פאלעסטינערס רעכטן איבער ארץ ישראל
פאלעסטינערס רעכטן איבער ארץ ישראל
בס״ד
ווען מיר פראבירן צו פארשטיין די פראבלעם אין ארץ ישראל צווישן די אידן און פאלעסטינער, דארפן מיר פארשטיין אז מיר דארפן קודם ארויס האבן די היסטאריע פונעם מיטל מזרח כדי צו קענען פארשטיין די מלחמה.
דער חלק פון היסטאריע איז איינגעטיילט אין צוויי, די רעליגיע חלק, און דער פאליטישער חלק.
צו נעמען למשל א דוגמה, די היסטאריע פון אמעריקא ציעט זיך צוויי הונדערט אין עטליכע יאר, די רעליגיע פון אמעריקא איז וואס עס שטייט אויף יעדן דאלער- "מיר גלייבן אין גאט". לכאורה האט אמעריקא נישט קיין אפיציעלע רעליגיע, און רעליגיע טאר נישט שפילן קיין ראלע אין די פאליטיק. אודאי טוט עס יא אונטערן טיש דא און דארט, אבער נישט אפיציעל. די ליבעראלע טאטעס וועלכע האבן אויפגעשטעלט אמעריקא האבן געגלייבט אז רעליגיע איז נישט קיין פאקטאר וועלכע דארף אנגיין פאר דער רעגירונג. עס איז בינו לבין קונו, און קיינער דארף עס נישט וויסן, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דעם.
פון דער אנדערער זייט, אינעם מיטל מזרח איז די בילד אינגאנצן אנדערש. רעליגיע איז איינע פון די הויפט פאקטארן און ראלעס איבער כמעט אלע נושאים. פון רעכטן ביז פליכטן, פון ווער דו ביסט ביז וואס דו ביסט.
דאס איז די איינע פון די הויפט סיבות פארוואס איינער פון אמעריקא אדער פון סיי וואו נאר פון דער מערב זייט וועלט, וועט קיינמאל נישט קענען געהעריג פארשטיין די מלחמות דארט. זיינע שלום פלענער זענען נישט קיין פלענער, זיינע טאקטיקן זענען ווערד כקליפת השום, און זיין השגה איז אונטער נול. ווייל זיי קוקן אן די מיטל מזרח אנגעלעגענהייטן בכלליות און מדינת ישראל-פאלעסטינער מלחמה בפרט, מיט זייערע גלעזער.
פארדעם צום ביישפיל קומען זיי אויף מיט די גאונות'דיגע שלום פלענער: גיב זיי ארבעט, גיב זיי שיינע הייזער מיט שווים באסיינען, מיט שיינע קארס און שיינע שטעט, גיב זיי שטחים. אלעס גייט זיין מסודר, און יעדער גייט זיצן ביינאכט אינאיינעם ביים פייערל און זינגען אלד מעקדאלענד העד א פארעם, וגר כבש עם זב יחדיו והכל על מקומו יבוא בשלום.
אין איין סטעיטמענט: די אמעריקאנער מיינען, די אמעריקאנער באטראכטן, די אמעריקאנער שטעלן זיך פאר די סכסוך צווישן מדינת ישראל און די אראבער מיט זייער פוינט אויף וויאו, מיט זייערע גלעזער, און וויאזוי זיי מעסטן זאכן אין לעבן. זיי רעדן זיך איין אז יעדער איז די זעלבע און יעדער וויל די זעלבע, און דאס איז דער גורם און שורש פון די דורכגעפאלענע שלום פלענער. דאס איז נישט נאר אין ישראל, די זעלבע איז אין איראק, אפגאניסטאן, איראן, וכדומה וכדומה.
בנוגע די רעליגיע היסטאריע האבן מיר שוין געשריבן אין דער פאריגער אשכול, יעצט וועלן מיר זיך נעמען אויפ'ן היסטארישן חלק. אפילו די הקדמה הייבט זיך אן די זעלבע.
נאך 1900 יאר פון זיין אוועקגעטריבן פון אונזער הייליג לאנד דורך די רוימישע רעגירונג, האבן זיך די אידן צוריקגעקערט צו זייער לאנד צו וועלכע זיי האבן זיך אזוי געבענקט אפילו די 1900 יאר אין גלות. מיר האבן קיינמאל נישט פארגעסן פון איר, און מיר האבן אייביג גערעדט פון איר. סיי ביים דאווענען, סיי ביים לערנען, סיי ביים בענטשן, און ווען נישט? אם לא יעלה את ירושלים. אין אסאך אידישע הייזער איז דא שטיקל וואנט וועלכער איז א זכר לחורבן, יעדעס יאר קלאגן מיר אויפ'ן חורבן עטליכע מאל א יאר. ביי יעדע שמחה דערמאנט מען ירושלים-ציון, אפילו ביי אן אבל ה"י דערמאנט מען ציון. אידן האבן אלע יארן געשטרעבט "צוריק" צו קומען צו זייער לאנד- ארץ "ישראל". מיר האבן געהאט די נביאים אין ארץ ישראל, בתי מקדשות, די פירער און קעניגן פון אונזער פאלק.
