יאנקל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:5. אחרון אחרון חביב אונזער באליבטער ברסלבער משפיע דא אין קאווע שטיבל.
מיר אלע דערקוויקן זיך מיט זיינע רייכע אשכולות איבער ברסלב מהו, די שיינקייט פון אידישקייט, און חומרות אין פסח.
אויך איז לעצטנס צוגעקומען אן אשכול איבער יואב'ס סיסטעם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו ליינען, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז מלא טעם וחן. ווער רעדט נאך אין מאחורי, דארט איז ער מגלה טפח מגדלתו במדת אהבת ישראל, ויראתו, צדקתו, וחכמתו.
you are the man, and we love you dearly.
אט אזוי!
אייזן געזאגט. און ברסלב אבי געהאקט, דו האסט מער חסידים נאמנים פון אסאך פון די משפיעים אויסגערעכענט. קאווע שטיבל׳ס סטאקס גייט נאר ארויף מיט יעדע תגובה דיינע. אשרנו שזכינו לחסות בצל כנפיך! יעדע תגובה מלא אהבת ישראל, אהבת השם, ואהבת התורה. מלא חסידות ויראת שמים טהורה. א שטאלץ אין א פראכט דיר צו האבן דא. (שוין אפגערעדט פון דיינע ידיעות וועלכע העלפן אסאך אידן דא הנזקקים לכך)