אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
רבותי, דער זר'ל דא שרעקט מיך געפערליך אן מיט דעם כאצימאטידית, און דער פאקט אז עס איז פארהוילן אונטער אזא מיסטעריע מאכט עס נאר ערגער. איך האב געקלערט אריינצומישן די עף בי איי דא, (אין שטערן האבן איך אמאל געליינט אן ארטיקל וועגן זיי, כ'מיין אז דורך דעם אפיס פון דער שטערן קען מען אנקומען צו די עף בי איי), אבער זר טענה'ט דאך אז עס איז א ריין לאקאלער זאך, נו וואס האב איך פון אריינמישן די פעדעראלע עף בי איי. אבער דער שרעק נעמט מיך איבער.
איך האב שוין אנגעהויבן קלערן פון אנטלויפן פשוט פון אמעריקא, אדער לפחות פון דעם גאנצן ניו יארקער אומגעגענט. פשוט דער כאצימאטידית הערט זיך אזוי שרעקעדיג, אז איך ווייס פלעין נישט וואס צו טוהן דערוועגן. אויב אנטלויפן, ווייס איך נישט וואואהין, און אויב בלייבן מאכט מיך די שרעק צודרייט, סאו וואס טוט מען.
ערשט יעצט טראכט איך גאר, אז אפשר איז עס א קאנספיראציע קעגן אונז, און אפשר גאר איז די עף בי איי אליינס א טייל פון די קאנספיראציע...