אראנו נפלאות האט געשריבן:רבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.
יא, איך שריי שוין לאנג אזוי.
ער איז געוואלדיג, איינס נאך הפילוסוף האלקי יונתן ***.
אראנו נפלאות האט געשריבן:רבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.
מורינו הרב האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?
איחוד, מען האט עס געזען די ערשטע מאל אויך. פארוואס קלערסטו אז ביים צווייטן מאל ווען מען ענדערש לאכן פון די דזשאוק?
אגב; דארפסט מיר זאגן שכוח. איך האב עס יעצט געברענגט צום קענטעניס פונעם עולם...
איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געוועהן בילדער און ווידיא ווי ער פאלט כורעים ביי מצוה טאנץ.
יאיר האט געשריבן:איך זע אז די גדולי המשפיעים דבית הקפה רעדן מיט אזא זאפטיגקייט, די השפעות רינט פון אלע זייטן, און איך שטיי אין א זייט שעמעדיג, איך האב מורא אויפצוהייבן דעם קול, נישט ווייל איך בין אן עניו, אדרבה, ווער ס'קען מיר ווייסט אז איך ארבעט גאר שווער אויף די געהויבענע ענינים פון בשבילי נברא העולם און גדלות האדם. נאר עס איז פשוט אן ענין פון במופלא ממך אל תדרוש, די משפיעים געשעפט איז א סוגיא וואס איך האב נישט ארויס ביז'ן היינטיגן טאג. מיט מיין קוצר הבנתי און עומק המושג בין איך א בער ולא אדע, איך שפיר נישט די השפעות וואס גיסן זיך פון די משפיעים, איך שטיי, איך קוק, איך זוך, אפשר דאך, אפשר פאלן זיי אין א זייט, איך צי אויס מיין האלז און איך עפן מיר דאס מויל אז די השפעות זאלן קענען אריינגיסן, איך פארמאך די אויגן, איך פארקנייטש מיר דאס היטל, איך קנייטש עס אויף, איך שעטל זיך אויפקן קאפ כדי מיין פנים זאל ווערן בלאס און מאגער, אבער די השפעות ווילן נישט קומען.
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואס באשטייען די עמערס השפעות וואס גיסן זיך פון די גדולי המשפיעים בדורינו? אויב איך הער די מעשה פון הרב בידרמן אויף א קאסעטע פון פסח קראהן, צו האט דאס די זעלבע השפעה? אויב איך זע דעם ווארט פון רבי צבי מאיר אין גליון מבאר רבותינו, צו האט די השפעה דעם זעלבן תוקף? אויב איך לערן די קבלה תורה פון גרשום שלום אנשטאט פון רבי מאטל, צו קומען נישט די השפעות צו פליסן? אויב נישט, וואס איז דער סוד ווי אזוי מ'ווערט אן אמת'ער משפיע, נאסע פיאות? שווארצע בארד? אינטערעסאנטע טיפ? א הייזעריגע שטימע?
אודה ולא אבוש, איך בין נאך נישט געווען ביי אלע משפיעי דורינו, איך האב נישט קיין הונדערטסטל פונ'ם עקספערטיז וואס מיץ תפוזים האט זיך איינגעקויפט ביים אויסדינען אלע עבודה זרות יונגערהייט. איך בין איינמאל אריינגעפאלן ביי רבי מאטלען, כ'האב זוכה געווען אים צו זען טאנצן מיט א ברוינע מצה שטריימל און פארגלייזטע אויגן, און אים הערן רעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק, צו יעקב אבינו מיט לאה זענען געווען דער זיווג צווישן זעיר אנפין און בנין דוכרין אדער צווישן עתיקא קדישא און חקל יצחק. אן אנדערס מאל כיתתי את רגלי און איך בין געגאנגען הערן קול חוצב להבות אש פון רבי צבי מאיר'ן, אבער איך האב גאנץ שנעל פארלוירן טרעק, ווען יעדע ווארט איז געווארן נאכגעזאגט פון זיבעצן באזונדערע ספרים, און די תורות זענען געווען אין די נושאים פון שמירת עינים, אמונה, חיזוק, לימוד התורה, ענוה, ווען אינצווישן כאפט ער אריין א באזוך אין כעס, גשמיות און רוחניות, עבודה, דאווענען, און אינאיינוועגס האט ער שוין געקאווערט עטליכע קשיות פון רש"י אויף די וואכעדיגע סדרה, כאטש די תירוצים האבן זיך לאו דוקא באצויגן צו די קשיות מיט וואס ער האט אנגעהויבן. איך שטעל זיך פאר אז אין יענעם שיעור האט ער פארענטפערט די קשיות וואס ער האט געפרעגט ביים פאריגן שיעור.
בכל אופן, האב איך א גרויסע תשוקה צו פארשטיין וואס איז די צויבער קראפט פון דעם שם הכולל וואס רופט זיך "משפיעים", און איך וועל איילאדענען יעדן איינעם וואס איז שוין אמאל מושפע געווארן מיר צו וויסן טאן פון זיין אייגענע עקספיריענס וואס האט אים אזוי באנומען, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער מיר נאך זוכה זיין אריינצושלעפן אין די גרופע פון זיין משפיע. אפשר וועל איך גאר אליין ווערן א משפיע איין טאג!
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
.
הוגה האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:ווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.
איך האב געוואוסט אז ער איז נישט געווען ביי די לוי' אבער נישט געזעצן שבעה אויך האב איך נישט געוואוסט. איז דאס או הלכה זאך אז מען זיצט נישט שבעה נאך אן אפגעפארענע ברודער?
שמעקעדיג האט געשריבן:א זייטיגע הערה, אלץ לייען איך אין די מעשה בוכלעך אז אויב א קינד איז רח"ל אפגעפארן פון אידישן וועג האט מען זיך געזעצט שבעה נאך איהם.
מעשה לסתור?
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.
שמו הרב איתמר שווארץ.
ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".
אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.
שמו הרב איתמר שווארץ.
איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.
ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".
די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גיט מען געהאלפן ווערן.
די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א גראך פונעם רמח"ל'ס דרך הליומד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייטע השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.
למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.
גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).
א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.
ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.
גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.
לעיקוואד האט געשריבן:יש לציין שהרי"מ מורגנשטרן מחולק עם ר' איתמר בנושא מאד יסודי (לדעתו, אף כי קשה לאנשים פשוטים כערכי בדיוק להבין למה זה משנה בכלל, אלא אם כן אני מתרגם את זה לעולם המושגים שלי, ואז בכלל צ"ע) וכתב על זה ב"הסכמה" שכתב לאחד מספריו.
להגיד שר' איתמר לא תופס את הרדיקליות של דבריו עצמו הוא דווקא די מסתבר כי לאנשים בתוך הציבור החרדי, גם עמוקים ויחידים וסוג של מורדים כר' איתמר יש מאפיין אחד מאד ברור והוא חוסר מודעות עצמית ולהשלכה והקשר היותר רחב של דבריהם.
ובכל אופן, מה ענין "גאווה" ו"חוצפה" לכאן? או שזה נכון או שלא, וכי בהערכת אישיות עסקינן?