משפיעים און זייערע השפעות!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אראנו נפלאות האט געשריבן:רבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.


יא, איך שריי שוין לאנג אזוי.
ער איז געוואלדיג, איינס נאך הפילוסוף האלקי יונתן ***.
Under influence
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, איך שריי שוין לאנג אזוי.

דערצייל.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

איין וויכטיגע משפיע האט מען דא אויסגעלאזט, הגאון רבי חיים ווערנער שליט"א מירושלים.

רבי חיים איז ארגינעל א סלונימער חסיד, ער פירט א חבריה מיט א בית-המדרש, ווי מען דאווענט לאנגע דאווענענ'ס. נשמת אליין געדויערט א גאנצע שעה יעדע שבת. אינמיטן דאווענען זינגט מען עטליכע מאל, ער איז א שטארק מרוגש'דיגע מענטש און איז מחנך זיינע מענטשן אויפצובויען די רגשות הלב. הרה"ק בעל נתיבות שלום זצ"ל האט שטארק געהאלטן פון אים און שרייבט אויף אים גרויסע שבחים.

טראצדעם וואס ער איז א גרויסער חסיד פון בעל נתיבות שלום ולהבחל"ח האדמו"ר מסלונים שליט"א, איז ער אויך א תלמיד החולק על רבו אין עטליכע הינזיכטן, בפרט בענינים שבין אדם לאשתו, וואו ער מאכט אוועק די סלונימער חומרות, זאגנדיג אז דער רבי קען זאגן וואס ער וויל, אבער צו מיר קומען אן די פראבלעמען וואס קומען ארויס דערפון... דאס איז א שטיקל ריס וואס הערשט אינערהאלב סלונים, ווי אזוי אנצוגיין מיט די ענינים. עכ"פ ער איז גאר א גרויסע משפיע און פארמאגט פיל אנהענגער אין די אלגעמיינע גאס.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מורינו הרב האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?


איחוד, מען האט עס געזען די ערשטע מאל אויך. פארוואס קלערסטו אז ביים צווייטן מאל ווען מען ענדערש לאכן פון די דזשאוק?

אגב; דארפסט מיר זאגן שכוח. איך האב עס יעצט געברענגט צום קענטעניס פונעם עולם...


שכוח.

אגב עס איז ארויף צוויי מאל בטעות, און ניין איך מאך נישט קיין דזאקס, איך מיין עס גאנץ ערענסט.

ער האט נאכלויפערס און גיט א שיעור איינמאל א וואך, א מחבר ספרים אויף קבלה. און עפעס איז ער דארט א קנאקער אין שער השמים.

אמאהל איז געוועהן בילדער און ווידיא ווי ער פאלט כורעים ביי מצוה טאנץ.

אויב איינער ווייסט מער דעטאלען, איז ער געבעטען צו שרייבען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

אה, יעצט כאפ איך... איך האב געמיינט אז דו מיינסט רבן גמליאל פון די משנה, אז ער איז אויך געווען א גרויסער מענטש און פארוואס קיינער רעדט נישט פון אים...

דארפסט שרייבן קלאר פון וועמען דו רעדסט, ווייל איך מיין אז ווייניג האבן פארשטאנען.
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געוועהן בילדער און ווידיא ווי ער פאלט כורעים ביי מצוה טאנץ.

ביי די צווייטע חתונה - מצוה טאנץ האט ער אויך געהאלטן הדסיםאין די הענט - די גארטל נישט.


מחבר געען מערערע ספרים מיטן נאמען טיב (נישט צו פארמישן מיט זיין נעפיו מחבר ספרי גם אני אודך)
אזוי אויך ערשיינט א וועכענטליכע בלעטל מיטן נאמען טיב הקהלה.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.

שמו הרב איתמר שווארץ.

איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.

ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".

די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גייט מען געהאלפן ווערן.

די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א געראך פונעם רמח"ל'ס דרך הלימוד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייט השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.

למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.

גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).

א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.

ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.

ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.

גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

יאיר האט געשריבן:איך זע אז די גדולי המשפיעים דבית הקפה רעדן מיט אזא זאפטיגקייט, די השפעות רינט פון אלע זייטן, און איך שטיי אין א זייט שעמעדיג, איך האב מורא אויפצוהייבן דעם קול, נישט ווייל איך בין אן עניו, אדרבה, ווער ס'קען מיר ווייסט אז איך ארבעט גאר שווער אויף די געהויבענע ענינים פון בשבילי נברא העולם און גדלות האדם. נאר עס איז פשוט אן ענין פון במופלא ממך אל תדרוש, די משפיעים געשעפט איז א סוגיא וואס איך האב נישט ארויס ביז'ן היינטיגן טאג. מיט מיין קוצר הבנתי און עומק המושג בין איך א בער ולא אדע, איך שפיר נישט די השפעות וואס גיסן זיך פון די משפיעים, איך שטיי, איך קוק, איך זוך, אפשר דאך, אפשר פאלן זיי אין א זייט, איך צי אויס מיין האלז און איך עפן מיר דאס מויל אז די השפעות זאלן קענען אריינגיסן, איך פארמאך די אויגן, איך פארקנייטש מיר דאס היטל, איך קנייטש עס אויף, איך שעטל זיך אויפקן קאפ כדי מיין פנים זאל ווערן בלאס און מאגער, אבער די השפעות ווילן נישט קומען.

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?

אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.

בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!


גם אני מצטרף לכל הנ"ל.
אפשר קען איינער פון די חשובע חברי השטיבל אביסל אויסקלארן די נושא פון משפיע מה זו?
א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ווער עס ליינט אפ דעם גאנצען אשכול אויף איינמאהל, קומט צום אויספיר, אז די אלע משפיעים צריכה בדיקה, אדער זיי אדער זייער ווייב/געשוויסטער/משפחה זענען קוק פאריקט אין ליידען פון מענטיל פראבלעמען, הגם אז געוויסע קענען לערנען, אבער עפעס מיטן מח זייערע איז נישט אין ארדענונג, אסאך זענען בעלי כשרונות אבער אין זייערע פריוואטע לעבנס זענען זיי גרויסע לאוסערס, פרובירען זיי אדער סתם עולם גולם, עולם הפוך ראיתי, טשעפענען זיך אן אין די סארט מענטשען המכונה "משפיעים", א רבי פון חסידים קענסטו נישט ווערן, האט ג-ט ב"ה אריין געגעבען א געדאנק ווערט א משפיע, צוביסלעל נאך עטליכע קען ער זיך שוין קרוינען "רבי', זיין מזל איז נתהפך געווארען פון א לאוזער צו א רבי'עלע.
דער דארגער ראזענפעלד האט עס געמאכט דער בעסטע, פון א משפיע אין בעלזא צו א פולשטענדיגע היפיטייזער רבי'סטווע.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
.

http://www.bilvavi.net/
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליכער אשכול!

הוגה האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:ווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.


איך האב געוואוסט אז ער איז נישט געווען ביי די לוי' אבער נישט געזעצן שבעה אויך האב איך נישט געוואוסט. איז דאס או הלכה זאך אז מען זיצט נישט שבעה נאך אן אפגעפארענע ברודער?


א זייטיגע הערה, אלץ לייען איך אין די מעשה בוכלעך אז אויב א קינד איז רח"ל אפגעפארן פון אידישן וועג האט מען זיך געזעצט שבעה נאך איהם.
מעשה לסתור?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמעקעדיג האט געשריבן:א זייטיגע הערה, אלץ לייען איך אין די מעשה בוכלעך אז אויב א קינד איז רח"ל אפגעפארן פון אידישן וועג האט מען זיך געזעצט שבעה נאך איהם.
מעשה לסתור?


נאר ביי שמד,דאכציך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.

שמו הרב איתמר שווארץ.

ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".


אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.


ווי אויך דע את ילדיך - חנוך ילדים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.

שמו הרב איתמר שווארץ.

איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.

ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".

די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גיט מען געהאלפן ווערן.

די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א גראך פונעם רמח"ל'ס דרך הליומד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייטע השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.

למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.

גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).

א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.

ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.

ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.

גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.

ר' מאטל''ס סמכות צו טיילען סמכות'ן איז גאר נישט אזוי מוסמך אדער מוסכם.
פון אלע משפיעים ארומגערעדט דא, איז לפי קט שכלי ר' איתמר דער טיפסטער און אפשר אפי' א בעל מחדש באמת.
קוק למשל אין קול דממה דקה דף קעו' ווי ער איז מסביר שעצם הויית כל דבר הוא שם הויי"ה דיליה. דאס הייסט אז מציאות פון די זאך בעצמותו דאס איז די שם הוי"ה און צו אט דעם נקודה דארף מען זיך מדבק זיין. מען דארף רילעיטן צום זאך בעצמותות נישט צו אירע הגדרות. ער איז מסביר דארט אז "חיות" רופט מען די רילעישאן וואס די זאך האט צו עפעס אינדערויסען פון איר, אירע פעולות. אבער דער בחינת כתר איז איר מציאות מצד עצמו. thing in itself, בלשון קאנט. שוין, איך האב אריינווארפען א ביינדעל צו די אלע וואס קענען נאר פארשטיין טיפע זאכען אויב מען פרעדיגט עס בשם די 'ריזען' חכמים מחכמי האומות.
בבחינת מי יתננו ירחי קדם, איידער מען האט מיך פראגראמירט מיט די אלע הגדרות וויאזוי אנצוקוקען זאכען. אזוי דארפען מיר אנקוקען די וועלט. און דאס מיינט דביקות בהוי"ה.
איך האב נישט געזעהן כמעט קיין איינעם אנדערש פון די משפיעי דורינו וואס זאלן רעדן אזוי טיף און קלאר.
דאס נעקסטע שטיקל אויף יענעם עמוד זאגט ער אויך הערליך שיין.
ער איז מסביר אז די נקודה פון צימצום און חלל פנוי איז נישט קיין ענין פון זמן, נאר אן ענין פון הבחנה. עס איז באקאנט די גלוי פון אר"י ז"ל אז קודם איז געווען אין סוף וואס האט ממלא געווען כל מקום החלל, און דערנאך איז געווען צימצום, און דערפון איז געווארען א חלל פנוי, וואס האט ערלויבט פאר א בריאה. ער איז מסביר אז דאס איז נישט אן ענין פון זמן, עס איז אן ענין פון הבחנה בעומק מציאות הבריאה. כסגנון הידוע, "קודם בסיבה ולא בזמן".
די חידוש פון זיין שטיקל דארט איז ווי ער לעגיטמירט דארט אז בעומק קומט א מענטש צו צו טראכטען אז ער ווייסט נישט גארנישט אפי' נישט צו עס איז דא א גאט. וזה לשונו, " כאשר האדם חושב ונפשו תופסת, אולי כל חושיו המה טועים. כלומר, מנ"ל שמחשבתו חושבת דברי אמת ויושר, ומנ"ל שחושיו מבחינים מציאות, שאולי הם מוטעים גם כן. וכאשר האדם חושב כן, אין לו כלום. לא את הקב"ה, כי אין לו כלי לברר כלל אם יש בורא עולם. ולא את הנברא, את עצמו, כי סבור שאולי כל חושי הנברא הם טעות. ובאמת, שהשגה זו בפנימיות, היא הממוצע בין הנברא לבורא. והוא נקודת האין הגמור של הנברא, שאחריו בא היש האמיתי, הקב"ה.
קוק ווייטער ווי ער זאגט אז מען דארף באמת כאפן די נקודת הדברים, נישט סתם פלפלנן און זאגען "אפשר איז נישטא גארנישט און אלעס איז א דמיון". מען דארף באמת כאפן די נקודה דערפון.
עכ"פ ער שרייבט ווייטער דארט אז צדיקים האבן די סארטען מחשבות, דערנאך כאפט מען אז אפי' אט די מחשבה זעלבסט איז אויך לאו דוקא. אויב מען כאפט די נקודות באמת דעמאלט איז די וועלט אהן קיין הגדרות, וואס דאס איז דער אמתער טייטש פון אחדותו יתברך.
זיינע ספרים זענען פיל מיט גאר טיפע נקודות, און אויך גאר ראדיקאלע נקודות. אמת ער האט נישט קיין פערציג מענטשען ארום אים אויף די פערצענטער גאס, אבער מיט דעם אלעם זעה איך גאר טיפע זאכן בחיבוריו.
איז ער בכלל נישט קיין מצימצום אויף געוויסע זאכען? דאס זאג איך נישט. אבער אויף וויפל די אנדערע משפיעים זענען זיך מגלה, איז זיין עמקות באין ערוך מער ווי זיי. קוק נישט די ערשטע פאר חלקים פון בלבבי. קוק חלק ז' ח' ט' י'.
אפאר רענדאם שטיקלעך זיינע
בלבבי משכן אבנה ז' דף כט'.
"וביותר עומק, כאשר האדם דבק באמת ב"אין עוד מלבדו", אין לו סתירה כלל בשום ענין. כי עצם המהות לא נודעת, ודבר לא נודע אין שייך בו סתירה. דהיינו א סתירה איז פשט ווען עפעס א מציאות שטימט נישט מיט די הגדרה פון די זאך. אבער אויב איז נישט דא קיין הגדרה איז דאך נישט שייך עפעס זאל איר סותר זיין.
אויך דארט דף לח'
ער רעדט ארום אז אמונה איז בחינת אין. און שקר איז אויך בחינת אין. ווייל ביידע איז דאס אז מען לעבט נישט מצד הגדרות פון די חושים. דהיינו אז מצד די וועלט פון פעולה און הגדרה איז "חכמה אמת, והעדר החכמה שטות, שקר, אולם מצד השבת, השביתה, העדר פעולה, אזי גם השקר, הדמיון השטות, אמת". וועגן דעם שטייט אז אן עם הארץ, דהיינו א שוטה, איז נישט משקר מצד בחינת שבת ושביתה. ועיי"ש בהמשך דבריו בשם המהר"ל שהגיהנם הוא סוד האין שמעל היש. און נאר ווייל ער איז נאך תופס די 'אין' בכלים של יש, איז עס צער ויסורים. "בוודאי שבחיצוניות סובל, כי הוא תפס את האין בכלים של יש. אולם בפנימיות זהו הענין".
בקיצור אויף וויפל איך קען זעהן איז ער גאר א טיפער מענטש וואס גייט גאר ווייט במחשבתו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נשמה יתירה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

עטליכע סמכות'ן אויף רבי מאטלען זעלבסט.
הגר"י מוואודרידזש: ער מיינט ערנסט, אפשר א מזג פון פוילן מיט חב"ד, אבער מיט ראפשיץ האט עס גארנישט.
כ"ק הג"ר מאטעלע מוויזניץ: א וואוילער איד, אביסל צעמישט.
רב"מ לעבאוויטש (מגדולי חסידי סטיטשין 50): מאטל איז אן ערליכער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

קומט נישט צום קליינעם פינגער פון די שבחים וואס דער מילק שקר, און איך רעד טאקע פון די שווארצע [קאפי], האט געזאגט אויף ר' איתמר. כד בדיחא דעתיה האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ווען דער ר' איתמר וואלט געווען אין די צייטן פון דעם זיידען דער ערשטער מילק שקרנישער רבי וואלט ער געווען פין די גרויסע חסידים דארט. אזא גרויסע טיטול האט ער נאך קיינמאל נישט געזאגט אויף א בן דורינו. זאגען אז מען קען זיין א חסיד פון דעם סאמע ערשטן מלא שקרנישער רבי איז כמעט ווי דער בוכ"ע אליין איז זיך מייחד בשמו. וכידוע איז דאך דער אייבערשטער זיך נישט קורא בשמו אויף איינעם וואס לעבט חוץ אויף יצחק אבינו.
סאו וואס קומט ר' מאטל'ס שמחות צו אזא סמחות, והדברים עתיקים.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ס'איז ארויסגענומען פון א קאנטעקסט, און ווער נישט אזוי ברוגז.
איינער האט אים אנגעפרעגט וועגן דעם וואס ער שרייבט אז די גאנצע שפע פון די וועלט קומט נאר דורך תפלה, האט רבי מאטל געענטפערט אז ער קען הערן אזא סברא, און אויך נאר פאר איינעם וואס ס'העלפט צום דאווענען נישט ס'שטערט אים. איי רבי איתמר שרייבט אזוי, האט ער געזאגט ער איז נישט קיין בר סמכא ווי איינער זאגט ער איז נישט משה רבינו, אזויפיל האט יא משמע געווען אז ער האט נישט קיין איבריג התפעלות פון זיינע זאכן, וואס איך האב דא געברענגט פאר די פורפוס אף אינפארמעישן אנלי נישט אז איינער זאל זיך אויפרעגן.

בנוגע די גדלות פון רבי איתמר קען זיין ביזט גערעכט, איך בין ממש נישט באהאווענט, גם לי האט אויסגעזען ווי ער איז אן עמקן. דעם קול דממה האב איך צום לעצט געזען ביי די 17 יאר וואס ווי פארשטענדליך האב איך דאן בעיקר געזוכט הקדמות, הסכמות, און לעי"נ'ער ביים סוף.
יישר כח פאר דיין שיינע תגובה.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

ברוגז? ח"ו. הומאריסטיש, אפשר. דאס איז ווייל איך האלט אז די מסמיכים פון ר' מאטל זענען שוואכער ווי אים זעלבסט, און די מסמיך פון ר' אתמר איז שוואכער ווי אים. עס דערמאנט מיך די ווארט פינעם בעשה"ק בענין רק אין חכם ונבון כמותך. אז כדי צו זיין א מבין אויף א צווייטענס חכמה, דארף מען עכ"פ זיין א חכם כמותו.
דשמעתי בשם מורי פירוש הפסוק (בראשית מא, לח) ויאמר פרעה אל עבדיו הנמצא כזה איש אשר רוח אלהים בו וגו', אין נבון וחכם כמוך. ופי' רש"י הנמצא, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו. ומה בעי רש"י בזה. ופירש הוא, כי להבין מעלת ומדריגת צדיק או חכם צריך הוא עצמו להיות במדריגה זו להיות מבין מעלת מדריגת חכם ונבון, ומאחר שאף אם נלך ונבקשנו לאותו איש חכם ונבון שיעמוד על מדרגתך שאתה חכם ונבון לא נמצא, כי אין נבון וחכם כמוך, אם כן אין מי שיעמוד על מדריגת חכמתך וכו', ודפח"ח. [תולדות בא ]
אויף א צווייטע פלאץ זאגט ער בשם דעם בעשה"ק אז דער מבין דארף גאר זיין א גרעסערער חכם.
וכמו ששמעתי ממורי זלה"ה פירוש חז"ל בפסוק (בראשית מא, לח) הנמצא כזה איש וגו', ות"א הנשכח כדין, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו, אין נבון וחכם כמוך וגו'. כי לחקור מי נבון וחכם צריך שיהיה זה יותר חכם ונבון שיחקור אותו, וזה לא נמצא יותר נבון וחכם מיוסף שיחקור אותו, לכך אין נבון וחכם וכו' ודפח"ח. [ב"פ ויחי]
ווי ר' אליעזר עפשטיין זצ"ל פלעגט זאגן "פירושים זענען איבעריג". ודפח"ח.
ווער נאך אזוי דער בעשה"ק האט געשפירט אויף די אייגענע הויט דעם פראבלעם.

אז מען רעדט שוין פון דאנקען אויף שיינע שטיקלעך איז דארף מען אפגעבען גאר א גרויסען דאנק פאר די מייסטערהאפטע שטיקלעך וואס דו שרייבסט בכלליות, און אין דעם אשכול בפרטיות. געוואלדיגע ארבעט, יישר כוח אייך.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

Eliot Wolfson האט געשריבן א מאמר [paper בלע"ז] אויף ר' אתמר. איך האב עס געליינט לאנג צוריק. איין זאך געדענק איך ווי ער שרייבט מיט גאוה אז אים איז מסתבר אז ר' איתמר כאפט בכלל נישט ווי ווייט ראדיקאל זיינע תורות זענען. צו מיר האט דאס אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגע חוצפה. שפעטער ווען איך האב קענען געלערנט ד"ר וואלפסאן פערזענליך, האט ער מיר מאמת געווען מיין first impression. זיין גאוה איז להפליא. דאכט זיך אז ער הייסט למעשה פון די גרעסטע אקעדמעיקער אויף חסידות
בייגעלייגט איז די מאמר.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יש לציין שהרי"מ מורגנשטרן מחולק עם ר' איתמר בנושא מאד יסודי (לדעתו, אף כי קשה לאנשים פשוטים כערכי בדיוק להבין למה זה משנה בכלל, אלא אם כן אני מתרגם את זה לעולם המושגים שלי, ואז בכלל צ"ע) וכתב על זה ב"הסכמה" שכתב לאחד מספריו.

להגיד שר' איתמר לא תופס את הרדיקליות של דבריו עצמו הוא דווקא די מסתבר כי לאנשים בתוך הציבור החרדי, גם עמוקים ויחידים וסוג של מורדים כר' איתמר יש מאפיין אחד מאד ברור והוא חוסר מודעות עצמית ולהשלכה והקשר היותר רחב של דבריהם.

ובכל אופן, מה ענין "גאווה" ו"חוצפה" לכאן? או שזה נכון או שלא, וכי בהערכת אישיות עסקינן?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איבעראל לשון הקודש? אביסל אידיש ביטע, כ'בין שוין אויסגעמוטשעט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

לעיקוואד האט געשריבן:יש לציין שהרי"מ מורגנשטרן מחולק עם ר' איתמר בנושא מאד יסודי (לדעתו, אף כי קשה לאנשים פשוטים כערכי בדיוק להבין למה זה משנה בכלל, אלא אם כן אני מתרגם את זה לעולם המושגים שלי, ואז בכלל צ"ע) וכתב על זה ב"הסכמה" שכתב לאחד מספריו.

להגיד שר' איתמר לא תופס את הרדיקליות של דבריו עצמו הוא דווקא די מסתבר כי לאנשים בתוך הציבור החרדי, גם עמוקים ויחידים וסוג של מורדים כר' איתמר יש מאפיין אחד מאד ברור והוא חוסר מודעות עצמית ולהשלכה והקשר היותר רחב של דבריהם.

ובכל אופן, מה ענין "גאווה" ו"חוצפה" לכאן? או שזה נכון או שלא, וכי בהערכת אישיות עסקינן?

איך האב נישט פארשטאנען אז עס איז דא א יסודותדיגע מחלוקת. מיר האט אויסגעקוקט אז ער איז גארנישט אזוי שטארק מחולק מיט אים.
געב א קוק. ר' איתמר ניצט דאך אין כמה פון זיינע ספרים מיט גאר א בולט'ע שפראך אז תורת משיח איז מהבל תורת משה. אויך זאגט ער אז יעדע מענטש קען זיין בדרגת של ימות ותורת המשיח. אז מען שטעלט צאם די ביידע זאכען איז דאך דאס גאר וואזנע ווערטער. יעצט אז רי"מ געט אן הסכמה, בעל כשרון וואס ער איז, האט ער דאך גאנץ גוט דורכגעליינט דעם ספר. האט ער געוואלט אביסל אויסגלעטן דעם ענין, און פן איין זייט אפשר עס גאר היילייטען.
א ידיד האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געהאט טענות אויף ר' איתמר און אים געזאגט אז מדבריו קומט ח"ו אויס אז א צדיק דארף נישט מקיים זיין די תורה חס מלהזכיר. האט ר' איתמר גענטפערט אז ער זאל אים אנצייכענען ווי אין זיין ספר דאס שטייט. האט ער געענטפערט אז עס איז א צאמשטעל פון אפאר נקודות זיינע. ענטפערט ר' איתמר אז מען קען אים נישט האלטען פאראנטפארטליך פאר צאמשטעלער, ווייל יעדער קען צאמשטעלען וויאזוי ער וויל. אויב וואלט איך ווען דארט געווען, וואלט איך אים צוגעוויזען די הערות פון הרי"מ בהסכמתו לספרו. דארט זעהט מען קלאר ווי ער מאכט אויך דעם זעלבען חשבון. וז"ל "ולהעיר מה שמובא כמ"פ בכתביו שכיון שצריך להשיג כל המדריגות, ממילא אפשר גם היום להיות בכל הדרגות וגם אלו שלעתיד.... והכוונה שאע"פ שעיקר הנהגת ג' רישין היא הנהגה דלעתיד, זהו לכללות העולם, אמנם צדיק אמת גם עכשיו יכול להאיר בעצמו האור דלעתיד... באדערט אים לפי"ז אויב אזוי.... ולכאורה אם צדיק יכול להגיע למדרגות שלעת"ל שייך לומר ח"ו שפטור מן המצוות, והרי זאת התורה לא תהיה מוחלפת".. עיי"ש מה שמתרץ.
הרי לנו אז פאר רי"מ האט געבאדערט דעם צאמשטעל. אויב ימות המשיח איז מהבל תורת משה, אויב די הבנה פון אחדות ממש פון באמת באלעבן דעם נקודה פון בלי גבול, איז מהבל די גאנצע ענין פון דעת והגדרה, פון מותר אסור וכו', און אויב איז אמת אז יעדער איד בזמנינו קען אנקומען ביי זיך צו דעם דרגא, איז יש בזה פתחון פה לומר ח"ו אז א מענטש אויף דער מדרגה איז פטור מכל המצות חס מלהזכיר. קומט דאך אויס אז דער צאמשטעל איז גאנץ בולט און ער איז פאראנטפארטליך דערויף.
(די ענין פון ג"ר ג' רישין איז די דרגא וואס איז העכער פון הגדרה, און דארט איז נישטא קיין מותר אסור, טהור טמא, כשר פסול כידוע. ווי דער תולדות יעקב יוסף ברענגט פון בעשה"ק "ששמעתי ממורי אעפ"י שאלו אוסרין ואלו מתירין אלו ואלו דברי אלהים חיים (עירובין יג ב), כי בו' קצוות יש טהור וטמא (ת"ז קמז א) מה שאין כן בג' ראשונות הכל טוב וטהור, והבן". [תולדות שלח])
אינטערסאנט אז איינער האט מיר אמאל נאכגעזאגט פור רבי נחמן אז רשב"י האט נישט מקיים געווען תורה ומצוות ווייל ער איז געווען אויך די בחינה פון למעלה מתורה ומצוות, עפעס אזוי. ובקשתי שטוחה צו הרב ברסלבער שליט"א עס מאמת צו זיין אדער מבטל זיין.

ולהעיר אז רי"מ קוקט אויך אויס ווי א בעל הבנה, אבער ער איז עפעס א קונה הכל. קען זיין ווייל ווען מען פארשטייט אז אלעס איז הבל, איז דאך נישט קיין חילוק אין וואסערע הבל מען קאכט זיך. בבחינת דעם ראפשיצער זצ"ל, אז מען דארף האבען תמימות אבער עס פעלט אויס א געוואלד מיט חכמה צוצוקומען צום נקודת התמימות. דהיינו מען ווערט געוואויר אז מיט חכמה והשגה איז אלעס שקר, ממילא לעבט מען מיט מציאות אהן קיין חכמות, וויסענדיג צוזאמען דערמיט, אז דאס איז א שטיקעל שפיל.

נאך א רענדאם שטיקל וואס געפעלט מיר פון ר' איתמר. בלבבי חלק ט' דף עג
"הסתירה נובעת מכח שאדם מכריח שישנה מציאות מושגת, וההנהגה שלו צריכה להיות מותאמת לאותה מציאות, וכשאומרים לו לנהוג שלא עפ"י המציאות המושגת, הרי נוצרת אצלו סתירה. אבל כשהאדם מבין שהמציאות לעולם אינה נתפסת וכל ההשגה שלנו היא רק ביחס להנהגה, שוב אין מקום לשאול שאין זה אמת.....בבריאה התחדשו רק חושים, כפי שכתוב באריז"ל. (די גאנצע בריאה איז סוביעקטיוו מצד אונז, נישט אן אביעקטיווער אינדרויסענדיגע וועלט) שכל השגתנו אינה בעצמות א"ק אלא בחושיו. (אדם קדמון איז די טיפסטע נקודה אונזערע, פארשטייטסעך אז פארדעם איז דאס אויך די טיפסטע נקודה בשורש הבריאה, עס איז דאך היינו הך כנאמר כאן) והרי שכל השגת הנבראים אינה במהות עצמה, אלא בחושים בלבד, והבן הדברים מאוד מאוד."
ער זאגט זיס, ניט אזעי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נשמה יתירה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

(נשמה יתירה, איך וייס פון עם פרעזענליך אז דער הסכמה וואס קוקט טאקע אויס אזוי פארווע איז מרמז אויף גאר א טיפע מחלוקת צווישען זיי, סך הכל איז די הסכמה געשריבען דיפלאמאטיש אביסעל, אבער פריוואט האלט ער אז דאס איז א נקודה וואס פרעגט אפ ר' איתמר'ס גאנצע גאנג. אם יהיה לי זמן אפשר שאסביר.)
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט