מאראנצןזאפט האט געשריבן:\
1. רבי יצחק משה ערלאנגער.
דער משגיח אין רחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, דער מחבר פון די אמעל פאפולערע קונטרסים 'חסידות אויף פארשידענע נושאים מיט בלויע דעקלעך.
זיינע קונטרסים זענען זייער ווארעם געשריבן מיט אסאך ענערגיע, אבער מאכן נישט קיין סאך קלוגער אבער דעם מיליאן דאלער פראגע חסידות מהו?
ער איז א איד וואס פרובירט אריינצוברענגען זיין עבודה למעשה און שב"ק עסט ער 10 ערליי דיפס מיט פארשידענע גווניםן מכוון כנגד די עשר ספירות. אודאי זעט ער אז די גרינע באבאגאנאש זאל גובר זיין אויף די רויטע טאמאטא דיפ.
אביסעל לשון הרע איבער ר' יצחק משה.
רי"מ איז פון די ערשטע, איך מיין אז ממש די ערשטע, פון די wave משפיעים פון וועם מיר רעדן, ער האט מער וייניגער אנגעצונדען דער מעטש וואס האט אנגעברענגט דער גאנצער זאך. דער ערשטער קונטרס זיינע "חסידות!!!" איז געווען ווי א קול קורא להחזיר עטרת החסידות ליושנה, הגם אז סשטייט נישט דארט פונקט וואס דאס איז דער חסידות פון וואס ער רעדט, כמ"ש רבינו מרנצז"פ למעלה, איז איין זאך זייער קלאר, אז דאס וואס דער עסטעבלישמענט רופט חסידות איז נישט דאס, בקיצור דאס איז גאר א שטארקע סטעיטמענט קעגן דער סטטוס קוו, און זייער א passionate רוף מזאל זיך אויפוועקן און אנהייבן טוהן עפעס אנדערש.
למעשה איז ער אביסעל געבליבען דער שלימזל פון דער גאנצער זאך, ווייל ער איז טאקע געווען דער ערשטער whistleblower, און בשעת וואס אנדערע יונגערע פון עם האבען שוין גאנצע בתי מדרשים וקהילות האט ער כמעט גארנישט. די סיבות פאר דעם זענען אפאר, ראש וראשון אז ער האט זיך געהאלטן א חסיד פון דער ראחמיטסריקווא רבי ז"ל ר' ישראל מרדכי. געוורען איז ער געכאפט אלץ בחור ביי זיין טאטע ר' יוחנן, האט געלערנט דארט אין ישיבה (אינם פריערדיגער גלגול פון ישיבת מאור עינים), און איז ווייטער געבליבען דארט אן אמתער חסיד. און האט זיך נישט דערוואגט צו מאכען שבת פאר זיך אדער בכלל טון עפעס אן אמתער שריט אן אישור פון זיין רבי'ן. נאר די לעצטע פאר יאר וואס דער רבי לעבט שוין נישט, און פון ר' דוד הגם לפנים איז ער זיך מכניע (קומט צו זיין טיש אפאר מאל א יאר..) איז ער א קנאפע חסיד פון עם, און עכ"פ זעהט עם נישט אלץ זיין רבי וואס ער דארף זיך באמת מכניע זיין פאר עם. בנוסף לזה אז דער ראחמיסטריווקער פאליטיק זעהט עם אביסעל אלץ א געפאר פאר די חסידות דארט, האט ער זיך ערלויבט צו עפענען א בית מדרש'ל אין אשדוד ווי ער האט אפאר חסידים, און האט שוין היינט אן אייגענער מנין אויך אין ירושלים.
עס זענען דא נאך סיבות וואס זענען תלוי אין זיין פערסאנעליטי, וואס איך האב נישט כרגע קיין חשק מסביר צו זיין.
די לעצטע יארען איז ער כמע יעדער צווייטער שבת נישט אינדערהיים, ער פארט ארום דער וועלט מפיץ זיין תורת החסידות לפי גירסתו, און דאס איז זיין חיות, כעין די אמאליגע מגידים ואוס פלעגן פארן פון שטאט צו שטאט זאגען מוסר פארן עולם.
כחלק פון זיין זיך איבער שרש החסידות איז ער אנגעקומען לערנען אסאך קבלה, זיצט שוין יארען אין שער השמים, און דער סיכום פון וואס ער האט געפינען וועגן דעם איז א ספר "קבלת הגאונים" פון דריי דיקע בענדער, וואס איבער דעם איז דא אסאך צו רעדן.
איז גאר א שטארקער מבקר פון דער גאנצער חרדישער עסטעבלישמענט, הגם אז אין דרשות ברבים היט ער זיך נישט צו רעדן, פאר פראגמאטישע טעמים, קען ער זיך אויסדריקען ביחיד מיט גאר שארפע ביטויים און האט באופן כללי נישט קיין שום טראסט אין דער גאנצער מהלך, בעיקר ווייל ער טענה'ט אז סאיז דער היפך פון אמתער עבודת ה' על דרך החסידות.
הגם ער פליט אסאך אין הימל, איז ער מצד שני גאר שטארק מכיר אינם מציאות, (משא"כ למשל ר' מוטל אדער רצ"מ), און וייסט אז אין עפעס א פלאץ איז דא א גבול צו דער גאנצער הימל פליעניש און דער אמתער מבחן ונסיון פון א מענטש איז אין פשוטער בעלבת'ישער בשר ודם'דיגר זאכען, לעבט נישט נאר אין תאוריות נאר אויך אין מציאות.
ודי בזה כעת.