דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גנדי האט געשריבן:אויב קוקט מען נאר פון דער אייבישטערס פרעספעקטעוו. פון וועלעכן אינדיג האט דער אייבישטער מער נחת רוח? פון די אינדיק און ישיבה מיט די כאלאט, הוט און פיאות וואס פארט ארום די וועלט? אדער פון די אינדיג וואס גייט מיט אן אפגעשניטענע בארד. גייט א שווארצע כאלאט. פארקויפט אין 7/11 אבער ווארט און האט ליעב שבת קודש?
.

איך האף אז דער אייבערשטער לאזט זיך נישט אריין אין די גאנצע אינדיג סומאטאכע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מען טענה'ט זיך און מען טענה'ט זיךת און מען קימט אלס ציריק צו די זעלבע טענות,

די נישט פרימע שרייען מיר ווילן לעבן א חיי הפקר, אפי' אונעם סאמען הייליגן שטעטל,
און די פרימע שרייען מער ווייניגער שיגץ ארויס, גייט אייך וואו די אויגן טראגן אייך, און קריכט אראפ פון אינז, און חאזט איינז לעבן אונזער לעבן, און קריכט אראפ פון אינז, לאזט אונז לעבן אונזער לעבן, און מיר לאז אייך לעבן לעבן אייער לעבען, והכול על מקומו יבוא בשלום......
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

קאך_לעפל האט געשריבן:מען טענה'ט זיך, און מען טענה'ט זיך, און מען קימט אלס ציריק צו די זעלבע טענות,

די נישט פרימע שרייען מיר ווילן לעבן א חיי הפקר, אפי' אונעם סאמען הייליגן שטעטל,
און די פרימע שרייען מער ווייניגער, "שיגץ ארויס", גייט אייך וואו די אויגן טראגן אייך, און קריכט אראפ פון אינז,
און לאזט איינז לעבן אונזער לעבן, און קריכט אראפ פון אינז, לאזט אונז לעבן אונזער לעבן, און מיר לאז אייך לעבן לעבן אייער לעבען,
והכל על מקומו יבוא בשלום......
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קאך לעפיל, איך פארשטיי נישט וואס איר האט מוסיף געווען אינעם צווייטן הודעה מער ווי אינעם ערשטן, מיין שאלה ווערט נאר שטערקער נאכן זעען יואליש לייקן דוקא דעם צווייטן הודעה און נישט דעם ערשטן, עם איי מיסינג סאמטינג?
און אז מען רעדט שוין, דו באקלאגסט דיך אז מען מאכט שוין חזרה, און דו מאכסט חזרה פון ביידע נקודות אבער דו פרעזענטירסט נאר איין צד וויל איך דא בקיצור מאכן חזרה פינעם צווייטן צד, דהיינו אז עס מאפט זיך נישט אזוי גרינג אוועק פון א פלאץ ווי מען איז אויפגעצויגן געווארן און עס וואוינען דארט משפחה חברים וכו'.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

קיינער זאגט נישט אז אוועקמופן איז גרינג, אבער פארוואס עפעס זאל דער רוב אוועקמופן צוליב איינצעלנע וואס האבן מחליט געווען צו משנה זיין? עס איז נישט מער ווי קאמאן סענס, כל המשנה ידו על התחתונה...
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך בין נישט געקומען איבער חזר'ן דעם גאנצע סומעטאכע אפילו מיט אזא חשובע שרייבער ווי אייך הרב דאט קאם, כ'האב סך הכל מעורר געווען דעם קאך לעפעל אז ווען מען מאכט א חזרה און א סך הכל ברויך מען עס מאכן יושר'דיג.
און אויף דיין טענה פון כל המשנה, עיין באריכות און די פריעדיגע תגובות, די חברה האלטן אז קיינער דארף נישט אוועקמאפן נישט דער מיעוט און נישט דער רוב.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך האלט גראדע אז ערשט די מיעוט מעג נישט אוועקמופן, נישט ווייל איך געב זיי גערעכט נאר פשוט אויף אנצוהאלטן דעם באלאנס אקעגן די ראדיקאלן און עקסטרעמיסטן, די יעניגע פאוער הונגעריקע משתלטים, אלס א קר"י איינוואוינער בין איך עדות צו די אומצאליגע פרישע גזירות וואס די חברה טרעפן אלס אויף איעדן מאנטיג און דאנערשטיג, (ובפרט אויף קינדער אין מוסדות), ווען סעם אינדיג פאלגט מיר ווען בלייבט ער דא און עפענט דא זיין שול צוזאמען מיט ליפא, וואלטן אונזערע נערוון רואיגער געווען, טענות אבער וואלט ער נישט געקענט האבן אויב רודפ'ט מען אויף די זאכן וואס איז אקעגן דעם מייסד'ס פרינציפן, לדעתי העניי'.

