חשבון האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... OyEAuUfuY#!
חשבון האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:די שאלה איז נישט וואס דער סאטמארער רבי האט געוואלט. ער האט געלעבט 35 יאר צוריק, און דער היינטיגער דור וואס איז דארטן געבוירן געווארן איז אים גארנישט שולדיג. אין יעדער שטאט האבן אייביג געוואוינט אידן פון פארשידענע דרגות, און מען האט נישט קיין שום רעכט צו טון דאס מינדעסטע קעגן א געבוירענעם קרית-יואל'ער איד וואס איז מחליט צו זיין אן אנדערער סארט פרומער איד .
דא פארלירסטו מיר, אויב מוז מען זיך נישט פירן ווי די מיסד, פארוואס מוז מען היטן שבת? עפעס קוקט מיר אויס אז דו האלסט טאקע נישט אז ק"י ברויך זיין אויף סאטמאר רב'ס סטאנדארט, אבער אויף יענקל'ס סטאנדארט יא...
moti107 האט געשריבן:אלא מאי ס׳איז דא א ליין וואס מקען נישט קראוסן אפילו ביזט דא געבוירן סתם פון א מענטשליכען (לאו דוקא רעליגיעזער)שטאנדפונקט.
אויב נישט! וויאזוי קען דער אמעריקאנער גאווערמענט ארויפצווינגען א קאנסטוטאציע אויף מיר ווייל בענזשאמין פרענקלין (דער עכטער) האט אזוי באשלאסן מילא די וואס האבן דעמאלטס געלעבט,אבער איך בין דא געבוירן איטס עי פרי יוניווערס, מיר שמעקט דאס נישט, איך אלץ א שופט האלט אז מקען נישט פליען די פיפט אין קאורט.
הגע בעצמך אביעקטיוו אויב די outcome פון דיינע טענות וואלטן געגעבן גערעכט פאר די פרומע צו די וואלסט נישט געזען די אנדערע זייט מטבע קוק נאך מיינע תגובת איך בין בכלל נישט נחשד אלץ א וואסער טרעגער אדער צו בדחן׳ען דא אין שטיבעל איך גיי אבער נישט מיטן קאפ אין וואנט צו באשולדיגען די פרומע .
און יא איך בין מודה אז די הנהגה איז קאראפטורט און ס׳איז למעשה יצא שכרו בהפסדו אפילו מיט מיינע אויגן גלעזער.
DotCom האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:דער סאטמארער רבי האט נישט אפגעקויפט די שטחים פון דעם שטעטל, עס איז נישט פרייוועט פראפערטי, עס איז א פובליק ארט פונקט ווי גאנץ אמעריקע, און יעדער האט רעכט דארטן זיך צו פירן זייער לעבן וויאזוי זיי ווילן. אוודאי קען מען פארשטיין אז איינער וואס ציט זיך דארטן אריין זאל זיך רעכנען מיט די כוונות פון דעם אינציאטאר פון דעם שטעטל, אבער איינער וואס איז דארטן געבוירן געווארן?! עס איז זיינס גארנישט ווייניגער ווי דעם רבי'נס, און עס איז רשעות און חוצפה צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו תקנות צו וועלכע ער איז נישט מסכים.
נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?
לעיקוואד האט געשריבן:חשבון האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=rLOyEAuUfuY#![/youtube]
געפילטע פיש האט געשריבן:זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
moti107 האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.
ממרום שלח אש האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין.
כאב אמאל גערעדט מיט א אטעאיסט איבער רעליגיע, וועגן הריגת שבעה עממים, לא תחיה כל נשמה, זאגט ער וואס זענט עטס בעסער ווי בין לאדין, זאג איך, עס איז גארנישט ראנג מיט אים, אויב האט ער עס געטון ריין אן קיין פניות, ווייל ער האלט באמת אז זיין רעליגיע פאדערט דאס, קוק איך אים טאקע ארויף.
זאגט ער, ער וויל דיך הרג'נען, זאג איך, איך וויל אים אויך הרג'נען, חייך קודמין, אבער אין הארץ קען ער זיין א סעינט.
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
אה״נ דער אימוויסענדער פויער וואס איז איינגערעדט געווארן פון זיין שמייליגער אז דאס וויל גאט איז בעצם גערעכט פון זיין פרעספעקטיוו.
אסאמא בין לאדין קען אויך מיט אן אמת האלטן אז ער טוט גאטס ארבייט און זיך שפורן גערעכט,אבער ווער פרעגט אים?
מייזן אין ראטן מאכן כסדר מיטינגען וויאזוי קער צו נעמען פון די אכזריותדיגע exterminator's