאגט אויף דעם יש לנו תבלין אחד ושמו שבת
אזוי א יו''ט ...... וועלכע יו''ט דו ווילסט
און אזוי נאך און נאך
און ווער רעדט נאך אז אפילו ווען ס'כאפט די שווערע מינוט'ן - דערמאנט ער זיך פונ'ם אמונה אז - ער האט דער באשעפער מיט זיך, און אפי' אז לאמיר זאגן ער האט א שוועריקייט וואס ער דארף ס''ה אפקומען דערמיט, אבער עס קומט אים נישט אן ווי ביים גוי וואס ווילן זיך נאר שיסן דעמאלט'ס וכו' ...
און ווערט רעדט נאך אז ווי נישט האט ער עפעס ארויסגענומען פון א טאג - אפילו נאר א תפילין לייגן.... אוועקגעלייגט אויפ'ן ריכטיגען תכלית - וואס ס'איז נישט אזוי ווייט ווי מ'מיינט... אוי די יארן לויפן דאך אזוי שנעל...
אבער ביי עני גוי' ווי קען ער דען נעמען פנימיות'דיגע 'העפּינעס' - ער האט דאס נישט ווי צו טרעפען = אפשר טאקע נאר ביים גלעזער וויין, וואס דערנאך האט ער צו גרעב-ען דערפון... נגד א איד'ס שמחה און גליקליכקייט