אזעלכע בעלי הצלת יוסף'ס (וואלדמאן) וואס זענען גרייט מוסר נפש צו זיין זיך מיט דער משפחה פאר'ן ציבור קומען נישט אראפ אזוי אפט.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

נישט גילטיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אביגדור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

Download link: Right click and save

שליחה דורך על המחיה »

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך בין נישט געקומען איבער חזר'ן דעם גאנצע סומעטאכע אפילו מיט אזא חשובע שרייבער ווי אייך הרב דאט קאם, כ'האב סך הכל מעורר געווען דעם קאך לעפעל אז ווען מען מאכט א חזרה און א סך הכל ברויך מען עס מאכן יושר'דיג.
און אויף דיין טענה פון כל המשנה, עיין באריכות און די פריעדיגע תגובות, די חברה האלטן אז קיינער דארף נישט אוועקמאפן נישט דער מיעוט און נישט דער רוב.

איך פארשטיי דיין טענה אז דער מיעוט האלט אז דער רוב קען בלייבן אפילו מיט זיי. אבער אויב גייט מען נאך רוב איז דאס אויך איינע פון די זאכן וואס דער רוב איז אומאיינשטימיג און האלט אז דער הנהגת מיעוט בעט יא אז דער רוב זאל אוועקגיין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז דאס ריכטיג אז זיי ריפען זיך ארטעדאקס?
ריכטיג מיינעך איד אמת אז זייער לייף סטייל פיט אריין אונטער ארטעדאקס גיידליינס?
איז שייך צי זאגן פונקט ווי ארטעדאקס היינט זעט אויס אנדערש ווי ארטעדאקס הונטדרעט יאר ציריק. דאס זעלבע קען זיי טענה'ן אז ארטעדאקס איוואלווד אויף זייער אויפן.
דרך אגב צי ביישינען דאס פלאץ ווי די קינד איז יונק חיות בימי אמו, איז דען מנוגד צי ארטעדאקס?
אדער ארומקוקן מיט א שמייכעל ביי תקיעת שופר אנשטאט אריין גולמן אונעם מחזיר ערנסטערהייט איז עפעס נישט ארטעדאקסיש. אדער קלאפן נאכן די תקיעות תי מערבב זיין דעם שטן?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מיר האבן נישט קיין מסורה אויף א רינגל במקום הטבור, משא"כ חח נזם וכומ"ז האבן מיר יא א מסורה.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הדד בן בדד האט געשריבן:
ר' שמחה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)

האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.

דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.

ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.

למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.

נישט נאר שקרים וכזבים, חלומות ודמיונות, נאר טייל פון די סאטמערע PR.


א גרויסער שקויעח ר' שמחה פארן דאס מעורר זיין. דאס איז שקר, שטותים און פערדעריי. דאס איז הוצאות שם רע אויף איד א צדיק תמים ונשגב, א תלמיד חכם און א בנן של קדושים, פון וועמען עס זענען געבליבן ערליכע אידישע דורות דא אויף די וועלט. עס איז נארישע סאטמארע פי אר, און עס איז נאריש ווייל עס זענען נאך דא היינט מענטשן ביי וועמען מען קען עס מברר זיין. און איך מיין נישט דעם רשע ושקרן הידוע זריעל גליק

יאפס, ביי די סאטמארע חזרים איז דאס פון די קלייניקייטען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

נולד מאוחר האט געשריבן:איז דאס ריכטיג אז זיי ריפען זיך ארטעדאקס?
ריכטיג מיינעך איד אמת אז זייער לייף סטייל פיט אריין אונטער ארטעדאקס גיידליינס?
איז שייך צי זאגן פונקט ווי ארטעדאקס היינט זעט אויס אנדערש ווי ארטעדאקס הונטדרעט יאר ציריק. דאס זעלבע קען זיי טענה'ן אז ארטעדאקס איוואלווד אויף זייער אויפן.
דרך אגב צי ביישינען דאס פלאץ ווי די קינד איז יונק חיות בימי אמו, איז דען מנוגד צי ארטעדאקס?
אדער ארומקוקן מיט א שמייכעל ביי תקיעת שופר אנשטאט אריין גולמן אונעם מחזיר ערנסטערהייט איז עפעס נישט ארטעדאקסיש. אדער קלאפן נאכן די תקיעות תי מערבב זיין דעם שטן?


מנהג בעלזא להכות כף על כף קודם מה נשתנה - איז דאס קעגן ארטאדאקס אידישקייט?

דוכט זיך מיר, מנהג חסידים בכל אתר ואתר צו קלאטשן ביי בואי בשלום מנוגד צו א קלארן שטיקעל ארטעדאקסישע שולחן ערוך...

