משוררים 3

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
MK Studio
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:27 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

משוררים 3

שליחה דורך MK Studio »

דאס האב איך געשריבן אויף איי-וועלט, איך האב געקלערט לאז די אידן אין קאווע שטיבל אויך הנאה האבן

יא יא, איך ווייס אז ענק האבן שוין אלע סייווי געקויפט דעם טעיפ, משוררים לימי הספירה 3, אבער כ׳קען דאך נישט אדורכלאזן די זאך גלאט אזוי אנדעם וואס איך זאל דערציילן עפעס סודות פון חדר איבער דעם טעיפ און די כוחות וואס זענען אריינגעלייגט געווארן.

האמיר זיך אראפגעזעצט מיט ר׳ חיים בלומענפעלד פון די משוררים היימישע כאור און חיים האט געזאגט אז היי יאר דארף מען מאכן עפעס אזאנס און אזעלעכס וואס זאל איבערשטייגן די טעיפ פון לעצטע יאר.

די ערשטע זאך שטייצעך איז אויסוועלן די ניגונים, און אויף דעם איז מען געזיצן און געארבעט אז די ניגונים זאלן זיי געבעלענסט, אז פון איין זייט זאל זיין גענוג ניגונים פון נייע טעיפס פון די לעצטע פאר חדשים פאר די מענטשן וואס ווילן דוקא הערן רייכע כאור אויף נייערע ניגונים, אבער אויך האבן מיר גענומען עלטערע ווארימע ניגונים, ספעציעל ניגונים וואס מען קען דערויף מאכן עפעס ווארימע כאור און הארמאניס.

די זינגערס אינעם משוררים כאור זענען אלע פראפעשאנעלס און קיין שווערע ארבעט איז נישט געווען מיטן אריינזינגען. מען האט אבער יא געדארפט זינגען סאך מער ווי אויף א טעיפ מיט מוזיק, שטייצעך, אנצופילן דעם קאליר, סזאל נישט אויסזעהן ווי אפאר בחורים זינגען אין די האלוועי פון ישיבה...

איך מיין אז מ'האמער אויפגעטוען וואס מ'האט געוואלט, און ס'איז אויסגעקומען א פיינעם ארבייט, אזוי זאגט דער עולם עטליסט. (און איך בין מסכים מיט זיי)

אה שוין שיר נישט פארגעסן, דאס יאר האט מען אריינגעלייגט קינדער קווייער אויך, וואס דאס איז עפעס וואס איז נאכנישט געווען ביז היינט (לפי ידיעתי)

קאמענטארן קאמפלימענטן און קריטיק זענען וועלקאם.

דא האט איר די אינפארמאציע פונעם אלבום.

ארויסגעגעבן דורך חיים בלומענפעלד פון די משוררים קווייער
געזינגען דורך די משוררים קווייער, אראנדזשירט דורך אני הקטן,
רעקארדעד ביי מיר אין (נייעם) שטיבל.
געמיקסט ביי מיר און ביי ר' לערי געיטס
מעסטערד ביי לערי'ן

די סאלא'ס זענען: חזקי לאווי - דודי קנאפלער - חיים בלומענפעלד - לייבי ווידער
קינדער סולו'ס: עזריאל בערגער און יואל הירש

מייסטערהאפטיגער קאווער ביי ידידנו ערעב יואל שווארץ.

וואס נאך? איך מיין אז איך האב אלעס געקאווערט.... אניש לאטס מיך וויסן.

דא האט איר צוויי פריוויא'ען
https://www.dropbox.com/s/dnthg91i3rvpb ... review.mp3
https://www.dropbox.com/s/76wooxjxdinbv ... ew%202.mp3
בייגעלייגטע פיילס
Meshorerim_Cover-1.jpg
Meshorerim_Cover-1.jpg (235.28 KiB) געזען געווארן 2659 מאל
אינסייד קאווער
אינסייד קאווער
mesh.jpg (41.41 KiB) געזען געווארן 2664 מאל

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר