אט דא האב איך ערקלערט די נושא פון עקסטרעמיזם ווס מעסיגקייט. מען קען נישט פאדערן פון א איד וואס איז דורכגעגאנגען די היימישע חינוך סיסטעם זאל זיין גענצליך פלוראל. גענצליך פלוראליזם פון א מאמין וואלט געזאגט "כל אחד והאמת שלו", יא איך גלייב אין מיין אמת מיט אן אבסאלוטע אמונה, אבער נאר ווילאנג עס איז אין מיין טעריטאריע, אבער אינדרויסן פון מיין טעריטאריע האב איך נישט קיין שום רעכט צו זאגן אז איך בין מער גערעכט ווי א צווייטן.
דאס איז אבער צופיל פארלאנגט, אבער מעסיגקייט, דאס טייטשט פלוראליזם למחצה לשליש ולרביע קען מען פארלאנגען. אין פאקט איז ביי רוב מענטשן דא פלוראליזם. נהרא נהרא ופשטיה, אלו ואלו דברי אלקים חיים, און כל הלבבות דורש את ה' איז א געווויסע פלוראליזם, דער חסיד וואס איז פארגלייבט אין חסידות אבער זאגט אז דער ליטוואק האט אויך א לעגיטימע מהלך איז שוין רעלאטיוו א שטיקל פלוראליסט.
דער חסיד וואס זאגט אז א ליטוואק האט א צלם אין הארץ איז א לאסט קעיס, די זעלבע דער סאטמארער וואס קען נישט הערן פון קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים און והיפוכו דער מזרחי'סט.
אלזא מעסיגע מענטשן וואס נוצן די שכל און קוקן נישט שווארץ אויף ווייס קענען זיכער נעמען די זאך ווייטער און פארמאגן טאלעראנץ צו אנדערע מיינונגען, אן אוועקנויגן פון די אייגענע מיינונג.
מיין מיינונג איז מיין אמת, און מיין אמת איז עס עד הסוף, אבער נאר מה שנוגע מיר, איך קען נישט אריינרוקן א מוסלמענער נישט האלאל פלייש, הגם איך לאך פון אים, ווייל אין זיין טעריטאריע איז זיין אמת די אבסאלוט אמת. און אזוי קען איך נישט אריינרוקן קיין פלייש פאר א וועגעטאריען, אדער קיין מים אחרונים וואסער פאר א חרדי, איך לאך דערפון אבער יעדער פארמאגט זיין אמת, און אין זיין טעריטאריע איז זיין אמת די איינציגסטע אמת.