די גרויסקייט פונעם לאנד אין יענע צייטן איז נישט געווען אלעמאל אייניג. טייל מאל געווען גרעסער (שלמה המלך, דוד המלך צייטן), און מיט די יארן קלענער און קלענער. די הויפטשטאט איז אייביג געווען ירושלים עיר הקודש והמקודש. און פון דעם זענען מיר אזוי מיאוס פארטריבן געווארן מיט רציחה און פיין, און די ביטערע גלות האט זיך אנגעפאנגען און מיר ווארטן שוין בכליון עיניים כמעט צוויי טויזנט יאר אז דער הייליגער אב הרחמן זאל אונז שוין קומען אויסלייזן נאך אלס אידן.
אפילו אין די גלות יארן איז ארץ ישראל און ירושלים געווען אין אונזער קאפ. טייל אידן זענען געבליבן וואוינען אין ארץ ישראל נאך נאכ'ן חורבן, טייל זענען שפעטער געקומען מיט די יארן, טייל האבן אפילו איבערגעדרייט א וועלט אז זיי זאלן פשוט אפילו נאר באערדיגט ווערן אין ארץ ישראל, אפילו לכל הפחות מיט אביסעלע זאמד פון ארץ ישראל אונטער'ן קאפ.
שפעטער מיט די יארן, ביי די תלמידי הגר"א'ס און תלמידי בעל שם'ס צייטן איז די אשכנזים חלק געווארן גרעסער אין ארץ ישראל (דאן טבריה-שפעטער ירושלים, זיי זענען נישט געקומען קודם קיין ירושלים צוליב די רדיפות פון די ספרדים). און די ווינט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל איז געווארן שטערקער און שטערקער, ביז די שיבת ציון צייטן וואס די אידן זענען צוריק ארויף אין די מאסן, און דער גרעסטער חלק זענען געקומען נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
די ערשטע שטעטלעך וואס זענען געבויעט געווארן זענען געווען, פתח תקווה אין 1882, שפעטער ראש פינה, נס ציונה, א.א.וו. און פון דאן וואקסן די אידישע שטעטלעך און שטעט ווי אויף הייוון.
ווען מיר הייבן אן צו קוקן אויף דער אנדערער זייט, ביי די פאלעסטינער. זעט מען אינגאנצן אן אנדערער בילד.
אדרבה, פרעגט סיי וועלכער אמעריקאנער אדער אייראפעאישער: ווען איז די אנפאנג פונעם פאלעסטינער פאלק אדער רעגירונג? ווער זענען געווען זייערע ערשטע פירער? וואס איז געווען זייער מטבע פון שקל און לירא? וועלכע שפראך האבן זיי גערעדט? וואו איז געווען זייער הויפטשטאט? קיינער וועט נישט קענען וויסן דער תירוץ אויף קיין איינע פון די פראגעס.
אונז גייען אנפאנגען מיט וואו ווערן זיי אויסגערעכנט צום ערשטן מאל, און ווען?
אונז קענען אריינקוקען אין אלע היסטארישע ביכער פון אלע דורות, קיינער דערמאנט זיי נישט, קיינער קען זיי נישט, קיינער ווייסט נישט צו זאגן פון זיי. אפילו דער קוראן דערמאנט נאר אידן אדער בני ישראל, אפילו ער ווייסט נישט צו זאגן פון אזא פאלק פאלעסטינער. דאס מיינט אין 700 למספרם זענען די פאלעסטינער נישט געווען גענוג וויכטיג אפילו פאר'ן קוראן זיי צו דערמאנען.
דאס ערשטע מאל וואס זיי ווערן דערמאנט איז אין 1900 יארן. ביז דעמאלט איז נעמא, נעיט, נישטא, איננו, נישט דא!!!! פארוואס טאקע?
דאס צו קענען פארשטיין דארפן מיר צוריקגיין עטליכע יאר. זייט די אויפגאנג פון איסלאם איז א גרויס טייל פונעם מיטל מזרח פאררעכענט געווארן ווי איין גרויסע לאנד. דער נאמען פון דאס לאנד איז געווען שאם. אז מיר קוקן אין די אמאליגע קעגן די היינטיגע מאפעס וועלן מיר זען, אז די אלע שטחים פון סיריע, ירדן, לבנון, ארץ ישראל, די גאנצע געגענט איז אמאל גערופן געווארן שאם, און דאס איז געווען איין גרויסע לאנד. די האנדל איז געווען אפן, עס איז נישט געווען די אלע גרעניצן וועלכע מיר זען היינט אויף די מאפעס.
די אלע גרעניצן וועלכע מיר זען היינט, איז א תוצאה פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די בריטישע און פראנצויזן האבן איינגענומען די לענדער פון די אוטמענער, און זיי האבן דאס איינגעטיילט אין לענדער, סיריע, לבנון און ירדן זענען געווארן זעלבסטשטענדיג, און די בריטישע האבן געלייגט א מאנדאט אויף ארץ ישראל וועלכע זיי האבן גערופן פאלעסטינע. זייט דעמאלט האט מען אנגעהויבן צו הערן פון די ירדנ'ישע מענטשן, סירישע מענטשן, און פאלעסטינער. מען זעהט נישט אין ערגעץ פאר 1930 אז מ'זאל רופן איינעם צו א לעבאנעזער, א סיריער, א ירדנ'ער, אדער פאלעסטינער. די גאנצע זאך איז אן אויסטרעף פון די קאלאניעזים וועלכע האט געהאט געהערשט אויף דער געגענט און זיי האבן דאס איינגעטיילט.
אפילו ביז היינט, ווען עס קומט צו ערנסטע פאלעסטינע פארשוינען, ווי למשל עזמי בשארה וועלכעא איז געווען א גרויסער פאלעסטינער און שפעטער אן אראבישער חבר כנסת מטעם די אראבער, אבער צום סוף איז ער אנטלאפן פון ארץ ישראל צוליב דעם וואס ער איז געווען א שפיאן פאר חיזבאללא. ער אליינס זאגט אין אן אונטערוויאו אן אינטערסאנטע זאך וועלכע מ'דארף זען מיט די אייגענע אויגן, קוקט וויאזוי די לינקע רעפארטער קוקן אים אן ווי פון דער לבנה אראפגעפאלן. דאעזמי בשארה ווי יעדער ווייסט איז זייער א קליינער ציוני, און איז א גוטע חבר מיטן נאסראללה און אסאד, היינט איז ער א טעראר לערער פאר די חיזבאללה. און דא זאגט ער מיט זיין אייגענעם מויל און ער שעמט זיך נישט מיט'ן זאגן אזא זאך אז עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א פאלעסטינער פאלק, עס איז פשוט אן אויסטרעף ווי אזוי צו לייגן דרוק אויף די ישראלים.
אלזא, אלס א תוצאה פונעם ערשטן וועלט מלחמה איז געווארן אזא מין באשעפעניש מיט'ן נאמען פאלעסטינער פאלק, מזל טוב. און פון יעצט הייבט זיך אן די היסטאריע פונעם פאלעסטינער פאלק, ויקם מלך חדש, מ'הייבט אן פון פריש.
קומט אויס, אז די מלחמה איז צווישן אן אור אלטער פאלק וועלכע ווערט שוין דערמאנט סיי אין דער תורה און אזוי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות אפילו אין זייער קוראן, וועלכע קומט צוריק צו זייער לאנד נאך אזוי סאך יארן ווארטן און בעטן. און פון דער אנדערער זייט א גרופע מענטשן וועלכע איז געווארן אנגערופן א פאלק אינגאנצן עטליכע יאר ווייניגער אפילו פון צעהן יאר.
דא איז אייגענטליך ווי היסטאריע קומט גוט צוניץ צו קענען פארשטיין די סיבות פאר פארשידענע אקטן. און גיבט צו פארשטיין ווער איז גערעכט אין דער מלחמה צו וועמען דאס לאנד געהערט. (די מלחמה איז נישט איבער די שלוש שבועות אדער על הגאולה) פון איין זייט א פריש אויסגעטראפענעם פאלק, און פון דער אנדערער אן אור אלטער פאלק וועלכע האט אלע יארן געהאט א שייכות מיט דעם לאנד אין אזא אדער אזי וועג.
אקעי, יעצט ווייסן מיר שוין וויאזוי די פאלעסטינער פאלק איז באשאפן געווארן, לאמיר זיך יעצט נעמען צו פארשטיין ווער זענען דאס פאלק וועלכע רופן זיך פאלעסטינער און טענה'ן בעלות אויפ'ן לאנד?
אז יעדער וועט עפענען א טעלעפאן ביכל פון עזה, יהודה ושומרון, מערב ברעג און אזוי ווייטער, אדער גייטס אפילו אויפזוכן אין פעיסבוק אדער טוויטער. אז ענק וועלן קוקן וועלן ענק זען זייער אן אינטערעסאנטע זאך. זייער אסאך פון זיי האבן אזעלכע לעצטע נעמען ווי למשל:
על איראקי- דאס מיינט אז ער איז געקומען פון איראק.
על מאסרי- דאס מיינט אז ער איז געקומען פון מצרים. (איינע פון די גרעסטע און שטערקסטע משפחות אין שכם היינטיגע צייטן זענען די על מאסרי משפחה)
על מאסאווא- דאס איז אן אנדערער חלק פון מצרים
על חוראני- דאס איז פון חרן אין סוריע. די מענטשן וועלכע קומען פון חרן זענען געברענגט געווארן דורך די ענגלענדער וועלכע האבן געזוכט ביליגע ארבעטער אין דער חיפה פארט, האבן זיי געברענגט די מענטשן פון חרן אז זיי זאלן קומען ארבעטן אין ארץ ישראל פאר ביליגער.
אסוראני- דאס איז פון צור אין לבנון.
סידאווי- דאס איז פון צידון אין לבנון.
טאראבולסי- דאס איז פון טריפאלי אין לבנון. (נישט פון ליביע)
זארקאווי- פון זרקה אין ירדן.
און אזוי ווייטער און ווייטער קען מען זען זייערע נעמען אז זיי זענען געקומען פון אנדערע שטעט צו דער געגנט, און זיי זענען נישט אלט באזעצענע וועלכע וואוינען שוין דא הונדערטער יארן און די ציונים זענען געקומען און זיי פארטריבן.
זיי זענען פשוט געקומען אין 1900 יארן ווען די אידן האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, און זיי האבן איבערגענומען דאס לאנד און געמאכט דערפון פאר א מענטש. זיי האבן אנגעהויבן איינצוזייען און איינפלאנצן און אויפבויען דאס ערד. אזוי איז אויסגעקומען אז זיי האבן געדארפט פרישע און פרישע ארבעטערס צוליב וואס די ביזנעס איז געוואקסן שנעלער און שנעלער. און אין די אלע אראבישע שטעט איז נישט געווען וואס צו עסן און נישט וואו צו ארבעטן, זענען געקומען פשוט ארבעטן פאר די אידן אין ארץ ישראל זיי צו העלפן (און דערקוטשענען די יארן אזוי איבערצונעמען דאס לאנד וועלכע האט אנגעהויבן פלוצלינג צו בליען).
אייגענטליך נאך מער, איינע פון די ערשטע קאמפיינען פון די הסתדרות (אזוי ווי די יוניאן דא אין ניו יארק) איז געווען אין 1920 איז געווען מיט'ן נאמען עבודה עברית. דאס מיינט אז זיי האבן געבעטן די אידישע פארמערס און גערטערנס אז זיי זאלן נעמען אידישע (און אביסל טייערער) ארבעטערס ווי איידער אראבער וועלכע זענען געווען ביליגערע ארבעטערס. סך הכל האבן די אידן אויך געוואלט אביסל לעבן.
קומט אויס, אז אין בראשית פון דער מלחמה איז דאס געווען פון מענטשן וועלכע זענען געקומען צוריק צו זייער אור עלטערנס לאנד און אויפבויען דאס פארטריקענטע לאנד. פון דער אנדערער זייט זענען געווען מענטשן וועלכע זענען געקומען זוכן ארבעט און שפעטער באקומען חשק נאכ'ן זען ווי גוט דאס לאנד איז, אז זיי ווילן דאס איבערנעמען.
איך זאג נישט אז עס איז געווען אינגאנצן ליידיג פון אראבער, עס איז געווען שטעט אזוי ווי יפו, נצרת, טבריה און נאך שטעטלעך וואו די אראבער האבן געוואוינט. זיכער איז אויך געווען אראבער דא און דארט, אבער נישט די גרויסע נומערן וואס זיי ווילן פארקויפן אז עס איז דא געווען. די גרויסע נומערן פון אראבער היינט זענען פשוט פון ארבעט אימיגראנטן אזויווי די אראבער אימיגרירן היינט קיין אייראפע און אמעריקא.
שפעטער אין די דרייסיגער יארן, ספעציעל פון 1936 ביז 1939- די יארן וועלכע ווערן אנגערופן ווי די אראבישע רעוואלוציע. אין יענע יארן נאך געשלעגערייען צווישן די אראבער און די אידן אנגעהויבן פון 1920, האט זיך אנגעהויבן די אראבישע רעוואלוציע. די אראבער זענען אויפגעשטאנען קעגן די בריטישע און להבדיל די אידן וועלכע זענען געקומען אין גרויסע נומערן אין יענער תקופה. אין אנפאנג איז די רעוואלוציע געווען געצילט פשוט צו קענען פארכאפן די פרוכטבארע לאנד וואס די אידן האבן מצליח געווען אויפצובויען אין יענער קורצער תקופה. שפעטער האט דער מופתי פון ירושלים- על חוסיייני אנגעהויבן צו איבערדרייען די רעוואלוציע צו א הייליגער קריג און פאררופן די פאלעסטינער אלס א פאלק מיט א לאנד.
אין 1948 מלחמה- מלחמת יום השחרור, זענען אסאך אראבער אנטלאפן צו די שכינות'דיגע לענדער און דאס האט אנגעדרייט די פראבלעם וואס ווערט אנגערופן ביז היינט די פליטים פראבלעם. רוב פון די אראבער וועלכע זענען אנטלאפן האבן זיך פשוט צוריקגעקערט צו זייער היים לאנד פון וועלכע זיי זענען געקומען אפאר יאר צוריק. די פירער פון יענע אראבישע לענדער האבן צוריקגעהאלטן די אראבער זיך צוריקצוקערן צו זייער אייגענע דערפער, טאקע כדי צו קענען לייגן מער דרוק אויף דער יונגער מדינה אז זיי דארפן צוריקנעמען די אלע אראבער און אזוי וועלן זיי פארלירן דאס רוב אידן וואס זיי האבן אינעם לאנד. און פארדעם זיצן די אראבער אין פליטים לאגערן שוין כמעט 65 יאר, א זאך וואס איז נאך נישט געווען אזא זאך אין דער היסטאריע, און עס איז נישטא אזא פארגלייך אין דער גאנצער וועלט אז טויזנטער מענטשן זאלן זיין אין פליטים לאגערס 65 יאר. נישט דא א זאך מציאת אינעם כדור העולם, נאר דארט!
נאך מער, אין די 1950 יארן איז דער מצב צווישן די בירגער אין לבנון געווען זייער אנגעצויגן און נערוועז, די בירגער קריג האט שוין געהאט אויסגעבראכן אין טייל פלעצער. די מענטשן אין לבנון האבן געוואוסט אז די יו. ען. טיילט עסן בחינם פאר אלע פאלעסטינע פליטים לאגערן, האבן זיי זיך פשוט דארט אריינגעזעצט צו קענען באקומען עסן בחינם, און היינט שרייען זיי אז זיי דארפן גיין קיין ארץ ישראל! דאס איז שוין חוץ פון דער חוצפה אז מ'רופט אן די פליטים וועלכע זענען אנטלאפן פונעם מלחמה צוריק צו "זייער היימלאנד" אלס פליטים, איז נאך צוגעקומען עטליכע צענדליגער טויזנטער אראבער וועלכע זענען אין ארץ ישראל אין זייער לעבן נישט געווען.
זייט דעמאלט זענען די פאלעסטינער צוטיילט אין 4 חלקים.
איין חלק וואוינט אין ארץ ישראל, 20 פראצענט פון מדינת ישראל בירגער רופן זיך אראבער אדער פאלעסטינער.
צווייטער חלק איז אין עזה, יהודה ושומרון, און אינעם מערב ברעג. וואס דארטן אליינס וואוינען זיי אין פליטים לאגערן.
דער דריטער חלק וואוינט אין פליטים לאגערן אין לבנון, סיריע, און ירדן,
און דער פערטער חלק וואוינען אין דער גאנצע וועלט, און זיי אלע שרייען אז זיי דארפן צוריקגיין צו "זייער" לאנד און ארץ ישראל געהערט צו זיי. רוב רובו פון זיי זענען אייניקלעך אדער קינדער פון מענטשן וועלכע האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל פאר עטליכע יאר כדי צו קענען ארבעטן דארט.
סך הכל:
די טענה פון די פאלעסטינער אז ארץ ישראל געהערט צו זיי פאליטיש איז פאלש און לעכערליך.
די טענה אז מדינת ישראל זענען אקופירער און מ'דארף זיי פארדאמען איז ליגענט ווי שקר. (סתם א קליינע פראגע, פון 1948 ביז 1967 האבן די ירדנ'ער אין מצרים געוועלטיגט אויף די אלע שטחים, פארוואס האבן די אראבער נישט געלאפן דאן צו דער וועלט שרייען אקופירער? און בדרך אגב די אראבער האבן זיך אסאך מער רשעות'דיג אויפגעפירט צו די פאלעסטינער ווי מדינת ישראל פירט זיך היינט אויף).
די טענה פון פליטים איז אויסגעזויגן פון די פינגער טאקע נאר צו קענען לייגן דרוק אויף מדינת ישראל.
אין אמת'ן אריין האט די ארטיקל געדארפט פארמאגן ארום 5000 ווערטער (אנשטאט די 2500 וועלכע עס האט יעצט), נאר אזוי ווי דער עולם דא האט שוין אזוי געפאדערט דעם צווייטן ארטיקל לייג איך עס יעצט אזוי ארויף כמו שהוא, און עס וועט נאכקומען א חלק ב' אויף דער נושא. אינעם צווייטן חלק וועלן מיר אי"ה ברענגן הוכחות ברורות וראיות חותכות איבער דער לעכערליכקייט פון די 3 טענות וועלכע מיר האבן יעצט גערעדט דערפון. מיר וועלן שטארק רעדן אי"ה בנוגע די היסטאריע במשך די צוויי טויזנט יאר וויאזוי ארץ ישראל האט אויסגעזען און וויפיל אראבער האבן דא געוואוינט.
מיר וועלן רעדן אי"ה איבער מלחמת תש"ח.
מיר וועלן אי"ה רעדן איבער די פליטים.
מעגליך אז מיר וועלן שוין אויך אנרירן אביסל די רציחה פון די אראבער איינער צום צווייטן, אבער די נושא לעצמה פארדינט א באזונדערע אשכול פאר זיך.
לויט ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר ארויסלייגן די קומענדיגע ארטיקל אי"ה אין טעג פון ה' אייר.
איך וויל ענדיגן מסביר זיין די לעכערליכקייט פון די אראבישע טענות און שפעטער וועלן מיר זיך נעמען צו דער אייגענטליכער היסטאריע פון ווען די מדינה איז שוין געשטאנען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווער עס קען עס ביטע מגיה זיין און איבער שיקן צו מיר אין אישי וועל איך (און די עולם דא) דאנקבאר זיין.
איך בין נישט א גוטע מגי' אבער איך פרעג סתם, יעדער זאל יעצט מגי' זיין?..
אויב איינער וויל, זאל מען שרייבען דא און אז נישט יעדער זאל זיך נעמען מגי' זיין אויף אמאל.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
די גאנצע מגיה זיין געראטשקע פעלט נישט אויס, ס'ליינט זיך פיין און פליסיג, אפשר ווען דו וועסט מאכן א בוך פון אלע ארטיקלן זאלסטו עס מגיה זיין, פאר קאווע שטיבל איז עס פערפעקט.
בנוגע דעם עצם ארטיקל, היצא לנו מזה אז ווען נישט די שלש שבועות וואלטן מיר אלע געדארפט זיין פייערדיגע ציונים.
און האסן די בלוט דורשטיגע פאלעסטינע קען מען אפי' מיט די שלש שבועות אינאיינעם

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
כ'האב נישט געהאט וואס צו טוהן האב'ך ארויפגעלייגט דעם ארטיקל אויף פי.די.עף. פאר די וואס ווילן עס ארויספרינטען!!
דאונלאוד'ס עס פון דראפבאקס: http://goo.gl/eDLYL
------------------
יעצט געטוישט לינק צו איינס וואס כ'האב אביסל בעסער מסדר געווען און צוגעלייגט פעידזש נומערן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נייגעריגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.

- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
צו אביסל פארבעסערן די גראמאטיק לויט וויפיל די צייט האט ערלויבט, ולא עליך המלאכה לגמור, ויבוא מי שחכם יותר ויוסיף לקח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך בין נאכאמאל נתפעל פון די הערליכע ארבעט וואס ממי שאמרו האט אריינגעלייגט, א גרויסן יישר כח פאר די אלע ידיעות.
איך וויל פארשטיין, נאך דעם מלחמת השחרור האבן דאך מסתמא געוואוינט פילע אראבער אין די פלעצער וואס מען האט ערשט איינגענומען ביי די זעקס טאגיגע מלחמה, אלזא, וואס איז געשען מיט די אלע פאלעסטינער-אראבער נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, זענען זיי געבליבן דארט אדער נישט?
לאמיר פארשטיין נאך א זאך. פאר ישראל האט זיך געגרינדעט האבן די ענגלענדער געהערשט דארט, און פאר דעם האבן די טערקן געווען בעל הבית, מיט וואס זענען די ישראלים ערגער ווי די ענגלענדער, פארוואס מעגן זיי יא הערשן אויף די פאלעסטינער אבער די ישראלים טארן נישט?
אגב, זיי מסביר וואס הייסט זיי וואוינען פליטים לאגערן, זיי האבן אפילו נישט קיין געהעריגע הייזער?

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
יאיר האט געשריבן:איך בין נאכאמאל נתפעל פון די הערליכע ארבעט וואס ממי שאמרו האט אריינגעלייגט, א גרויסן יישר כח פאר די אלע ידיעות.
איך וויל פארשטיין, נאך דעם מלחמת השחרור האבן דאך מסתמא געוואוינט פילע אראבער אין די פלעצער וואס מען האט ערשט איינגענומען ביי די זעקס טאגיגע מלחמה, אלזא, וואס איז געשען מיט די אלע פאלעסטינער-אראבער נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, זענען זיי געבליבן דארט אדער נישט?
לאמיר פארשטיין נאך א זאך. פאר ישראל האט זיך געגרינדעט האבן די ענגלענדער געהערשט דארט, און פאר דעם האבן די טערקן געווען בעל הבית, מיט וואס זענען די ישראלים ערגער ווי די ענגלענדער, פארוואס מעגן זיי יא הערשן אויף די פאלעסטינער אבער די ישראלים טארן נישט?
אגב, זיי מסביר וואס הייסט זיי וואוינען פליטים לאגערן, זיי האבן אפילו נישט קיין געהעריגע הייזער?
אוודאי זענען זיי דארט געבליבן. עזה, מערב ברעג א.א.וו. איז דאך באזעצט דורך זיי.
לגבידיין צווייטע פראגע, ענגלאנדס שליטה האט נישט געשטעל אין געפאר די דאמינאנץ פון די אראבישע קולטור אין פאלעסטינע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די וואך האט די משפחה געהאט א לענגערע אפהאנדלונג איבער די E-1 בויעריי. זיי שרייבן אז דאס וואס די פאלעסטינער טענה'ן אז עס וועט פארמיידן א צוויי סטעיט סאלושן דורך דעם וואס ס'וועט אפהאקן גענצליך דרום פון צפון איז פשוט שקר, ווייל מ'האט דירעקט געבויט א הייוועי ארום און ארום זיי זאלן קענען אנקומען צו צפון דורך אויסקראסן דעם גאנצן מעלה אדומים געגנט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נו וואס טוט זיך דא, קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די אראבערס? פאר דעם האבען מיר קעווע שטיבל, אז אלע זאלען פליצלינג מסכים זיין לדעה ימנית אחת?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
אלע הסברים זענען גוט באופן כללי, אבער אין פאקט האבן אסאך אראבער געמוזט עוקר זיין און מען מוז מתקן זיין דעם פראבלעם.
(אבי געשאסן, זייער אויבערפלעכליך, איך האב נישט קיין כח און געדולד זיך צו פארטיפן אין די סוגיא שאין לה סוף, נאר להביע תודה לממי-שאמרו און צו ווייזן לעיקוואד אז נישט יעדער איז ימני, האב איך עפעס ארויסגעשאסן)

יעצט געליינט די אוצרות און ארטיקל פונעם שונא ישראל (נישט לאנד, פאלק), אראבער, שקרן וזייפן, תלמיד חביב ונאמן לאל גשאזירא משה יודא יואל ווייס. חוץ פון דעם וואס ער איז זיך סותר מיניה וביה מיט נומערן און דאטומס. טוישט היסטאריע ווי אזוי אים שמעקט (אינעם ראש השנה גיליון שרייבט ער אז אין דיר יאסין איז געשטארבן 800 אראבערס, דא שרייבט ער שוין 100. וואס איז געשעהן מיט די אנדערע 700? מחיה מתים געווען?)
ער פארדרייט די היסטאריע פון צאלח א דין, פון די הונדערט יאר איידער מדינת ישראל איז אויפגעשטאנען. אום בכלל יעדער איז מוזמן צו ליינען ביידע.
ער פראבירט בכל כוחו צו פארענטפערן פארוואס די אראבער האבן יא א טענה. (פארוואס למען השם?????)
אויב דאס איז די סאטמארע שיטה, און מיינע דיעות (אז די פראבלעם מיט ציונים איז פשוט ווייל עס איז קעגן די תורה און זיי זענען פראבירן אפצופירן אידישע קינדער- אזוי ווי שמואל שלמה טעלער האט געשריבן די וואך אינעם בלאט) איז ציוניסטיש געשטימט, ווייס איך שוין נישט וואס צו זאגן אויף די שיטה וואס איך גלייב שוין עטליכע צענדליגע יאר.
איך גיי אי״ה ארויף לייגן א לענגערע חלק ב.
מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:יעצט געליינט די אוצרות און ארטיקל פונעם שונא ישראל (נישט לאנד, פאלק), אראבער, שקרן וזייפן, תלמיד חביב ונאמן לאל גשאזירא משה יודא יואל ווייס,
מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו.
אינטערסאנט אז דו האסט אזוי שטארק ארויס געגעבן דיין אינערליכע מהות,
אוצרות איז א רעספעקטפולע אויסגאבע וואס ווערט געשריבען דורוך רספעקטפולע מענטשן און זיי האבן רעספעקטפולע ארטיקלען, אמת אז מען קען כסדר דעבאטירען צו זיי זענענן גערעכט אדער נישט, און עס איז מעגליך אז מיט עטליכע זאכען זענענן עקסטרעם, אבער עס איז דא א מהלך ווי אזוי מען דעבאטירט אזא נושא,
א שאד, איך האב געמיינט ביז די תגובה אז מיט דיין ארטיקעל וועל איך קענענן האבן די קאנטער באלאנס וואס פעלט זיך אויס, זעט אויס אז נישט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
בדחן האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:יעצט געליינט די אוצרות און ארטיקל פונעם שונא ישראל (נישט לאנד, פאלק), אראבער, שקרן וזייפן, תלמיד חביב ונאמן לאל גשאזירא משה יודא יואל ווייס,
מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו.
אינטערסאנט אז דו האסט אזוי שטארק ארויס געגעבן דיין אינערליכע מהות,
אוצרות איז א רעספעקטפולע אויסגאבע וואס ווערט געשריבען דורוך רספעקטפולע מענטשן און זיי האבן רעספעקטפולע ארטיקלען, אמת אז מען קען כסדר דעבאטירען צו זיי זענענן גערעכט אדער נישט, און עס איז מעגליך אז מיט עטליכע זאכען זענענן עקסטרעם, אבער עס איז דא א מהלך ווי אזוי מען דעבאטירט אזא נושא,
א שאד, איך האב געמיינט ביז די תגובה אז מיט דיין ארטיקעל וועל איך קענענן האבן די קאנטער באלאנס וואס פעלט זיך אויס, זעט אויס אז נישט.
פארפאלן! בדחן איז נישט צופרידן אז ער האט מער נישט א קאנטער באלאנס פאר משה יודא יואל ווייס דורך חברינו ממי, 'ך בין זיכער אז יעצט 'עט מר בדחן אליינס אננעמען דעם תפקיד פון פארלייגן א באלאנסירטער ויכוח..
בדחן, אפשר ביסטו מסביר? וואס הייסט אינערליכע מהות?
און ווי אזוי זענען די מציאת הדברים פארלוירן געווארן ווען א שרייבער האט געפרילקערט שקרים? אפשר ביסטו מיר מסביר די סתירה פון דיר יאסין? אפשר ביסטו מיר מסביר ווי אזוי ווערט איינמאל 700 טויזענט פליטים און איין מאהל מיליאן? און אפשר ווייסטו נישט אז צאלח א דין האט אנפאנג נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די קריסטן איינעמען ארץ ישראל נאר נאכדעם וואס זיי האבן געדרויט איינצונעמען סוריע און אים טשעפן די מוסעלמענער רעליגיע האט ער גערופן מלחמה אויף אים.
קוק וואס וויקיפדיה שרייבט:
בזמן שצלאח א-דין חיזק את כוחו בסוריה, הוא לא הפריע לממלכת ירושלים הצלבנית, אם כי בדרך כלל ניצח כאשר הוא פגש אותם בקרב. יוצא דופן אחד היה קרב גזר ב־1177, אך הוא התגבר על כך במהירות, וניצח את הצלבנים בקרב בגשר בנות יעקב ב־1179. אולם הצלבנים המשיכו להתגרות בו. רנו משטיון, בעיקר, הטריד את המסחר ונתיבי העליה לרגל המוסלמיים עם צי בים סוף, נתיב מים שהיה חשוב ביותר לצלאח א-דין שיוותר פתוח. גרוע מזה, הוא איים כי יתקיף את הערים הקדושות מכה ומדינה. בחג' ב־1185, התקיף רנו ובזז שיירת עולי רגל. ביולי 1187, צלאח א-דין פלש לממלכת ירושלים והשמיד את הצבא הצלבני בקרב קרני חיטין, אסון גדול בשביל הצלבנים ונקודת מפנה בתולדות ירושלים. צלאח א-דין שבה והרג את רנו; הוא גם שבה את המלך, גי דה ליזיניאן. הוא כבש את ירושלים ב־2 באוקטובר 1187, לאחר 88 שנות שליטה צלבנית, וטיהר את מסגד אל אקצה וכיפת הסלע מהסממנים הנוצריים שנוספו בהם על ידי הצלבנים.
און איך וועל נאך דאס באשרייבן ביי די קומענדיגע ארטיקלן. און ווען דער שרייבער וויל טוישן היסטאריע רעגט דאס זייער אויף.

איך וועל זיך מסביר זיין.
איך לייען מיט דארשט דיינע ווערטער, איך האב באמת הנאה געהאט פון די אינפערמאציע און פיין דיין סטיל אויף שרייבען, איך האב דיר באדאנקט דערויף, אבער ווי נאר גייסט פערזענליך קעגן דעם צווייטען מיטען אים אנריפען שונא ישראל, אראבער, שקרן וזיפן, תלמיד עד דזשירא, פארלירט דיין ארטיקעל - פאר מיר - ס׳גאנצע ווערט, מיטען גיין פערזענליך מיט אזעלכע טיטלען ברענגסטע דיר צו די שטאפעל פון יענעם׳ס טיטלען, איידעלערהייט הערסטע זיך אסאך בעסער.
בתקווה להבנה.
איך לייען מיט דארשט דיינע ווערטער, איך האב באמת הנאה געהאט פון די אינפערמאציע און פיין דיין סטיל אויף שרייבען, איך האב דיר באדאנקט דערויף, אבער ווי נאר גייסט פערזענליך קעגן דעם צווייטען מיטען אים אנריפען שונא ישראל, אראבער, שקרן וזיפן, תלמיד עד דזשירא, פארלירט דיין ארטיקעל - פאר מיר - ס׳גאנצע ווערט, מיטען גיין פערזענליך מיט אזעלכע טיטלען ברענגסטע דיר צו די שטאפעל פון יענעם׳ס טיטלען, איידעלערהייט הערסטע זיך אסאך בעסער.
בתקווה להבנה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
איך פארשטיי זייער דיין פוינט, באמת איך פארשטיי.
אבער צו זעהן דער אפיעציעלע שרייבער פון אן אפיעצעלע סאטמארע מאגאזין פארדרייט אזוי די מציאת, און נאך פארוואס? זיך אנצונעמען פאר די כלבים און רוצחים- די אראבערס??
אפילו אן אריינצוגיין אין דעטאלן איבער היסטאריע וואס ער פארדרייט, זיינע מאטיוון איז אן הימל שרייענדיגע עוולה. די וועלט זאגט: זאג מיר ווער דיינע חברים איז, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט.
אבער צו זעהן דער אפיעציעלע שרייבער פון אן אפיעצעלע סאטמארע מאגאזין פארדרייט אזוי די מציאת, און נאך פארוואס? זיך אנצונעמען פאר די כלבים און רוצחים- די אראבערס??
אפילו אן אריינצוגיין אין דעטאלן איבער היסטאריע וואס ער פארדרייט, זיינע מאטיוון איז אן הימל שרייענדיגע עוולה. די וועלט זאגט: זאג מיר ווער דיינע חברים איז, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך פארשטיי זייער דיין פוינט, באמת איך פארשטיי.
אבער צו זעהן דער אפיעציעלע שרייבער פון אן אפיעצעלע סאטמארע מאגאזין פארדרייט אזוי די מציאת, און נאך פארוואס? זיך אנצונעמען פאר די כלבים און רוצחים- די אראבערס??
אפילו אן אריינצוגיין אין דעטאלן איבער היסטאריע וואס ער פארדרייט, זיינע מאטיוון איז אן הימל שרייענדיגע עוולה. די וועלט זאגט: זאג מיר ווער דיינע חברים איז, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט.
אפשר ביסטו מער מסביר במאי פליגי מר. ווייס און מי שאמרו?
האדם לא נברא אלא להתענג
אויב איינער קען אריינסעקענען זיין ארטיקל וואלט גוט געווען.
בנוגע די היסטאריע פון אראבער אין ארץ ישראל.
בנוגע צאלח א דין
בנוגע די פליטים.
בנוגע מלחמת תש״ח
ועוד איך געדענק נישט יעצט אויפן מאמענט.
די עיקר מחלוקת צווישן מיר און אים איז פשוט, ביי מיר קען מען פיינט האבן די אראבער און האלטן פון די שיטה, ביי אים דארף מען בארעכטיגן די אראבער צו האלטן פונעם שיטה.