ווי אזוי זאגט הרב רבי מיכאל וויינער? יעדער וועלט זיך זיינע מצוות און עבירות...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעהסט פונקט אין בעלז איז מען מקפיד נישט צו קלאטשן שבת טאקע מטעם יענע שו"ע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך אויך האט געשריבן:זעהסט פונקט אין בעלז איז מען מקפיד נישט צו קלאטשן שבת טאקע מטעם יענע שו"ע.


און פסח ביינאכט מעג מען קלאטשן?
You must be the change you want to see in the world
פשטידא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך פשטידא »

איך אויך האט געשריבן:יאפס, ביי די סאטמארע חזרים איז דאס פון די קלייניקייטען.


און וואס טוט זיך ביי די סאטמארע נישט חזירים? ביי זיי איז עס פון די גרויסיקייטן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:מיר האבן נישט קיין מסורה אויף א רינגל במקום הטבור, משא"כ חח נזם וכומ"ז האבן מיר יא א מסורה.

אבער א טייל פון די סחורה וואס דו רעכנסט אויס, קען מען נישט ארויפלייגן אויף יו. טוב. :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו קאך לעפל

שליחה דורך berlbalaguleh »

צווישן אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס איז דער פאקט אז די "נישט פרומע" האבן געברענגט ר' אביש'ל הורוויץ קיין קראלע. איך האב איין וואונטש. צו זיין אזא "נישט פרומער" ווי ר' אביש'ל הרווויץ און זיין זון ר' הערשלי זצ"ל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

berlbalaguleh האט געשריבן:צווישן אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס איז דער פאקט אז די "נישט פרומע" האבן געברענגט ר' אביש'ל הורוויץ קיין קראלע. איך האב איין וואונטש. צו זיין אזא "נישט פרומער" ווי ר' אביש'ל הרווויץ און זיין זון ר' הערשלי זצ"ל.


דו טרייעסט נאך אפצוענטפערן די פערדערייען?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

*שמואל דוד הערצאג, איז א חשוב'ע אינגערמאן. געבוירען איז ער אין מאונט-קיסקא, נייטרא, זיין טאטע איז פון די ערשטע תושבים, און אן איידעם ביי ר' יונה לעפקאוויטש פון די מייסדי היישוב. שמואל דוד איז אן איידעם ביי מיכאל בער בויער, די גבאי, וואס איז אן איידעם ביי שמואל דוד לעווי ז"ל, דער מנהל. אונזער ר' שמואל דוד'ל האט געלערנט אין נייטרא מיום הולדתו עד יום חתונתו. ער דאוונעט אשכנז, לייגט תפילין חול-המועד, זאגט מערבית, שנייט נישט די בארד, און האט נישט קיין אימעיל אקואנט. - נייטרא פליסט אין זיין בלוט אדורך און אדורך.
די חתונה איז געווען אין מאנסי. נישט ווייל זיי האבן דארט משפחה, נאר ס'איז פשוט נישטא קיין חתונה זיין אין נייטרא. - מען האט ניטאמאל געדארפט דאס אויסשמועסן ביים א.ג. בעשוי, אז די קאפ"ל גייט זיך באזעצען אין... נייטרא. אוודאי אזוי.
א מענטש טראכט און גאט לאכט. ליידער, צוליב א געזונטהייט פראבלעם מיט זיין שנה ראשונה ווייבל, האט די יונגע זיווג זיך געמוזט אריבערציען קיין לעיקוואד! א פרעמדע מדינה!

ויהי היום, זייער בכור'לע איז געווען גרייט פאר חדר, שוין געטרעינט א.א.וו. שמואל דוד קען די טעלעפאון פון חדר אויסוויינדיג, ער רופט אריין אין אפיס. א סעקראטער, פון די נייטרא-ברוין משפחה נעמט דעם קאלל:
אפיס: העללאו
ש"ד: א גוטן, דאס איז שמואל דוד הערצאג.
אפיס: וועלכע?
ש"ד: די לעפקאוויטש אייניקעל
אפיס: וועלכע?
ש"ד: נו, די בויער מחותן.
אפיס: אה, פון לעיקוואד..
ש"ד: יא, יא,
אפיס: אה, א גוטן וואס מאכסטו, ביסט שוין נישט דא געווען אויף שבת אפאר חדשים.
ש"ד: יא, ס'אביסל ווייט, דו ווייסט דאך... כ'דרייוו נישט.. ס'נישט גרינג..
אפיס: יא, כ'פארשטיי. בקיצור, סאו וואס איז נייעס?
ש"ד: די מעשה איז אזוי, מיין זוהן איז שוין גרייט פאר חדר, ער איז געווארן דריי פסח.
אפיס: און?...
ש"ד: גארנישט, איך וויל אים פשוט איינשרייבן אין חדר.
אפיס: וואס? וועלכע חדר?
ש"ד: אין נייטרא, דארט וואו איך האב געלערנט.
אפיס: דו מאפסט אהער?
ש"ד: ניין, פארוואס פרעגסטו? איך מוז זיין אין לעיקוואד.
אפיס: סאו וואס ווילסטו פון מיר?
ש"ד: גארנישט, וואס איז די פראבלעם? ס'נישטא קיין קינדערגארטן קלאס?
אפיס: ש"ד, וואס רעדסטו, איך בין אביסל צומישט, דו וואוינסט אין לעיקוואד? און די שרייבסט איין דיין יונגעל דא אין נייטרא?
ש"ד: וואו דען? איך בין א נייטרא'ער, מיין טאטע מאמע זיידע באבע, שווער שוויגער, ס'אלץ נייטרא.
אפיס: כ'האב נישט געזאגט דו ביסט נישט נייטרא, סך הכל וויל איך פארשטיין וויאזוי א יונגעל פון לעיקוואד זאל קומען און גיין טעגליך פון און צו נייטרא? ס'איז דאך א מהלך.
ש"ד: איך ווייס ס'נישט נאנט, אבער דארפס פארשטיין, ווער האט אויפגעשטעלט נייטרא אויב נישט מיין טאטע און זיידע?
אפיס: חלילה, ש"ד, איך האב נישט קיין טענה'ס אז דו וואוינסט ווייט. איך פראביר נאר מסביר צו זיין אז ווען מ'וואוינט ווייט, האט נישט קיין זין צו שיקן די קינדער אזא ווייטע מהלך.
ש"ד: וואס איז מיט הכרת הטוב? דאס באצאלט מען פאר אזא נייטרא-מסי"נ משפחה? נישט גענוג מיין רעביצין איז נישט געזונט, דארף איך נאך מיטמאכן אז מ'נעמט נישט אריין מיינע קינדער אין די מוסדות ווי איך האב אלע מיינע יארן געלערנט? וואו איז דער יושר? אידיש בלוט איז גארנישט ביי ענק? ר' מיכאל בער זכרונו לברכה וואלט דיך פארשיקט פון יישוב פאר אזא התנהגות!
אפיס:.... ממממממ....
ש"ד: כ'וויל נישט הערן גארנישט! איך רוף שוין מיין טאטע!
-----
איך וויין מיט ר' ש"ד, ווער איז נייטרא אויב נישט ער, אבער ער וואוינט דאך ווייט...

דער נמשל זענען די וואס ווילן שיקן זייערע קינדער אין א מוסד ווי זיי האבן געלערנט, אבער במשך הזמן האבן זיי אוועקגעמופט. קיינער האט נישט קיין טענות אויף זיי, אבער די מוסדות איז זייער ווייט פון דיר, פארוואס שיקן די קינדער דארט?

*אלע נעמען געטוישט, אן קיין סיבה.
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער קלוג און זיס קאווע טרונקער, אבער דאך איז עס נאך נישט קיין פארגלייך. אפשר אין געוויסע פעלער איז עס א גוטע תירוץ, אבער וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע פעלער ווי קינדער ווערן מוחרם פון מוסדות און עלטערן פון בתי חיים צוליב....

נישט שערן די האר
יא שטיצן די בארד
טאטע/מאמע באקומען א דעגרי
מאמע טראגט א סוועדער מיט א הוטל
גייט גאלדענע שיך
קאלירטע קלייד
האט דרייווינג לייסענס
פארמאגט אן אייפון
גייט אין רעסטוראנט
אויסגעטון די הוט/טיכל/שפיצל
טאטע גייט אן א הוט אין שול
אדער אן א רעקל אין גאס
שמועסט אין פאליש
לאזט די קינדער טראגן קורצע ערמעל
פארן בייקס
גייט קיין פלארידע אויף וועקאציע
וכו' וכו'

די קשיא ווערט נאך שווערער ווען מען דערמאנט זיך איבערן לא יומתו בנים על אבות ואבות על בנים....
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויסגעטון די הוט?

דערמאנסט מיר אן אינטרעסאנטן עפיזאד.
אן איינוואוינער פון אפסטעיט איז אריינגעקומען קיין וומסב"ג עפעס ארלעדיגן. ער איז ארויסגעקומען פון זיין אויטא אן א הוט, אזוי ווי ער איז געוואוינט.
גייט נישט אדורך עטליכע סעקונדעס, און איינער שטעלט אים אפ: ר' איד, איר האט אפשר פארגעסן אייער הוט?
אוי! כאפט זיך דער גאסט - איך האב פארגעסן נישט מיין הוט, נאר אז איך בין אין וויליאמסבורג
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט