חידושים, ווערטער, געדאנקן, וואס שטימט נישט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

חידושים, ווערטער, געדאנקן, וואס שטימט נישט

שליחה דורך משה געציל »

מען באגעגענט זיך אמאל מיט א חידוש, א ווארט, וואס איז ממש כפתור ופרח מקשה אחת. דער פראבלעם איז אז צומאל קען זיך טרעפן אז מען זאגט נאך עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער טרעפט עפעס ער זאל עס צו ברענגען אהער מען זאל עס קענען אויסשמוסען. איך פאנג דא אן מיט א חידוש וואס מען ברענגט צו בשם הגר״א אין די וואכעדיג׳ע פרשה.

אין ליקוטים סוף ספר סערת אליהו ברענגט ער א מעשה, אין צייטן פון די גר״א איז נולד געווארן א שאלה ווען א אינגערמאן האט זיך געג׳ט צוויי וואכן נאך די חתונה און תיכף נאכאמאל חתונה געהאט. נאך זיבן חדשים איז אים געבוירן געווארן א אינגעל צו זיין צווייטן ווייב, א קורצע צייט שפעטער האט זיין ערשטע ווייב אויך געהאט א אינגעל. איז געווארן א מחלוקת צוויישן די צוויי משפחות ווער עס איז די בכור לירושה, די משפחה פונעם ערשטן ווייב האט געטענה׳ט אז זי איז נתעבר געווארן קודם ממילא איז איר קינד דער בכור, די משפחה פונעם צווייטן ווייב האט געטענה׳ט אז למעשה איז איר קינד פריער געבוירן. 

מען האט פארגעלייגט די שאלה פארן גר״א, האט ער געזאגט אז די שאלה איז  מרומז אין פרשת כי תצא.

די פסוק רעדט זיך דארטן ביי די בן האהובה ובן השנואה, שטייט דארט, (כ״א- ט״ו, ט״ז, י״ז) ״כי תהיין לאיש שתי נשים האחת אהובה והאחת שנואה וילדו לו בנים האהובה והשנואה והיה הבן הבכר לשניאה: והיה ביום הנחילו את בניו את אשר יהיה לו לא יוכל לבכר את בן האהובה על פני בן השנואה הבכר: כי את בכור בן השנואה יכיר לתת לו פי שנים בכל אשר ימצא לו כי הוא ראשית אונו לו משפט הבכורה:״

האט די גר״א מדייק געווען אפאר דיוקים.
א) קודם כל איז שווער די לשון הפסוק וילדו לו בנים האהובה והשנואה, איז משמע אז די בן האהובה איז געבוירן קודם און דערנאך דער בן השנואה, אויב אזוי פארוואס ענדיגט די תורה והיה הבן הבכור לשנואה?
ב) נאך איז שווער פארוואס עפעס דארף די תורה מחדש זיין אז לא יוכל לבכר, וואס פאר א הו״א איז דא אז ער מעג יא? מען געפונט נישט אין ערגעץ אין די תורה א אזהרה פאר א מענטש אז ער טאר נישט משנה זיין סתם ווייל עס שמעקט אים אן.
ג) פארוואס עפעס רופט איר די תורה אן שנואה עס איז דאך דא א לאו פון ״לא תשנא״?
ד) פארוואס דארף די תורה ארויסברענגן די טעם, ״כי הוא ראשית אונו״ וואס מען געפונט נישט געווענדליך?

נאר די מעשה דא איז געווען אז ער האט חתונה געהאט אין זיך תיכף געג׳ט, און ווען די פסוק רעדט פונעם ״שנואה״ איז ער זיך מתייחס צו איר. דערנאך האט ער תיכף חתונה געהאט נאכאמאל מיט א צווייטע פרוי, וואס איר רופט די תורה אן ״אהובה״. למעשה האט די צווייטע ווייב געהאט קודם די קינד, אפילו זי איז נתעבר געווארן נאכדעם. ממילא האט ער דא א טענה, אז די צווייטע קינד איז די בכור, ווייל ער איז דאך געבוירן נאכדעם, אזוי ווי די תורה איז מדגיש וילדו לו בנים ״האהובה״ און דערנאך ערשט ״והשנואה״. אויף דעם זאגט די תורה אעפ״כ ״לא יוכל לבכר את בן האהובה ע״פ בן השנואה״. איי למעשה איז ער דאך געבוירן געווארן בעפאר? אויף דעם זאגט די פסוק ״כי הוא ראשית אונו לו משפט הבכורה״, מען גייט נאך די הריון און נישט נאך די לידה. עכת״ד. די חידוש ווערט אויך געברענגט אין קול אליהו, נאר אן די מעשה בעפאר.

די ווארט שטימט אין פסוק ממש ווי געגאסען כפתור ופרח. די פראבלעם איז נאר אז הלכהדי׳ג שטימט עס נישט ווי דער נצי״ב שרייבט ״והיה הבן הבכור לשניאה״ משום שילדה השני תחילה. הן נשמע בשם הגר״א ז״ל להיפך, שהולכים אחר העיבור, ולא אאמין לקול השמועה בשם רבינו הגר״א, ושקר העידו בשמו ז״ל.

איינער פון די שטארקע ראיות אויף פארקערט איז פון רש״י פרשת תולדות אויפן פסוק ואחרי כן יצא אחיו וידו אחזת בעקב עשו (כ״ה כ״ד), זאגט רש״י וז״ל, שמעתי וכו׳, בדין היה אוחז בו לעכבו, יעקב נוצר מטיפה ראשונה, ועשו מן השניה. צא ולמד משופפרת שפיה קצרה, תן בה שתי אבנים זו תחת זו, הנכנסת ראשונה תצא אחרונה, והנכנסת אחרונה תצא ראשונה, נמצא עשו באחרונה יצא ראשון, ויעקב שנוצר ראשונה יצא אחרון, ויעקב בא לעקבו שיהא ראשון ללידה כראשון ליצירה, ויפטור את רחמה, ויטול את הבכורה מן הדין. עכ״ל. אויב מען לערנט אז דער וואס ווערט נתעבר ראשון איז דער בכור, קומט דאך אויס אז יעקב איז באמת געווען דער בכור, איז וואס איז געווען דער געפעכט דא. אזוי אויך וואלט ווען געדארפט צו זיין ביי יעדע צווילינג אז דער צווייטער איז דער בכור, א זאך וואס מען געפונט נישט אין ערגעץ.

אזוי אויך דער שואל ומשיב שו״ת מהדורא תליתאה ח״ג סי׳ נ״ב שרייבט וז״ל, ולפענ״ד זה אינו, דעיקר תלוי בלידה, דמן העיבור ליכא ראיה, דהיה יכול להיות שתתקלקל, וא״כ כל שילדה האהובה שעה אחת קודם הוא הבכור. הגר״מ אריק אין שו״ת אמרי יושר ח״ב סי׳ קי״ד ברענגט אראפ די מימרא בשם ר׳ חיים וולאזשינער, ער ענדיגט צו אז ער גלייבט נישט, ״שיצא דבר זה מפי הצדיק ר׳ חיים מוולוז׳ין״.  
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר