געוואלדיג.
אייגענטליך אויב מעג איך צולייגן א נקודה. צו דעם פותח'ס ענדע פון זיין צווייטע תגובה.
צייטונג שרייבער זענען ווייטער פראדוצירער מיט דעם וואס זיי שטעלן צו א פלאטפארמע פאר די קלוגע פון פאלק צו משפיע זיין אויפ'ן דעת הקהל זיי זאלן מאכן באשלוסן וואס זענען קריטיש פאר'ן טובה און גוטע 'עקענעאמיע' פון פאלק.
א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:גיב פאר חרדים אויטאנאמיע וועט אויסוואקסן א מדינת ישראל.
פראדוקציע איז געלט און דער געריבענער איד וועט שוין זעהן די געלט זאל אהין קיין אפריקא אנקומען. דער זעלבער אנקל סעם וואס שיקט פארן קריתיואלע רב זיינע פראגראמען איז דער וואס שיקט עס קיין מדינת ישראל און פאלעסטינא. אין פאלעסטינא בויעט מען ראקעטן מיט גראנאטן און מען פילט אן שווייצע בענק פאר אראפאט׳ס אלמנה, און אין מדינת ישראל און אין קריתיואל בויעט מען א לאנד מיט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן.
יא, ניוסקווער און קריתיואל זענען אפשר די גרעסטע בענעפיטער ווען עס קומט צו שטאטישע און פעדעראלע פראגראמען, און הוא הדין מדינת ישראל איז פון די גרעסטע שנארערס פון אמעריקאנע שטייער צאלער געלט. און, גיב מיר א גוייש שטעטל וואס האט אזוי שנעל גאלאפירט און אויפגעבויעט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן און די שענסטע קאמיוניטי פעסיליטיס פון רפואה צענטערן אשת חיל׳עך און שולן, זאלן, מקוואות און בית השחיטה מיט אייגענע פראדוקציע. והוא הדין מדינת ישראל האט די אינוועסטמענט פון אמעריקא געזעהן א פרוכטבארע איינקופט ווען מדינת ישראל פראדוצירט שוין היינט טעכנאלאגיע, וואפן, מעדיצין און סייבער סעקיוריטי מיט וואס זי העלפט די וועלט לויפן פאראויס!
גערעכט, אז די צאל סעקשן אכט בענעפעטירער זענען הימל שרייענד הויעך אז עס זענען דא באדייטענע צאל פאךלאזע אומגעלערנטע מענטשן מיט בנים ובני בנים כזיתים שתולים. דאס איז ווייל ׳דער פארפלוכטע יודע׳ האט אן אייגנשאפט צו ׳קאנטראלירן׳ געלט! צו איז ראטשילד מיט א ׳באנק׳ צו איז עס מעדאף מיט זיינע ביליאנען פארשווינדלט. ס׳איז אבער א פאקט. און מעגסט זיין זיכער אז ווען סעקשן אכט העט אנהייבן קראכן אירע צק׳לאך וועלן הונדערטער משפחות נאך נישט קומען צו די שטאטישע שעלטערס צו לייגן א קאפ אויף א קושן ביינאכט.
האנדלען וואנדלען אין די גאנצע וועלט!
נארישער פארגלייך דאס מדינת ישראל מיט קרית יואל, טראץ די אנגענומענע קאנצענזוס איז מדינת ישראל נישט אנגעוויזן אויפן אמעריקאנעם פינאנציעלע שטיצע, עס איז ענדערש א לוקסוס צו וואס זיי האבן זיך צוגעוואוינט, זייער יערליכער בודזשעט איז איבער 85 ביליאן דאלער, איז וויפיל פראצענט פון דעם מאכט אויס די 3 ביליאן וואס אמעריקע ווארפט זי צו?!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
סמעטענע האט געשריבן:נארישער פארגלייך דאס מדינת ישראל מיט קרית יואל, טראץ די אנגענומענע קאנצענזוס איז מדינת ישראל נישט אנגעוויזן אויפן אמעריקאנעם פינאנציעלע שטיצע, עס איז ענדערש א לוקסוס צו וואס זיי האבן זיך צוגעוואוינט, זייער יערליכער בודזשעט איז איבער 85 ביליאן דאלער, איז וויפיל פראצענט פון דעם מאכט אויס די 3 ביליאן וואס אמעריקע ווארפט זי צו?!
קוקט אויס זיי ליינען אויך קאווע שטיבל:
http://worldnews.nbcnews.com/_news/2013 ... light?lite
און אגב, כ'קען דוקא יא זען א פארגלייך צווישן מדינת ישראל און קרית יואל. נישט נאר ווייל קרית יואל איז כמעט ווי א מדינה בפני עצמה [כמחאת הרב משה בער בעק], נאר ווייל ביידע צייגן דעם אור-אלטן פעסטגעשטעלטן כלל: נויט ברעכט אייזן.
נישט אזוי לאנג צוריק, אונטער דעם קאמוניסט בן גוריון, איז מדינת ישראל געווען א טאטאלע פינאנציעלע קאטאסטראפע, וואס האט געלעבט פון שנאר און ווידערגוטמאכונג. געזען אמאל א בריוועלע פון א איד אין די בראשית יארן פון די מדינה, וואס ער האט געשריבן קיין אייראפע אז 'דא וואוינט מען ווי אין סוכות, מ'עסט ווי יום כיפור, און מ'גייט אנגעטון ווי תשעה באב'.
יעדע אידישע געמיינדע, פרייע ווי פרומע, וועט זיך אן עצה געבן מיט פינאנצן בבוא היום - אויב דער פריץ זאל נאר לאזן (מדינת ישראל האט אויך נאר אויפגעבויט ווען זי האט צוביסלעך געטוישט צו קאפיטאליזם). איך בין איבערצייגט אז אויב קרית יואל - און אנדערע 'היימישע' געגנטער - זאל זיך טרעפן מיט צוגעשפארטע רעגירונג קראנען וועט מסתמא ווערן א קורצטערמיניגער קריזיס, אבער עווענטועל וועט מען זיך אן עצה געבן.
חיים וואלדער גייט וויטער אהן מיט זיינע פלענער פאר אויטנאמיא
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%95%D ... D7%94.html
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%95%D ... D7%94.html
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!
עס וואלט מסתם געווען אינטרעסאנט פון אן אקאדעמישע עקאנאמישע פערספעקטיוו צו באטראכטן/מאדעלן וואס וואלט טאקע פאסירט אין אזא סארט מצב. דהיינו, ווייל לעת עתה באשטייט די חרדי׳שע עקאנאמיע (so to speak), ווי נישט, פון אן אָטאַרקי [אזא סארט אפגעזונדערטע/״פארמאכטע״ עקאנאמיע] (מ׳רעדט דא די חלק עקאנאמיע ו״האנדל וואנדל״ וואס איז דא; מ׳רעכענט נישט רעגירונג פראגראמן וכדומה). אין א פאל אבער וואו עס ווערט טאקע אן אטאנאמיע, וועט עס (איראניש) נישט קענען בלייבן אזוי (ווייל בעצם פראדוצירט עס נישט כנ״ל) און עס וועט זיך טאקע דארפן מער אריינלייגן אין עפעס זאכליכע אלגעמיינע פראדוקציע וכדברי [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], אויף כדי צו קענען בכלל אריינגיין אינ׳ם כלל פון דוד ריקארדוֺי׳ס געזעץ/טעאריע פון קאָמפּערעטיוו עדווענטעדזש צו/און קענען טרעידן און האנדלן מיט די (דרויסענדע) וועלט. (דעמאלטס קען אבער ווערן א פראבלעם אז די פראדוקציע אינדוסטריס וועלן דאך צוערשט זיין אינפענט אינדוסריס וממילא אפשר האבן שוועריקייטן אריינצוגיין געהעריג אין פרי טרעיד מיט די שוין אוועקגעשטעלטע אינדוסטריס דערין.)
ווי אויך קען זיין די פראבלעם מיט א חרדי׳שע אויטאנאמיע...
ווי אויך קען זיין די פראבלעם מיט א חרדי׳שע אויטאנאמיע...
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל