תולדות און ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
יואליש
שריפטשטעלער
הודעות: 2681 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שליחה
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 12:31 pm
שמואל הלוי האט געשריבן: שרייבער האט געשריבן: ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50
איך דענק אז ר' מנשה האט חתונה געמאכט תשס"ב איך ווייס נישט אבער צו ס'איז געווען די ערשטע קינד צו נישט, און געווענדליך א מענטש וואס מאכט חתונה איז לכה"פ 38, קומט אויס אז 48 איז ער שוין זיכער.
האב איך יא גיט געשאצט. לפי זה איז ער געווען תשכ"ח בערך זעקס יאר!
אורח
מאנשי שלומינו
הודעות: 86 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך אורח » מאנטאג מאי 07, 2012 12:50 pm
נאך א ארטיקעל פון ר' מנשה איבער בעלז וואס איז געווען ברייט געדעקט
מוסיף והולך
גדעון
היימישער באניצער
הודעות: 513 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
שליחה
דורך גדעון » מאנטאג מאי 07, 2012 2:05 pm
וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען איר געט אין א שיינעם טאג א קוועטש אויפן קאווע שטיבל בוקמארק, און איר זעהט ווי ביים סאמע שפיץ-פראמינענט געפינט זיך א אשכול מיט אייער נאמען דערויף, ווי מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אייער עיזש, אייערע ארטיקלען, וויפיל איר קענט לערנען, אלע אייערע ניקס אא"וו. כלפי מה דברים אמורים, עס געפינט זיך דא אינעם שטיבל א אשכול איהער א געוויסע דומ"ץ, וואס אפגעזעהן צו איר זענט איינשטימיג איבער זיינע מיינונגען און באשרייבונגען, נישט קיין נפק"מ צו איר געהערט צו זיין קרייז אדער זענט א ארכי שונא פון זיין אנגעהערשאפט, איז ער א מענטש, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך וואס פארדינט נישט צו ווערן אויסגעפראקט ברבים איבער זיין פריוואטע לעבן, ווילסט דעבאטירן זיינע ארטיקלען-פיין! דאס איז רשות הרבים. ווילסט עפענען א אשכול מיט די טיטל איבער זיינע מאמרים-גוט! אבער אריינקריכן אין די קישקעס איז לדעתי נישט אידישלאך, און אויסגעהאלטן ע"פ תורה, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מאנטאג מאי 07, 2012 2:07 pm
איך אגריע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
ידען
חבר ותיק
הודעות: 3158 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שליחה
דורך ידען » מאנטאג מאי 07, 2012 2:08 pm
מע שרייבט אז ער איז א סלפן א היפאקריט אבער ווי ווען וואס? סתם שרייען איז גארנישט געזאגט. אז מע קומט מאכן אזא bold באשילדיגונג, מוז זיין אז ער האט מער ווי איינמאל אויסגעדרייט פאקטן, וויזוי קען זיין אז קיינער געדענקט נישט אויסענווענדיג וואס און ווען ער האט אזוי געטוהן?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
ידען
חבר ותיק
הודעות: 3158 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שליחה
דורך ידען » מאנטאג מאי 07, 2012 2:13 pm
גדעון האט געשריבן: וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען איר געט אין א שיינעם טאג א קוועטש אויפן קאווע שטיבל בוקמארק, און איר זעהט ווי ביים סאמע שפיץ-פראמינענט געפינט זיך א אשכול מיט אייער נאמען דערויף, ווי מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אייער עיזש, אייערע ארטיקלען, וויפיל איר קענט לערנען, אלע אייערע ניקס אא"וו. כלפי מה דברים אמורים, עס געפינט זיך דא אינעם שטיבל א אשכול איהער א געוויסע דומ"ץ, וואס אפגעזעהן צו איר זענט איינשטימיג איבער זיינע מיינונגען און באשרייבונגען, נישט קיין נפק"מ צו איר געהערט צו זיין קרייז אדער זענט א ארכי שונא פון זיין אנגעהערשאפט, איז ער א מענטש, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך וואס פארדינט נישט צו ווערן אויסגעפראקט ברבים איבער זיין פריוואטע לעבן, ווילסט דעבאטירן זיינע ארטיקלען-פיין! דאס איז רשות הרבים. ווילסט עפענען א אשכול מיט די טיטל איבער זיינע מאמרים-גוט! אבער אריינקריכן אין די קישקעס איז לדעתי נישט אידישלאך, און אויסגעהאלטן ע"פ תורה, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
נאכן שיקן האב איך געלייענט דיינע ווערטער.
שרייבסט גוטע points.
פארשטייסט אבער אז סע אביסל אנדערש ווי די ניקס אין קאווע שטיבל, ווייל סע זעט נישט אויס אז ער באהאלט עס גאר שטארק.
Anyway ווילאנג מע ברענגט נישט atleast איין פאל ווי ער האט אויסגעדרייט facts טאר מען נישט שרייבן אז ער איז א falsifier
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
הודעות: 160 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
שליחה
דורך עסן עסט'זיך » מאנטאג מאי 07, 2012 2:42 pm
הגאון פילעפ שרייבט יעדי וואך קעגן מענטשן בייסיגע ארטיקלעך און דעריבער דאףר מען אים נישט אפשוינען ווי האט יענער גיזאגט געב אים צו פארזוכן זיין מעדיצין
אורח
מאנשי שלומינו
הודעות: 86 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך אורח » מאנטאג מאי 07, 2012 2:53 pm
נו שרייב שוין עפעס, נישט מאל פלעין וואסער
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
שליחה
דורך משה געציל » מאנטאג מאי 07, 2012 3:15 pm
איך האב מיט סקווירא גארנישט זילטש. סתם אלטס נייגעריגקייט פארוואס אינעם אשכול פון סקווירא והמסתעף האט מיין קיין מאָק נישט געהערט פון גדעון און זיינע חברים?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מאנטאג מאי 07, 2012 3:19 pm
משה געציל האט געשריבן: איך האב מיט סקווירא גארנישט זילטש. סתם אלטס נייגעריגקייט פארוואס אינעם אשכול פון סקווירא והמסתעף האט מיין קיין מאָק נישט געהערט פון גדעון און זיינע חברים?
פארגלייכסט פילעפף צום סקווערן ? ס'אינו דומה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
גדעון
היימישער באניצער
הודעות: 513 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
שליחה
דורך גדעון » מאנטאג מאי 07, 2012 3:20 pm
איך בין נישט באקאנט פון וועלעכע אשכול דו רעדסט, איך עפן נישט יעדן אשכול, אבער איך געדענק נישט אז איך זאל מיך אנשטויסן אין א אשכול מיט א נאמען פון א מענטש, (און זיינע פענע נעמען..) אויב סאיז יא דא, איז אפשר טאקע דער זעלבע דין
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
שליחה
דורך משה געציל » מאנטאג מאי 07, 2012 3:25 pm
זר זהב האט געשריבן: משה געציל האט געשריבן: איך האב מיט סקווירא גארנישט זילטש. סתם אלטס נייגעריגקייט פארוואס אינעם אשכול פון סקווירא והמסתעף האט מיין קיין מאָק נישט געהערט פון גדעון און זיינע חברים?
פארגלייכסט פילעפף צום סקווערן ? ס'אינו דומה
פונעם מענטשליכען (נישט פאליטישען) שטאנדפונקט, וואס איז דער מסך המבדיל צווישען די צוויי?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מאנטאג מאי 07, 2012 3:34 pm
אויף פילעפ איז נישט דא קיינער וואס קען אנצייגן אז ער האט טערארעזירט אדער געשעדיגט איינעם. אויפן סקווערען רבין יא. (צי דורך איהם אדער באי כוחו) נאך א חילוק, הרב פילעפף האט נאך א שטוב מיט קינדער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
ידען
חבר ותיק
הודעות: 3158 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שליחה
דורך ידען » מאנטאג מאי 07, 2012 3:51 pm
אויב איז ריכטיג אז זיינע ארטיקלען זענען צוגעשטיקעלט אז סע זאל בעסער שטימען מיט וואס ער האלט, דארף מען עס אויף א שיינעם אופן מפרסם זיין. איך זעה נישט פארוואס נישט. רעדן אויף אים כל דבר אסור איז נישט ריכטיג צו טוהן. דערווייל האב איך נאכנישט געזען א ווארט, זאל זיין א קליינס, וואס זאל קלאר מאכן אז ער טאקע דער מסלף דברי אלקים. הייבט מיר אהן אויסצוזעהן אז די וואס שרייבן אזוי זענען פשוט אויף די אנדערע זייט ווי ער און וועגן דעם געט מען א לייג ארויף אויף אים אז ער איז א שקרן און מיט דעם ווילן זיי איהם שטיל מאכן. סע מוז אויך זיין אז ער האט א כח פון וואס מע דערשרעקט זיך און א שפיציגע פעדער וואס שנייד אריין אין זיינע מתנגדים. אדער... דארף מען נאך געבן צייט ביז מע וועט עפעס אויפקרצן אויף איהם...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
אורח
מאנשי שלומינו
הודעות: 86 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך אורח » מאנטאג מאי 07, 2012 4:59 pm
משה געציל האט געשריבן: ידען האט געשריבן: איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
יואליש האט געשריבן: זר זהב האט געשריבן: דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.
סתם רעדן אין די וועלט אריין מאכט דיר נישט אויסזען ווי דער גרעסטער חכם. אויב זאגסטע אז ער איז מסלף זיי מוחל און ברענג הארטע באווייזן שווארץ אויף ווייס און מ'וועט עס דעבאטירן. דא איז נישט דער פלאטץ צו זיין "קיל" COOL.
הגם, ס'איז א פלאץ דא צו זיין וואס מ'וויל, קיל, לוילעך אדער ווארעם, האב איך טאקע געזאגט אז אנשטאט אפירזיכען זיינע אלטע מאמרים וועלכע כ'האב אפי' נישט, איז גרינגער צו נוצן דעם אשכול אין די צוקומפט צו אנאליזירן זיינע ארטיקלען.
משה געציל איך האב דיר געברענט אן ארטיקעל ווי ר' מנשה ברענגט נאך פון בעלזער רב וואס איז לויט דיר נישט געשטויגען און נישט געפלויגען זיי מוחל און געב דעקונג פאר דיינע ווערטער
יואליש, דארפסט נישט אויפזוכען קיין אלטע מאמרים איך האב געברענגט א לאנגע מאמר פון אים וואס איז גאלאפען דריי וואכען, יעצט ווייז די סילופים אין די היפאקראטיע, ביזדערוויל זעסטו אויס ווי דער היפאקריט
יואליש
שריפטשטעלער
הודעות: 2681 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שליחה
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 6:29 pm
פערזענליך איז טאקע אן עוולה אים אויסצושמירן. ווען מענטשן ווילן ווען אים אטאקירן פערזענליך וואלטן זיי מסתם דערמאנט די רשעות'דיגע שטותים וואס נחום ראזענבערג שמירט ארויף אים אים. אבער כ'מיין זיין יארגאנג איז רעלעוואנט פארן שמועס, אזוי ווי ס'איז שוין געווארן ארויסגעברענגט. דרך אגב, איז ער מער באקאנט אלס א פאלעמיקער ווי א מו"ץ. די סיבה פארוואס זיין פעסודא-נעמען זענען רעלעוואנט איז ווייל ווי איז שייך אים צו באהאנדלן ווען ער באהאלט זיך אונטער אזויפיל נעמען? נאכמער, רוב פון זיינע פאלעמיקס האבן בכלל נישט קיין נעמען (אפשר אחד מהרבנים). רוב מאטריאל פארשפרייט אין וומ'ס אונטער הסברות, מחאות, און אנדערע פאשקעווילן-סארט קאמיוניקאציע, אויף די פאסט אדער פארשפרייט אויף די טישן אין די שולן - איז ער ספיריטול רוקן ביין פון זיי. זיין שניט איז א געמישאכץ פון עקסטרעם רעכטס חרידיאיזים (אין מאדערען אידיש:סוקריקום) און סאטמארע העגעמאניע. צו "אויפווייזן" אז ער שטייט אונטער רוב פון די געשרייבעריי וואלט זיך געפאדערט ארויפצולייגן א יוא טוב קליפ פון די טייפסעטערס און דריקערס וועלכע זאגן אזוי. פארשטייט זיך ס'איז נישט מעגליך, ממילא איז שווער "אויפצוייזן". אבער אן אינפארמירטער מיינונג מעג מען נאך אויסדריקן. און ער איז נאך אזוי גילטי פון די זאכן וואס מ'באשולדיגט אים ווי סקווירא רבי איז שולדיג אין טעראר, עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזן אבער מענטשן האבן אנגענומען אז ס'איז ידיעה.
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מאנטאג מאי 07, 2012 7:15 pm
יואלישעל פארוואס איז ער א סלפן ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
ידען
חבר ותיק
הודעות: 3158 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שליחה
דורך ידען » מאנטאג מאי 07, 2012 7:23 pm
יואליש דיינע ווערטער קענען זיין זייער גוט און אפשר אמת אבער פריער האסטו גערעדט פון פאלטשקייט אין זיינע ווערטער און אנדערש ווי דו שרייבסט יעצט אז די פאשקעווילען ווערן געמאכט לויט זיינע אנווייזונגען וואס דאס קען מען שווער אויפווייזן, איז אבער זיינע ווערטער אין די צייטונגען אפן פאר אלע און וואלט גרינג געקענט אויפגעוויזן ווערן אלס פאלטש - אויב סע איז אזוי.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
יואליש
שריפטשטעלער
הודעות: 2681 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שליחה
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 7:43 pm
זר זהב האט געשריבן: יואלישעל פארוואס איז ער א סלפן ?
מסתם ווייל ער וויל, און אפשר האלט ער ס'פעלט זיך אויס.
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מאנטאג מאי 07, 2012 7:47 pm
יואלישעל, עני פראוו אז ער איז א סלפן ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
יואליש
שריפטשטעלער
הודעות: 2681 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שליחה
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 7:49 pm
ידען האט געשריבן: יואליש דיינע ווערטער קענען זיין זייער גוט און אפשר אמת אבער פריער האסטו גערעדט פון פאלטשקייט אין זיינע ווערטער און אנדערש ווי דו שרייבסט יעצט אז די פאשקעווילען ווערן געמאכט לויט זיינע אנווייזונגען וואס דאס קען מען שווער אויפווייזן, איז אבער זיינע ווערטער אין די צייטונגען אפן פאר אלע און וואלט גרינג געקענט אויפגעוויזן ווערן אלס פאלטש - אויב סע איז אזוי.
ס'ליגט מיר אין קאפ א
גליינטשיקע דוגמה, געווען א צייט צוריק וואס אויף היידפארק און אויף די גאס האט זיך גערידערט איבער א גט פון אן אינגערמאן וואס מ'האט געשמועסט אז ער איז א "כופר." מנשה האט געהאט אן ארטיקל יענע וואך איבער אינגעלייט וואס צוליב די אינטערנעט ווערן זיי פארשלעפט צו געצענדינער און שמייליגע רעליגיעס. יעדער ווייסט אז שמייליגע רעליגיעס איז נישט אגנאסטיסים אדער עטיאיזים. אבער וויבאלד ס'איז מער עקעלדיג ביים המון עם, האט ער אפגעפירקעלט א גאנצן ארטיקל כאילו די קאמפ איז מיט מיסיאן און שמד.
אורח
מאנשי שלומינו
הודעות: 86 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך אורח » מאנטאג מאי 07, 2012 8:47 pm
ממש א שוידערליכע סילוף, איך מיין בסך הכל איז עס א גוזמא
יואליש
שריפטשטעלער
הודעות: 2681 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שליחה
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 9:07 pm
גוזמא איז ווען אנשטאט איינס זאגט מען צען. א סילוף איז ווען אנשטאט אן עפעל זאגט מען א ספעיס שאטעל. ר' מנשה איז בכלל נישט נעריש, ער האט א פיינעם נאז, און האט עס געטוהן בכוונה. קען זיין דאס איז בלויז מיין מיינונג. אבער קודם לאמיר אים אנעמעם אלס מגזם (און דאס איז בלויז א קליינע דעטאל וואס איז מיר געליגן אין זכרון). מסלף ברויך נאך פרויף.