משפיעים און זייערע השפעות!
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
מורינו הרב האט געשריבן:שלמה הלברנץ פון לב טהור
אליעזר ברלנד פון שובו בנים (באלאנגט צווישן די ברסלב'ער משפיעים)
מתמידים (געדענק שוין נישט די נאמען פון זייער מנהיג)
אצינד דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן בעצם איבערגענומען חסידות'ער, אבער וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? - זיי פירן דאס ממש אויף אן אייגנארטיגע נוסח, מיט א טעם פון זיך אליין, און ציען ציה פיל פרעמדע, א שטייגער ווי ביידע סלו(א)נימע רבי'ס בדורינו, וואס ציען ביידע פרישע מענטשן פון די גאס, און ביידע זענען משפיעים אויף זייער וועג, און שטארק כאראזמיטיש.
דעמאלס קענסטו אריין רעכענען די אדמורים פון שומרי אמונים, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, מבקשי אמונה, וואס בשורשם איז דאס געוועהן א חבורה וואס איבער זיין איז געשטאנען זייער משפיע הצדיק רבי אהרן ראטה, וואס מ'פלעגט דאס אנרופן "די רעב אראלאך".
איזה חכם הרואה את הנולד, איך זעה די אייניקלעך פון רבי יואל ראטה אלס ערשט קלאסיגע אדמורי"ם, היות ווען ר' יואל גייט זיין א בן תשעים גייט ער שוין אויך האבן די זילבערנע כלים, אין גייט זיין בימין די "זקן המשפיעים", היות כהיום איז ער פון די יונגסטע, אוי גייט דער "משפחה" מאגאזין האבען א לענגס און א ברייט אין זייער גליון מיוחד און דער פסח אויסגאבע, כ'דארף נאר ווארטן מיט געדולט אסאך לאנגע יארן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
לעיקוואד איך בין נישט אזוי קלאר מיט וואס דו זאגסט.
ווען רבי מאטל זאגט אז חסידות איז אן ענף פון תורה האט עס גארנישט מיט רב הוטנער אדער מיט די ליטע. נאר תורה איז תורה און חסידות האט מען אויך געגעבן ביים בארג סיני.
ו
וען דער שפת אמת זאגט א חידוש און הל' קומץ המנחה מיינט ער עס אויך נישט אויף הלכה למעשה. נישט יעדע חסיד לערנט נאר קיצור שלחן ערוך. און פונקט ווי די ליטווישע האבן מיר גענוג סיבות צו לערנען אפילו ס'איז נישט להלכה, המאור שבה, תורה תבלין, די פשוט'ע ידיעות התורה, און די מער קאמפליצירטע שמותיו של הקב"ה וקוב"ה ואורייתא חד.
אבער לפי הבנתי טענה'ט ער נאר דאס אויף דעם היתכן אז מ'פרעגט אים בכלל אזא שאלה און נישט פאר רבי אשר אריאלי.
זיין עיקר טעם פארוואס ער לערנט פאר חסידות איז ווייל ער האלט אז באופן סגולה דערהייבט עס א מענטש מער ווי אנדערע חלקי התורה. אביסל אויפ'ן חבד'סקער מהלך אז מ'טוט זיך אריין אין העכערס פאלט שוין אנדערע זאכן אוועק ממילא.
ווי אויך זאגט ער אז מ'זעט ווי די גאנצע תורה שטימט ברענגט עס אמונה.
און ווי אויך זאגט ער קלאר אז דער משכיל קען און זאל ארויסנעמען פון יעדע שמועס די חלק הנוגע לעבודה, און ס'איז נישט נאר געזאגט, ער האלט באמת אז ווען ער זאגט א ביאור אז דער ענין פון יקוו המים איז דער ענין פון השבת אבידה וואס דרכו של איש לחזור אחר אבידתו און וועגן דעם איז א זקן פטור ווייל אברהם זקן בא בימים מיינט וכו', קען מען פון דעם ארויסנעמען עפעס למעשה.
גראדע איז ער אויפריכטיג און זאגט אויך אז ער לערנט חסידות ווייל דאס קען ער און ממילא איז ער דאס מחשיב, דוגמת א ת"ח וואס איז מחשיב תורה ודוק, נאר ער לייגט אוועק דעם חשבון ווייל ער האלט באמת אז מ'דארף לערנען חסידות.
מהיכי תיתי אז ער איז נישט מחשיב הרב הוטנער עכ"פ ווי רבי יעקב קאמענצקי, און מהיכי תיתי אז ער האט עפעס מער הערכה צו זיין תורה ווי צו אים אליין, ער ניצט עס און הערט עס ווייל ער גלייכט עס.
ביים טאנצן איז מיר קלאר אז ער טראכט די זעלבע ווי א גאנצן טאג,ער איז מחדש בנינים אין חסידות פון זיין ענדלאזן מעיין המתגבר.
מיט דעם איז זיין קאפ פארנומען א גאנצן טאג! ער זאגט עס קלאר, און פארלאנגט עס פון אנדערע. מן הסתם קוקט ער עס אן אז דער חזון איש ליגט אין תוקפו כהן, און ער אין די סוגיא פון להט החרב המתהפכת שזהו ענין וחרב פפיות בידם שזהו ענין החצוצרת וכו'.
שושן פורים האט ער נאכגעזאגט א תורה וואס איז אים איינגעפאלן אין מקוה, ס'משמע אז יחודים איז נאר לעיתים כאצל הנענועים ובשעת התפלה וכדו'.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בקיצור.
תורה. אמת סדא מקורות און סיבות צו לערנען אפילו נישט למעשה וכו'. אויך די ליטווישע מהלך האט מקורות און איז נישט געבוירען פון די לופט. אבער דער נוסח און סגנון איז דירעקט ליטוויש. סדא אזא מין שמעק וואס דאס האט וואס דאס איז ליטוויש. נישט אז דאס איז שלעכט. סאיז נאר די מציאות. אז די סארט קוק אויף תורה וחשיבותה ווי ער רעדט איז א ליטווישער נקודה.
אין קיין שום חסידישע קרייז ביז עם איז נישט געווען אזא מין זאך אנקוקען חסידות ווי א סוגיא. אויך נישט אין חב"ד. און די סיבה פון סגולה וכו' זאגט ר' מאטל בפירוש אז דאס איז בעיקר לגבי ספרים ווי נועם אלימלך קדושת לוי וכו'. משא"כ דאס וואס ער רעדט איז בעיקר מסביר זיין ענינים אין תורה וכן שאר הטעמים שהבאת וכו'. אויך איז דא אין דעם קדושה וסגולה אבער הצד השווה איז דער קוק און דער שמעק איז גראד פון תורה ודעת ארויס.
איך ווייס דירעקט אז ער איז נישט מחשיב רב הוטנר אישית, נישט מהשערה. ר' יעקב קמינצקי איז ער אביסעל מער מחשיב.
אויב טראכט ער פשוט זיינע תורות ביים טאנצען, וואס איז די גאנצע מצב וואס ער מאכט פון דעם, פאר טראכטען תורות דארף מען נישט טאנצן מיט פארמאכטע אויגן כאילו מפילט אין הימל. קען זיין סאיז אמת, און סאיז אוודאי אמת אז רוב טאג טראכט ער דאס. אבער אויב אזוי אז שווער וואס איז די מצב פון דעם.
הערת אגב, דאס וואס ער זאגט אז מזעהט די תורה שטימט אזוי ברענגט דאס אמונה וכו'. איז ביי מיר צע"ג. ווייל סוף כל סוף שטימען זיינע תורות נישט מער ווי א געלונגענע בדחן. סאיז דאך אלץ דרוש ורמז, און יעדער בעל כשרון קען דאס מאכען און צאמשטעלן וועלכע הודו מיט כוש מוויל און סזאל שטימען הערליך. סזעהט מיר אויס אז ער כאפט נישט דער פשוטער זאך אז רוב פון זיינע תורות זענען נישט מער פון געלונגענע בדחנות וואס איז נישט מוכיח גארנישט.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך מאך קלאר: עס איז דא אזא מין זאך פון א נוסח, א שמעק. וואס דאס איז נישט אזא מין זאך וואס מקען אזוי אנווייזען די מקור און מיט וואס איז עס אנדערש פון א צוייטער שיטה וכו'. (מקען יא, אבער דאס פאדערט אסאך יגיעה און העמקה מסביר צו זיין). ועם כל זה ווער עס קען דער מציאות און האט א חוש צו דעם וייסט קלאר אז דאס איז צוויי באזונדערע זאכען און קען גלייך זעהן וואס איז נשפע פון וואס וכו'.
א משל, וואס איך האב געהערט פון ר' מאטל. חסידות האט מדגיש געווען שמחה, אבער דאס מיינט נאכנישט אז אין אנדערע פלעצער איז נישטא קיין שמחה, אדער אז דו וועסט טרעפן א מקור אין א פריערדיגע ספר וואס פאמפט שמחבה האט ער שוין געזאגט דער חסידישע נקודה. ווייל דאס איז חסידישע שמחה, נישט סתם שמחה. און אויך אין חסידות אליינס, איז נישט דומה למשל שמחה אין סטאלין ביז שמחה אין אמשינוב ביז שמחה אין ברעסלעב, דריי פלעצער וואס רעדן שטארק פון שמחה, און דאך ווער עס קען זיי וייסט אז דאס איז דריי אנדערע סארט שמחה איינגאנצן. א מבין קען זיך זעצן מסביר זיין די חילוקים בעומק פאעטיש און פילאסאפיש, אבער ווער עס כאפט נישט דער שמעק פון וואס מרעדט וועט אלעמלא בלייבן מיט קשיות אז ער פארשטייט נישט די חילוק.
ממילא, אז ר' מאטל טענה'ט חסידות איז אויך א חלק פון תורה וואס איז געגעבן ביי הר סיני און מדארף עס לערנען פונקט ווי אלע חלקי התורה, מכל מיני טעמים. אמת דער סברא האט ער נישט מחדש געווען און סדא מקורות און השוואות וכו'. דאך איינער וואס קען דער קאנטעקסט דער היסטאריע וכו' הערט דא קלאר א ליטווישע השפעה. די אנצע בליק אויף תורה אליינס אז דאס דארף מען לערנען און פארשטיין איז שוין א ליטווישע בליק. אמת סדא מקורות און מאמרי חז"ל וכו'. אבער דער סארט נוסח און התייחסות איז קלאר א זאך וואס איז נולד געווארן אין וואלאזשין וכו'.
מקען רעדן מער פון תורה אליינס, למשל סיי די ליטווישע זענען מדגיש תורה, סיי למשל קלויזענבערג, סיי לעלוב, סיי סאטמער, וכו'. יעדער איינער פאמפט די תורה און רעדט פון די בלאט גמרא. איז דאך נאכאלץ קלאר פאר א מבין אז דער בלאט גמרא פון ואס דער אמשינאבער רבי רעדט איז בכלל נישט דער בלאט גמרא פון וואס דער חזון איש רעדט. (איך טראכט אפשר ר' מאטל אליינס כאפט דאס נישט, וויבאלד ער איז מחונך פון דער כלאיםדיגע ליקוטדיגע מהלך פון תורה ודעת ר' שרגא פייבל ר' גדליה הרב וואלפסאן, וואס זיי אלע פעלט דער הבנה).
א משל, וואס איך האב געהערט פון ר' מאטל. חסידות האט מדגיש געווען שמחה, אבער דאס מיינט נאכנישט אז אין אנדערע פלעצער איז נישטא קיין שמחה, אדער אז דו וועסט טרעפן א מקור אין א פריערדיגע ספר וואס פאמפט שמחבה האט ער שוין געזאגט דער חסידישע נקודה. ווייל דאס איז חסידישע שמחה, נישט סתם שמחה. און אויך אין חסידות אליינס, איז נישט דומה למשל שמחה אין סטאלין ביז שמחה אין אמשינוב ביז שמחה אין ברעסלעב, דריי פלעצער וואס רעדן שטארק פון שמחה, און דאך ווער עס קען זיי וייסט אז דאס איז דריי אנדערע סארט שמחה איינגאנצן. א מבין קען זיך זעצן מסביר זיין די חילוקים בעומק פאעטיש און פילאסאפיש, אבער ווער עס כאפט נישט דער שמעק פון וואס מרעדט וועט אלעמלא בלייבן מיט קשיות אז ער פארשטייט נישט די חילוק.
ממילא, אז ר' מאטל טענה'ט חסידות איז אויך א חלק פון תורה וואס איז געגעבן ביי הר סיני און מדארף עס לערנען פונקט ווי אלע חלקי התורה, מכל מיני טעמים. אמת דער סברא האט ער נישט מחדש געווען און סדא מקורות און השוואות וכו'. דאך איינער וואס קען דער קאנטעקסט דער היסטאריע וכו' הערט דא קלאר א ליטווישע השפעה. די אנצע בליק אויף תורה אליינס אז דאס דארף מען לערנען און פארשטיין איז שוין א ליטווישע בליק. אמת סדא מקורות און מאמרי חז"ל וכו'. אבער דער סארט נוסח און התייחסות איז קלאר א זאך וואס איז נולד געווארן אין וואלאזשין וכו'.
מקען רעדן מער פון תורה אליינס, למשל סיי די ליטווישע זענען מדגיש תורה, סיי למשל קלויזענבערג, סיי לעלוב, סיי סאטמער, וכו'. יעדער איינער פאמפט די תורה און רעדט פון די בלאט גמרא. איז דאך נאכאלץ קלאר פאר א מבין אז דער בלאט גמרא פון ואס דער אמשינאבער רבי רעדט איז בכלל נישט דער בלאט גמרא פון וואס דער חזון איש רעדט. (איך טראכט אפשר ר' מאטל אליינס כאפט דאס נישט, וויבאלד ער איז מחונך פון דער כלאיםדיגע ליקוטדיגע מהלך פון תורה ודעת ר' שרגא פייבל ר' גדליה הרב וואלפסאן, וואס זיי אלע פעלט דער הבנה).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
אבער לפי הבנתי טענה'ט ער נאר דאס אויף דעם היתכן אז מ'פרעגט אים בכלל אזא שאלה און נישט פאר רבי אשר אריאלי.
און ספאלט עם נישט איין אז טאקע אויף ר' אשר אריאלי איז דא דער זעלבער קשיא, און אפשר נאך שטערקער. ובפרט על פי חסידות (עי' הקדמות החוה"ל, מס"י, צוואת הריב"ש).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
היימישער ליטוואק, קענסט מאכען מיט די אויגען און די הענט פון היינט ביז מארגען, עס וועט נישט טוישען קיין מציאות.
קען זיין אז די אלע פארשטייען יא, נאר זיער שיטה איז סייווי צו מאכען א נייע רעסיפי וואס איז משלב די גוטס פון יעדער שיטה כפי ראות עיניהם. דאס איז גאנץ א גלייכע מהלך, אפילו אויב נאר פארדעם אז עס זאל אועוקנעמן אבביסעל שנאת חנם און אני ואפסי עוד. מקען זעהן אין ר' יהושע געלדצעהלער'ס ספר וואס ער ברענגט פון זיין שווער הרב דעסלר וועגן דעם.
דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
קען זיין אז די אלע פארשטייען יא, נאר זיער שיטה איז סייווי צו מאכען א נייע רעסיפי וואס איז משלב די גוטס פון יעדער שיטה כפי ראות עיניהם. דאס איז גאנץ א גלייכע מהלך, אפילו אויב נאר פארדעם אז עס זאל אועוקנעמן אבביסעל שנאת חנם און אני ואפסי עוד. מקען זעהן אין ר' יהושע געלדצעהלער'ס ספר וואס ער ברענגט פון זיין שווער הרב דעסלר וועגן דעם.
דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
א פערזענליכער ייש"כ פאר הרב לעיקוואד פאר'ן זיך אריינלייגן אין די לענג און אין ברייט כיד ה' הטובה עליו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואוד האט געשריבן:דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.

האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
פארוואס איז עס נאנסענס? ווייל דו האסט אן אמונה אז זיי ווייסען אלעס? וייז מיר ערגעץ וואס דו זעהסט אז רצ"מ אדער רמ"ו פארשטייט דאס וואס איך האב מסביר געווען.
דאס איז זיכער אז זייערע תלמידים האבען נישט קיין השגה בכלל אז סדא א חילוק.
און איך מיין אז ווער ספארשטייט ווייסט אז צו משלב זיין אלע איז א זיך צו דינגען מיט אלע און מאכען א נייע שיטה פון pick and choose , נישט צו גלייבען אין אלע ווי רצ"מ און רמ"ו מיינען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד האט געשריבן:דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
מצטרף צום ווערטל, אבער מחולק מיטן תוכן. פ"וו נעמסטו אז ער כאפט נישט. ער כאפט שוין איינמאל!
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך זע אז די גדולי המשפיעים דבית הקפה רעדן מיט אזא זאפטיגקייט, די השפעות רינט פון אלע זייטן, און איך שטיי אין א זייט שעמעדיג, איך האב מורא אויפצוהייבן דעם קול, נישט ווייל איך בין אן עניו, אדרבה, ווער ס'קען מיר ווייסט אז איך ארבעט גאר שווער אויף די געהויבענע ענינים פון בשבילי נברא העולם און גדלות האדם. נאר עס איז פשוט אן ענין פון במופלא ממך אל תדרוש, די משפיעים געשעפט איז א סוגיא וואס איך האב נישט ארויס ביז'ן היינטיגן טאג. מיט מיין קוצר הבנתי און עומק המושג בין איך א בער ולא אדע, איך שפיר נישט די השפעות וואס גיסן זיך פון די משפיעים, איך שטיי, איך קוק, איך זוך, אפשר דאך, אפשר פאלן זיי אין א זייט, איך צי אויס מיין האלז און איך עפן מיר דאס מויל אז די השפעות זאלן קענען אריינגיסן, איך פארמאך די אויגן, איך פארקנייטש מיר דאס היטל, איך קנייטש עס אויף, איך שעטל זיך אויפקן קאפ כדי מיין פנים זאל ווערן בלאס און מאגער, אבער די השפעות ווילן נישט קומען.
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?
אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?
אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
האדם לא נברא אלא להתענג
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד האט געשריבן:דאך קומט ארויס פון דעם אמאל אבסורדישע זאכען ווי למשל רצ"מ זילבערבערג וואס דערמאנט בנשימה אחת דער נפש החיים חפץ חיים דברי חיים שפע חיים שפתי חיים, און כאפט ניטאמאל אז ער האט יעצט געמאכט אזא ריזן עושה שלום במרומיו אן אפילו וויסען אז קיין איינע פון די ווערטלעך שטימען נישט מיטן צווייטען.
אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
איך מיין אז אסאך פון די משפיעים זוכן נישט דווקא די שמועות פון די פריערדיגע לרדת לעומק דעתם, אדער צו שרייבן א טיזיז איבער זייער מהלך, נאר ליבערשט זיי זאגן שיינע רייד און קנייטשן עס אריין אין זייערע רייד אלס א אילן להחנק בו, גענוי ווי די אלטע בדחנים אויף חיים מענדל'ען, דעריבער איז נישט קיין פראבלעם אז רצ"מ מישט רבי חיים וויטאל מיט רבי ישראל דוד הארפענעס, רבי יהודא ארי ממודינא מיט רבי הילל קאלאמייער
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:אודה ולא אבוש, איך בין נ
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
וויאזוי דער עולם פון קאווע שטיבל ווערט נשפע פון המשפיע מלעיקוואד פארשטייסטו?
בערך אזוי ארבעטן אלע משפיעים, יעדער אויף זיין אופן און וואס ער האט ליב צו הערן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
לעיקוואד האט געשריבן:[
וויאזוי דער עולם פון קאווע שטיבל ווערט נשפע פון המשפיע מלעיקוואד פארשטייסטו?
בערך אזוי ארבעטן אלע משפיעים, יעדער אויף זיין אופן און וואס ער האט ליב צו הערן.
וואס איז די קשר? דער לעיקוואדער משפיע איז טויזנט מאל רייכער, דער לעיקוואדער משפיע האקט נישט בלויז צוזאם שפע חיים מיט נפש החיים, נאר אויך רבי מיכלע נתניה מיט סרן קירקגור, יצחק לעבאוויטש מיט עמנואל קאנט, רבי יצחק זילבערשטיין מיט קאנפיוצעס, דער איזביצער מיט זיגמונד פרויד
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געמיינט נאר א משל, אזויווי מקען פארשטיין אז סדא מענטשען וואס האבען ליב משלב זיין ויואל משה מיט כה אמר זרתוסטרא, וואס זיי ווערן לעיקוואדער חסידים, איז דא וואס האבען ליב משלב זיין שפע חיים מיט שפתי חיים, און זיי פארען צו אחד מחבורת נחלת יעקב.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אודה ולא אבוש, איך בין נ
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
וויאזוי דער עולם פון קאווע שטיבל ווערט נשפע פון המשפיע מלעיקוואד פארשטייסטו?
בערך אזוי ארבעטן אלע משפיעים, יעדער אויף זיין אופן און וואס ער האט ליב צו הערן.
פון לעיקוואוד ווערט קיינער נישט מושפע, אויב דו זאגסט א זאכליכע זאך וועט מען דיר אויסהערן און אננעמען, אז נישט וועט מען געבן א ציה מיט די פלייצע און גיין ווייטער. כמודמה לי אז משפיעים ארבעטן נישט אויף דעם זעלבן אופן.
האדם לא נברא אלא להתענג
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, די אלע וואס טוהן דורך די פארשידנע שיטות און מהלכים, ווייסן בעסער די חילוקים און אינטערשידן פון איינעם צום אנדערן. דאס האט גארנישט מיט זייער שיטה אז מ'דארף דאס קאמבאנירן און משלב זיין ביים זאגן תורה און ביים לערנען. אבער צו זאגן אז רצ"מ פארשטייט נישט אדער אז רמ"וו פעלט די הבנה איז נאנסענס.
פארוואס איז עס נאנסענס? ווייל דו האסט אן אמונה אז זיי ווייסען אלעס? וייז מיר ערגעץ וואס דו זעהסט אז רצ"מ אדער רמ"ו פארשטייט דאס וואס איך האב מסביר געווען.
דאס איז זיכער אז זייערע תלמידים האבען נישט קיין השגה בכלל אז סדא א חילוק.
און איך מיין אז ווער ספארשטייט ווייסט אז צו משלב זיין אלע איז א זיך צו דינגען מיט אלע און מאכען א נייע שיטה פון pick and choose , נישט צו גלייבען אין אלע ווי רצ"מ און רמ"ו מיינען.
ווען דו לערנסט אדער הערסט א שיעור, בלענדטסטו נישט צוזאם דעם פיליזאפיש גענויגטן רמב"ם הספרדי מיט דעם פראנקו-דייטשן רש"י צוזאמען מיט דעם גאליציאנעם מנחת חינוך און א ליטווישן שאגת אריה? פילסט א סתירה? היינט איז יום הרמב"ם, ווען מ'מעג רעדן נאר פון דעם רמב"ם, ר' אברהם בנו, חכמי לוניל ביז דעם ראגאצ'ווער און רב קאפח - מארגן איז יום ליטא, נאר פון דעם מהרש"ל, שאגת אריה און גר"א ביז ר' מתתיהו שטראשון מיט רב ריינעס, ר' חיים עוזר און דעם חזו"א. און אזוי ווייטער.
יו געט מיי פאינט?
מיר לעבן היינט - אין זייערע אויגן - אין א פאסט-אחרונישע תקופה ווען די חילוקים אין צוגאנג און אין שפראך איז נישט אזוי וויכטיג און צענטראל. בפרט, אז מלערנט דאס אויף למעשה, ארויסצונעמען הוראות מוסריות וחסידיות איז דאך באמת נישט קיין חילוק צו דאס איז ר' חיים פאלאג'י צו ר' חיים צאנזער אדער ר' חיים בריסקער, אלע זאגן דאך צו דינען דעם זעלבן גאט נאר זינגען דאס מיט אן אנדערן ניגון.
פון דא ביז זאגן אז זיי כאפן דאס נישט, איז אזוי ווי זאגן אז איינער וואס הארוועט אין גמרא תוספות מיט ראשונים ואחרונים בהבנה, כאפט נישט די פארשידנארטיקע דרך הלימוד'ס וואס זענען פאראן.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קודם כל, יא, זייער אסאך לומדים, מסתם רוב כאפען בכלל נישט, אז דער רמב"ם האט אנגעקוקט זאכען אינגאנצען אנדערש ווי דער שאגת אריה, און אז רוב פשעטלך פון ר' חיים בריסקער אינם רמב"ם האבן בערך אזויפיל צוטוהן מיטן רמב"ם ווי לאקשן קוגל מיט א תימנישער סחוג. זייער אסאך היינטיגע פשעטלך און מהלכים און נגלה זענען ווייט פון אויסגעהלט גלייך און יושרדיג טאקע וועגן דער קוגל רעסיפי.
קל וחומר אין נושאים ווי עס זענען פאראן הימל שרייעדיגער חילוקים, וואס איז ממש אוממעגליך צאמצושטעלן, וואס צו מאכען פון אלעס איין קוגל וייזט אויף אביסעלע אם אין דעת הבדלה מנין.
אמת, סאיז אפשר א שיינער מהלך צו זיך נישט וויסענדיג מאכען פון חילוקים און נעמן האמת ממי שאמרו. איז אבער דא לענ"ד א גרויסער חסרון אין דער וועג וואס די מענטשען טון דאס. עס איז איין זאך צו זאגען אמת אין הרמב"ם קרב אל הריטב"א ולא רש"י אל הפני יהושע, און דאך קענען מיר לערנען אלע און אליינס פארשטיין וויאזוי אנצורעכטן דער טשולענט. עס איז אבער אינגאנצן א צוייטער זאך צו זאגען אז לעולם האבען אלע רשונים און אלע אחרונים מסכים געווען צו דער מהלך פון אמונת ישראל. דאס ברענגט נישט קיין שלום און הבנה צו פלורליזם אין יידושקייט נאר פארקערט, מאכט אויסזעהן כיאלו סאיז נאר דא איין לעגיטימישער מהלך מאז ומעולם. וואס דאס איז פונקט פארקערט פון אסא מער א שכלדיגער און ריכטיגער מהלך צו מכיר זיין אז סאיז בכלל נישטא קיין איין מהלך אין יידושקייט וואס אלע זענען מסכים, און לויטן רמב"ם איז דער אריה"ק געווען אן עובד עבודה זרה, און לויטן רמ"ק איז דער רלב"ג געווען אן אפיקורס. דאך קענען מיר היינט געבן לעגיטימאציע פאר אלע און אננעמען פון יעדער איינער וואס שמעקט אונז.
קל וחומר אין נושאים ווי עס זענען פאראן הימל שרייעדיגער חילוקים, וואס איז ממש אוממעגליך צאמצושטעלן, וואס צו מאכען פון אלעס איין קוגל וייזט אויף אביסעלע אם אין דעת הבדלה מנין.
אמת, סאיז אפשר א שיינער מהלך צו זיך נישט וויסענדיג מאכען פון חילוקים און נעמן האמת ממי שאמרו. איז אבער דא לענ"ד א גרויסער חסרון אין דער וועג וואס די מענטשען טון דאס. עס איז איין זאך צו זאגען אמת אין הרמב"ם קרב אל הריטב"א ולא רש"י אל הפני יהושע, און דאך קענען מיר לערנען אלע און אליינס פארשטיין וויאזוי אנצורעכטן דער טשולענט. עס איז אבער אינגאנצן א צוייטער זאך צו זאגען אז לעולם האבען אלע רשונים און אלע אחרונים מסכים געווען צו דער מהלך פון אמונת ישראל. דאס ברענגט נישט קיין שלום און הבנה צו פלורליזם אין יידושקייט נאר פארקערט, מאכט אויסזעהן כיאלו סאיז נאר דא איין לעגיטימישער מהלך מאז ומעולם. וואס דאס איז פונקט פארקערט פון אסא מער א שכלדיגער און ריכטיגער מהלך צו מכיר זיין אז סאיז בכלל נישטא קיין איין מהלך אין יידושקייט וואס אלע זענען מסכים, און לויטן רמב"ם איז דער אריה"ק געווען אן עובד עבודה זרה, און לויטן רמ"ק איז דער רלב"ג געווען אן אפיקורס. דאך קענען מיר היינט געבן לעגיטימאציע פאר אלע און אננעמען פון יעדער איינער וואס שמעקט אונז.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
רי"מ ורצ"מ
כ'האב נישט יעצט די מוחין צו אריינרעדן, מיין טוש וואס ווארט אויף מיר ווערט שוין קאלט.
איך האב איך אראפגעשריבן עטליכע נאטיצן מיט וואס ווייטער צו ציען מיינע 15 מינוט פון רימע וואס כ'האב מיך דא אזוי אומערווארטערט איינגעהאנדלט, ממילא העלין מיר גייען אביסל ווייטער, און האפנטליך מארגן וועלן מיר צוריקקומען צו דעם שטיקל זאווארוכע דא. כ'על פרובירן זיך צו האלטן אביעקטיוו לויט די ראט פון מיין ברודער ציטראןזאפט.
1. רבי יצחק משה ערלאנגער.
דער משגיח אין רחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, דער מחבר פון די אמאל פאפולערע קונטרסים 'חסידות אויף פארשידענע נושאים מיט בלויע דעקלעך.
זיינע קונטרסים זענען זייער ווארעם געשריבן מיט אסאך ענערגיע, אבער מאכן נישט קיין סאך קלוגער אבער דעם מיליאן דאלער פראגע חסידות מהו?
ער איז א איד וואס פרובירט אריינצוברענגען זיין עבודה למעשה און שב"ק עסט ער 10 ערליי דיפס מיט פארשידענע גוונין מכוון כנגד די עשר ספירות. אודאי זעט ער אז די גרינע באבאגאנאש זאל גובר זיין אויף די רויטע טאמאטא דיפ.
(זיין פעטער אדער ברודער רבי סנדר האט הערליכע ספרים בעניני מאחורי וואס כ'האב אמאל געזען פארקויפן אין מונקאטש און איך זיך עס שוין לאנג. לעיקוואד, דו ווייסט פון וואס איך רעד?)
2. ר' צבי מאיר זילבערבערג.
אים קען יעדער און ס'איז נישטא קיין סאך וואס מוסיף צו זיין.
ער איז אן אמעריקאנער יונגל און א תלמיד פון ישיבה אף סאוט פאולסבורג וואו ער האט פלייסיג געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגרח"א ממונקאטש, הגר"א מבעסערמין, הגר"א זצ"ל מגעלטצעלער (ביז ער איז געפלויגן), און נאך.
א איד אן עובד ה' וואס ווארפט זיך ביים דאווענען ווי השרף מסטרעליסק.
אויך זיין חבורה איז נישט געגרינדעט געווארן מיט אים בראש, נאר מיט דער צייט האט מען געזען אז ער זאגט די בעסטע (קענסטוך שוין פארשטעלן...) און ער איז געווארן ראש החבורה.
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.
ער איז אמאל געווען שטארק פאפולער און טויזנטער אידן פלעגן זיך צוזאמענקומען אים הערן דאהי. ס'האט נאכגעלאזט און ער קומט שוין ווייניגער.
לעיקוואד האט שוין דערמאנט אז אין זיינע ספרים איז אלעס איינס, און מיט'ן בעסטן ווילן פארשטיי איך נישט פשט וויאזוי א מענטש מיט אינטעלעקט קען אזאנס באווייזן.
מיין באבע שתחי' ליינט זיינע שיחות סעריע, זי טענה'ט אז ער זאגט איבער די זעלבע טויזנט ווערטער יעדע 10 מינוט.
יש אומרים אז ער איז די לב פון כלל ישראל און רבי מאטל דער מוח. און יעצט וועלן מיר געבן אייניגע מאמענטען פאר הרב לעיקוואד צו פארדייען דעם נארישן סטעיטמענט.
יאיר איז מיסאינפארמד און זיין פרוי איז העכסט נארמאל. ווי אויך זיינע קינדער. זיי גייען אפילו באוטינג מיט די מענער. זי איז א טאכטער פון הרב שווייצער פון תורה ודעת, און האט געוויסע תקופות אין לעבן שווער אויפגענומען איר מאנס ווערטשאפט, ביז זי האט ענדגילטיג געזען אז ס'ברענגט א באדייטענדע פינאנציעלע הרחבה.
אני הקטן האט געהאט די זכי' צו זען ווי ער הייבט אריין פון זיין רעבעצין בין תנור לכיריים. ס'איז געווען א מחזה הוד. ער איז געשטאנען און אויסגעהערט מיט א געוואלדיגע הכנעה, און מיר אלע וואלטן זיך געקענט לערנען דערביי פון זיין עבודת המידות. דא וועט שמעקעדיג לייקן, ורוח הקודש נזרקה.
און מיט דעם איז לעיקוואד כשר גערעכט אז פון ליינען די המודיע ווערט מען א ת"ח. אויב איך קוק נאר אריין אין א ספר אפילו פאר 15 מינוט פאר א יו"ט קוועלט מיין שווער פון מיין ברייטע גאונות און בקיאות. א מענטש פארציילט נאר וואס ער ווייסט און וואס ער ווייסט נישט ווייסט נאר ער, און אויך נישט אלעמאל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.