מארקעטינג 'גרופע'ס' והמסתעף
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
מארקעטינג 'גרופע'ס' והמסתעף
שוין, ענדליך האט מען זיך דערזען נאכען 'נאך פסח' אנגעצויגענקייט איז דורך, קען מען כאפן די פעדער אין האנט אין לאזן די מחשבות לויפן.
איין רגע נאר פאר איך הייב אן, דער שרייבער פון די שורות האט א געשעפט/פראדוקט/ קאמפעני וכו' (צוליב גילוי חששות וועל איך נישט זאגן גענוי וואס) און איך האב היבש ארומגעוואנדערט צווישן א גרעפיקער און צווייטער, צווישן א 'עיזשענסי' און צווייטער, און דערפאר, טאקע דערפאר האט מיך די נושא אנגעכאפט, אזש מען ברויך דערוועגן שרייבן א לענגערע פאוסט, און ווי פריער דערמאנט, א באזונדערע אשכול.
איך האב בייגעלייגט א בילד פון א עד, פון א עפענונג פון א נייע עידזשענסי, ניין נישט פון פון העלט אינשורענס, נישט פון ארבעט פארמיטלונג, נאר פון 'מארקעטינג', איר האט נישט געוואוסט אז עס איז די א מאנגעל דערפאר? איך אויך נישט..
איך מיין עס איז שוין צייט אז נישט יעדע גרעפיק דעזיינער זאל מיינען אז ער קען נישט אנגיין נאר אויב ער האט אליינס א אייגענע עיזשענסי... גייט נאר ארויס אויפן גאס וועט איר זען ווי אנדערע האבן זיך שוין ביטער אפגעבריעט. א גרעפיק דיזיינער איז איין זאך, און קענען פירן א קאמפעני איז גאר א צווייטע זאך!
אין די היימישע מארקעט איז דא א איבערפלוס פון גרעפיק קאמפעניס, און מערסטענס דערפון זענען פשוטע גרעפיקער'ס וואס טראגן דעם קלינגעדיגן נאמען 'מארקעטינג עיזשענסי'. און זיי כאפן נישט ווי דאס לייגט זיי צוגרינד.
איך גיי נישט יעצט אנכאפן א ספעציפישן נאמען אלס א משל צו דער נקודה, אבער כ'מיין יעדער קען אליינס פארשטיין, און זיך אויסמשל'ן וועם ער וויל, עס איז [ב"ה..] דא גענוג משלים דערויף.
די פירנדע קאמפעני'ס זענען [אין מוקדם ומאוחר בתורה, און איך שרייב נישט לויט די א"ב, נאר לויט א"ת ב"ש, ואתכם הסליחה, קעי?]:
באדעם ליין מארקעטינג גרופ
פלאצירט און פלעטבוש, און בעיקר גיבט סערוויס פאר ליטווישע קליענטן, ווי צב"ש ליטווישע מוסדות התורה, וואס דארטן, 'פאר סאם ריזן' קומט פאר דינערס יעדע שני וחמישי, גיבט נאר א קוק אינעם ענגלישן יתד, ממש א פארפלייצונג פון דינערס וועכענטליך, און בלמ"ג האט היבש אסאך פון זיי.
זיין הויכפונקט איז געווען ווען בלומבערג [יר"ה – שר"י, געוואנדען לויט אייער ראסע] האט, דוכט זיך ביים צווייטען קאמפיין זיינער, אים גענומען צו מארקעטן ביים אידישע ציבור. (און פארשטייט זיך בלומבערג'ס ניצחון שפעטער איז געווען זיין סוקסעס, ניין?)
קעי זי קריעטיוו
צווי אינגעלייט, גרעפיק דיזיינערס האבן געעפענט א קאמפעני. די צוויי אינגעלייט זענען [לשיטתם, ולשיטת זייערע קליענטן] גאר קריעטיוו, און ווי זיי טענה'ן ווערן זיין באצאלט פאר טראכטן. (אוי! איך וואלט דאך געווען א פולשטענדיגע מיליאנער אויב איך ווער באצאלט פארן טראכטן, א שאד נאר א קיינער צאלט מיר נישט דערויף).
צווישן זייערע קליענטן געפינגט זיך: כתר זשודעיקא, פאמעגרענעט סופערמארקעט, גאלדען פלאו, און נאך.
פיטעקס גרופ
ווערט אנגעפירט דורך ר' מנחם האפפמאן, אדער ווי ער רופט זיך (בלשון חיבה?) 'מעני', לכאורה א קיצור פון 'מענדי' וואס ער האט אזוי געהייסן אין חדר.
האפפמאן איז א ריכטיגע ביזנעסמאן, ער האט אנגעפאנגען אלס פרינטינג בראקער, אבער שפעטער האט ער מיט שינוי השם קונה געווען נאך דריי אפטיילונגען, און געטוישט די קאמפעני אלס מארקעטינג, סמארט סטעף, און 'אויך' פרינטינג.
צווישן זיינע [געוועזענע] קליענטן געפינען זיך: זאהלערס ווייטעמינס, אגרי סטאר שחיטה, קרן עזר, בוני עולם, קדם וויינען, פידעליטי קרעדיט קארד, און נאך.
מידיא אן די גאו
געפינט זיך אין וויליאמסבורג, און איז דוכט זיך די גרעסטע ביים היימישע ציבור, ווערט אנגעפירט דורך ר' אייזיק איידליס, און האט גאר אסאך קליענטן, צווישן זיי: מיללער שטריימלעך, זשי בי קלאודינג, מעקסי העלט, סאנדער'ס פורניטשור, עיס הארדווער, לאנדא'ס העלט פוד, און לעצטענס אויך דער ריז אין אידישע עסן מארקעט 'גפן', מיט זיינע פילע ברענדס, און יעצט יום טוב האב איך געזען עטליכע טשאקאלעדן וואס ער פארשמירט עטליכע עדס פון זיי, אזש ס'האט מיך כמעט געמאכט זיך מישן אין פסח. [כ'מיין אז הרב איידליס זאל אביסל איבערלאזן פאר אנדערע, אויב ער הערט אויס מיינע עצות].
GCNY
פרעג מיך נישט וואס דער נאמען מיינט, ווייל איך ווייס אויך נישט, אזויפיל ווייס איך אז איינער בלומענפעלד, א בעלזער חסיד [קען זיין נאר א 'שטיקל' בעלזער, כ'ווייס נישט] ער איז דער בעל הבית דערפון, און האט זיך לעצטענס היבש ארויפגעארבעט, ער האט: נר מצוה, העפפי הארט ויין דיסט. קאמפעני, 'מנוחה פאבלישינג קאמפעני' [עפעס א קאנקורענץ פון ארטסקרול] און נאך.
אה, נאך א קלייניגקייט, מר. בלומענפעלד האט א ברודער וואס פירט אן די אדווערטייזינג דעפארטמענט אין די [הערליכען – טריפה'נעם, ווענד זיך ווייטער לויט אייער ראסע] 'עמי' מאגאזין.
ר' שמואל שפיטצער
אנטשולדיגט פארן נישט שרייבן די קאמפעני נאמען, אבער ער איז מער באקאנט אויף זיין פערזענליכע נאמען, פון די עלטסטע היימישע דעזיינערס, און ער מאכט די עדס פאר זשי זשי, חתונה מאל, מלכות (ויש גורסין: מפואר) זשודעיקא, סאטמאר פלייש געשעפט[ן], סאטמאר כ"א כסליו, [און צומאל: כ"ו אב] און נאך.
בקיצור, עס איז דא היבש, און איך האב נישט געשריבן מיט דעטאלן יעדעס איינס ווער מאכט אליינס די גרעפיקס, אבער א חלק מאכט אליינס, און א חלק האט ארבעטערעס וואס מאכן עס.
און דא וויל איך צעקומען צו מיין עיקר נקודה.
אבער פאר דעים דארף מען אביסל איבערחזר'ן די היסטארי פון די לעצטע 15-20 יאר.
אין די אמאליגע צייטן, די נישט ווייטע פארגאנגענהייט (ווען בלעקבערי איז נאך געווען א פרוכט, קרעדיט: זשאו ליבערמאן) ווען מען האט נאך געדארפט נעמען א קאר סערוויס צו טראגן א עד צום צייטונג, איז געווען די עדווערטייזינג בראוקער'ס, א שטייגער ווי 'קיפ אן עדווערטייזינג' פון מר. שווארץ אין בארא פארק, זשעי בי פון מר. געלב מיטן בדחן בערקאוויטש, סטוערט פון מר. יענקל מיללער זיי פלעגן נישט האבן קיין שייכות ["ממש נישט", "קיין שום שייכות"] מיטן דעזיין, נאר פלעגן עס אויפפיקן און עס טראגן צום צייטונג, און דערפאר פלעגן זיי קריגן ארום 20 פראצענט קאמישען, אין לשה"ק רופט מען עס: 'שכר טירחא', און אידיש: 'שלאק שמש געלט.
משרבו הטעכנעלאגיע, אין די גאנצע טירחא איז געווען דרוקן 'פארווערד' אויפן אימעיל, אויבן, דארט אויפן רעכטע זייט [אויף מיין קאמפיוטער], האבן די דעזיינער'ס, אדער זייערע בעלי בתים זיך געכאפט, איך קען דאך עס שיקן דירעקט צום צייטונג אדער מאגאזין, און קענען אליינס מאכן די קאמישען, און אזוי איז טאקע געווען, די אדווערטייזינג עיזשענסי'ס האבן אנגעפאנגען צו כאפן פליקעס איינס נאך די אנדערע, גרויסע קאמפעניס זענען אריבער אין די מאסן די צו מארקעטינג 'גרופעס' וואס שטעלט זיי אלעס צו, פון דעזיין ביזן שיקן צום צייטונג, און וואס עס פעלט זיך נאר נישט אויס.
און דעמאלט זענען זיך צעוואקסן די מארקעטינג קאמפעניס, ווי פיטעקס, און מידיא אן די גאו.
דארטן ווי די בעה"ב איז נישט דער גרעפיקער, נאר האט ארבעטערס דעזיינערס, דארט זעט זיך די הצלחה אן שטארקער, גאר שטערקער, און כ'וועל טאקע נעמען מר. האפפמאן אלס א משל, ער אליינס קען נישט דעזיינען א עד, אבער ער קען גוט פירן א קאמפעני, אבער גוט פירן א קאמפעני, און האט א העכסט פראפעסיאנעלע קאמפעני, מיט אסאך ארבעטערס [אפשר צופיל שוין..].
אבער די אנשיקעניש אז יעדע גרעפיקער מאכט אליינס א קאמפעני איז א טפשות, איינער וואס זיצט אויפן קאמפיוטער און מאכט עדס, ער קען נישט מאכן געהעריג קאסטומער סערוויס, אדער זיכער מאכן אז אלעס קלאפט וכו'.
מען דארף נישט מען ווי די לעצטע פרשה פון 'ראק מידיא' גרופע, וואס האט זיך צוגעמאכט כמעט אזוי שנעל ווי געעפענט, ווייל א גרופע קומט נישט פון גרעפיק דעזיינערס.
און מיינע רייד זענען גאוואנדען צו די אלע אינגעלייטליך וואס קען גרעפיקס און חלומ'ען כסדר צו וואקסן אלס א אייגענע קאמפעני:
נישט אייביג איז גוט צו האבן א אייגענע קאמפעני [אין די פעלד]. אויב קענט איר טרעפן א גוטע פאזיציע ביי איינע פון די איצטיגע גרויסע קאמפעני, דאן כאפט עס מיט ביידע הענט, רעדט אייך נישט איין אז אויב ענק גייען עפענען אליינס וועלן ענק מאכן מער געלט, מען רעדט סיי ווי נישט פון די גאר גרויסע געלטער.
די היימישע מארקעט איז פשוט נישט גענוג גרויס פאר אזויפיל קאמפעניס!
א גרעפיק דיזיינער איז נישט געמאכט צו פירן א קאמפעני!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורץ און שארף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. אבער לדעתי בוסטו נישט גערעכט מיט דעם אז יעדער גרעפיקער זאל נישט ווערן א מארקעטער. איך האב 2 ידידים אין די גראפיקס ליין, און אנשטאט גיין דורך אגענטן צו די צייטונגן, שליסן זיי אליינס אן א קשר מיט די צייטונגן און מאכן צוויי מאל געלט.
וואס כ'מיין צו זאגן איז אז דער באדייט פון ס'ווארט "מארקעטינג" איז געטוישט געווארן ביי אונז אז ס'מוז נישט מיינען א פולשטענדיגע מארקעטינג פירמע וואס פירט פאקטישע קאמפיינס און ארבעטן אויס סטראטעגיעס פאר פירמעס אדער מוסדות, נאר פשוט די גרעפיקערס געבן זיך אפ מיטן מאכן די עד'ס האבן אנגעהויבן טון די א.ג. מארקעטינג אויך פון דאס שיקן צו די צייטונגן אדער הענגן אויף די גאסן.
אלזא איז אזוי, למשל פיטעקס איז גראדע יא א רעכטע מארקעטינג פירמע ווייל ער ארבעט אויס סטראטעגיעס פאר געשעפטן, ער האט א קאל סענטער א.ד.ג. משא"כ מידיאו אן די גאו למשל טוט בעסיקלי נאר גרעפיקס און סלאגאנ'ס פאר ביזנעסער/מוסדות.

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
מיין מיינונג האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. אבער לדעתי בוסטו נישט גערעכט מיט דעם אז יעדער גרעפיקער זאל נישט ווערן א מארקעטער. איך האב 2 ידידים אין די גראפיקס ליין, און אנשטאט גיין דורך אגענטן צו די צייטונגן, שליסן זיי אליינס אן א קשר מיט די צייטונגן און מאכן צוויי מאל געלט.
וואס כ'מיין צו זאגן איז אז דער באדייט פון ס'ווארט "מארקעטינג" איז געטוישט געווארן ביי אונז אז ס'מוז נישט מיינען א פולשטענדיגע מארקעטינג פירמע וואס פירט פאקטישע קאמפיינס און ארבעטן אויס סטראטעגיעס פאר פירמעס אדער מוסדות, נאר פשוט די גרעפיקערס געבן זיך אפ מיטן מאכן די עד'ס האבן אנגעהויבן טון די א.ג. מארקעטינג אויך פון דאס שיקן צו די צייטונגן אדער הענגן אויף די גאסן.
אלזא איז אזוי, למשל פיטעקס איז גראדע יא א רעכטע מארקעטינג פירמע ווייל ער ארבעט אויס סטראטעגיעס פאר געשעפטן, ער האט א קאל סענטער א.ד.ג. משא"כ מידיאו אן די גאו למשל טוט בעסיקלי נאר גרעפיקס און סלאגאנ'ס פאר ביזנעסער/מוסדות.
"דיין מיינונג איז מיין מיינונג"

עס איז נישט קיין הכרח אז די G&G עד איז געווען בעסער. זיי האבן געמאכט עמך בית ישראל, און דער קאנקורענץ האט גענומען א קלאסישן באליבטן מענטש א יפה תואר, און געוויזן אז מיר זענען קלאסישקייט.
קען גאר זיין אז עס איז געווען ממש א פליק, ווילסט זיין יאנטשי? דורכשניטליך, גיי אהין, די קלאסישע חברה זענען דא!
בין איך נישט גערעכט?
קען גאר זיין אז עס איז געווען ממש א פליק, ווילסט זיין יאנטשי? דורכשניטליך, גיי אהין, די קלאסישע חברה זענען דא!
בין איך נישט גערעכט?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
מיין אויפפאסונג
מידיע אן די גא עד, איז קיינמאל נישט הונדערט פראצענט, נישט גראפיש און נישט אויף תכלית'דיגע מעסעזש.
S&S האט נישט בד"כ אזעלכע רייסערישע איידיעס, אבער ס'איז דורכגעבאקן און וועל דאן, און ס'האט די "טאטש" פון א מייסטער. (ווענד זיך אין באדזשעט אויך, G&G באקומט בעסער ווי חתנה מאל)
קעי זי איז טאפ אוו די ליין
GNCY איז פראפעשענעל
PTEX ווענד זיך דיין באדזשעט און מיט וועם די פאלסט אריין.
שמואל שלעזינגער (CLIVE) איז א זעלטענע זשעני מיט א זעלטענע אפעטיט.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט ארויסגעברענגט דעם ריזן חילוק צווישען מארקעטינג און דיזיין. איך האב אמאל געליינט אין דעם בוך "איך וויל מצליח זיין" פון דעם ביזנעס און מארקעטינג קאנסאלטענט יואלי קליין א שטארקער דערהער, "גיטע אדווערטייזמענט איז עפעס וואס פארקויפט דעם פראדוקט אן דעם וואס עס זאל ציען שטארקע אויפמערזאמקייט צום עד דיזיין אליין" דהיינו אז דער ליינער זאל נישט זאגן, אה דאס איז א מייסטערהאפטיגע עד, נאר ער זאל זאגן, אה דאס איז דער פראדוקט וואס איך דארף שוין האבן. (דרך אגב יואלי קליין איז א יחיד מומחה אין דעם געביט פון ביזנעס און מארקעטינג, איך ווייס פון ריזען פירמעס וואס ניצן זיינע אנווייזונגען וויאזוי צו מארקעטן און טיען ביזנעס. זיין פירמע "אימידיעט מארקעטינג און ביזנעס קאנסאלטינג" פירט אן אסאך סוקסעספולע מארקעטינג פראיעקטן)
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
משגיח האט געשריבן:סאיז דא נאך א מארקעטינג קאמפעני וואס איז נישט דערמאנט געווארן קלעסיק אימעטש באלאנגט פאר איינעם טעסלער ער מאכט עפעס מוראדיגת .יואל קליין פלעג אים נוצן ווען אימידיעט פלעגט נאך מאכן גרעפיגס
איך מיין אז ער פירט אן די קאמפיין פאר הצלה וומ"ס
יא ער מאכט פאר הצלה און וויליאמסבורג און אויך טשעס נאט גראסערי נוצט אים ער האט זייער גוטע איידיעס
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
אויב מאכט ער די עדס פאר טשעסטנאט, מיין איך אז ער זאל זיך גיין לערנען אביסעל הלכות גרעפיקס, איך וויל נישט ח"ו איטערברענגען איינעמ'ס פרנסה, אבער ווען די עפענסט אויף א צייטונג און די זעסט אלע גראסערי עדס, מיין איך אז טשעסטנאט איז נישט פון די וועליכע די וועסט געדענקען זייערע 'ספעשעלס אוו די וויק', ער האט עפעס א אנגעפאקטע פעידש מיט ווערטער, און א מאנגעל פון פיקטשעס.
איך בין אפשר טאקע נישט די גרעסטע מיבן ווען עס קומט צו גרעפיקס, אבער ווי ווייט איך ווייס צילט ער נישט נאר אויף מבינים...

איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק
®