ס'ווערט געזוכט א נוסח פאר די פרעסע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

ס'ווערט געזוכט א נוסח פאר די פרעסע

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]אז איינער נויגט אפ פינעם חרדי'שן חסידי'שן לעבנס שטייגער למחצה ולשליש או לרביע טרעפט ער זיך אפט אין א פאזיציע ווי ער ברויך ענטפערן פאר סתם פרעמדע נייגעריגע, פאר די מידיע, אדער פאר סיי ווער פון די דרויסענדע וועלט וואס פרעגט אים איבער די סיבות וואס האבן אים געטריבן צו אזא געוואגטע שריט, וואס ביי אברהם אבינו איז עס געווען איינע פון די שווערסטע נסיונות: אוועק גיין פון ארץ מולדתו און פון בית אביו, אינדערצייט וואס ער דער אפגעפארענער, אנדערש ווי אברהם אבינו, האט נישט קיין גא-ט ביי דער זייט וואס זאל אים אנצייגן מיט די פינגער אל הארץ אשר אראךָ ?

ברויך ער מגלה זיין דעם אמת את אשר עם לבבו, אויסגיסן זיינע טענות און שווער הארץ, אדער ברויך ער אנפילן א מויל מיט לעמאן זשאוס און שווייגן ווי משה שתקן ווען ער בעט א דאללער, אדער אפשר גאר איז דא עפעס א מיטל וועג אזא דרך האמצעי רמב"ם סטייל מהלך ?

און דער אשכול 'א דאקומענטרי אויף עירמאנט' זענען אינדיג און גאלדבערגער שטארק אראפגעריסן געווארן פון מאנכע, פארן ארויסהייבן זייערע סיבות פארוואס זיי האבן פארלאזט דעם קרית יואל קאמיונעטי און זיך געצויגן קיין ערמאנט, היתכן, האבן געליארמט 'קאך-לעפעל' וכת דיליה: ביסט נישט צופרידן גיי דיר ווי די אויגן טראגן דיר, אבער לאז אונז געמאכט וואס באזינגסטו אונז פארן גוי'שן מידיע !!, 'יואליש' ווידער האט געטענה'ט, קודם רודפ'ט מען אויס די נשמה און נאכדעם אז יענער רעדט זיך אויס דאס הארץ האט מען טענות.

אבער נישט דאס איז מיין פוינט יעצט (כ'ווייס אויך נישט צו די עירמאנט פארפאלק איז געפרעגט געווארן, צו זיי האבן זיך אליין אנגעטראגן צו רעדן דארט,) מיין שאלה איז וואס יא פאר גא-ד'ס סעיק ברויך א פאר פאלק אדער יחיד ענטפערן ווען ער ווערט געפרעגט דעם איינפאכע שאלה: בשל מי הרעה הזאת ? פאר וואס האסטו איבערגעלאזט וועלנדיג א קהילה וואס באשטייט פון די העכסטע צופרידענע מענטשן אין דעם יוניווערס און געגאנגן וואוינען אל אדמת נכר.

און א צווייטע אשכול דא אין שטיבל איבער די נעשינאל געאגראפיע פילם האט מען געטריבן שפאס און חוזק פון אלעזר טווערסקי ווען ער האט אויף א ענליכע שאלה רעגירט מיטן ארומרעדן פון זיינע ארענדזשע פאפאטשן און זיין רויטע האנטוך.

אני כשלעצמי האלט אז לאזער טווערסקי, ווען ער וואלט דוקא געוואלט, וואלט ער אונז פיין געקענט באשמיצן. ס'פעלט אונז נישט קיין מעלות טובות, און מען דארף נישט זיין קיין מר בר רב אשי איבער צוזאגן א פיין שטיקל שמיץ אויף אונזער געמיינדע, ער וואלט אפילו געקענט רעדן פון זיין אייגענע משפחה פון זיין טאטע'ן (וד"ל). ער וואלט געקענט רעדן פון מאלאסטעשען און פון וואס נישט. נאר וואדען זעהט אויס אויפן מינוט איז ער נישט געווען און די גוסטע צו זיין פון די חכמים-הם-להרע און באשמיצן זיין אייגענע משפחה, קהילה, און געוועזענע פריינד, ממילא האט ער גע'דבר'ט פון אומשולדיגע רויטע האנטוכער און שטעק שיך אזוי האט ער געפטר'ט די מרור מיט כרפס.
און וואס באקומט ער דערפאר? אנערקענוג פון אונז ? א מכה, א הויפן ליצנות און צו-נעמען אויף זיין חשבון לאזער שמאזער וכו'. ס'איז א בחינה פון אוי לי מיצרי או לי מיוצרי זאגט מען עפעס זאכליך ווערט מען פארשריגן אלץ א דיפרעסטע אנטיסעמיט, א גענידלטע דראג עטיק, זאגט מען עפעס הויל ווערט מען א לאזער.

אבער דער אמת אז עס איז שוין העכסט צייט אויפצוקומען מיט א עפעס א דיפלאמאטישן נוסח וואס די אלע 'סוטים-מן הדרך'ניקעס' זאלן נוצן בשעת זיי שטויסן זיך אן מיט די הונגעריגע מידיע און ווערן געפרעגט איבער די סיבות פאר זייער גט כריתות מיטן חסידיש'ן ציבור, עפעס א נוסח וואס זאל זיין צום הארצן פאר ביידע פארן אב שהגלה את בניו און פארן בן שסרח.

ווייל אזוי ווי איר פארשטייט אז זיי מעגן נישט אין טארן נישט מגלה זיין אונזערע חטאים פאר די בני אליפז, אזוי ברויך מיר פארשטיין אז זיי קענען נישט זאגן עפעס וואס מאכט זיי אוסזעהן ווי יוא עיפ אויס אדער היפיס.

חסידים וואלטן אוודאי געוואלט אז א שמועס פון א רעפארטער און א נושר זאל פארן עפעס אויף אזא ליניע:

רעפארטער: אפשר קענט איר מיטיילן מיט אונזערע צוהערער דער אורזאך וואס האט אייך געמאכט בייטן אייער לעבנס שטייגער ?
נושר: איך ווייס.. באמת, איז דאס חסידיש לעבן שטייגער די בעסט אוף די בעסט, איט קענט בי בעטטער.. אבער ווייסטאך די שאור שבעיסה..
רעפארטער: וואס איז דאס שאור שבעיסה ?
נושר: זויער טייג.
רעפארטער: זויער טייג ?! וואטס דעט ? א מאלאסטער ? מציצה בפה ?.
נושר: ניין ס'איז א ניק נעים פאר די יצר הרע.
קוק אהער דארפסט פארשטיין יעדער האט א יצר הרע, און דער יצר הרע מאכט אז די גראז זאל אויסזעהן גרינער ביי די נישט (אזוי) פרומע. יעצט א א בחור אדער א יונגערמאן מיט א שטארקע כאראקטער וועט זיך שטייצעך נישט לאזן פארפירן פון אזעלעכע שטותים. אבער אונז, לאזערס, פאריקטע מענטשן, מאלעסטעדטע בחורים, פארדראגדע אינגעלייט, מיר לאזן זיך שנעל מפתה זיין פון שטן מיט די טויזנענט אויגן, מיר האבן זיך געלאזט איינרעדן אז עס ווארט אונז אפ גרויסע גליקן ממילא זענען מיר אוועק פון זייער לאגער, אבער וואס ווען ווי, ס'נישטא די דראגס וואס זאל קענען פארטייבן די יסורי הנפש וואס מיר גייען דורך.

יעצט איר פארשטייט אליין אז מיר קענען נישט פארלאנגען פון זיי צו זיין אזוי צו רעדן, וועגן צווי סיבות; איינס, ווייל ס'שווער, און צווייטענס ווייל רוב פון זיי האלטן לגמרי נישט אזוי!!

אלזא וואס יא ?

כ'האב געטראכט פון עפעס א נוסח וואס זאל צופרידשטעלן ביידע מחנות, וואס זאגט איר צו אזא נוסח:

ריפארטער: אפשר קענט איר מיטיילן מיט אונזערע צוהערער דער אורזאך וואס האט אייך געמאכט בייטן אייער לעבנס שטייגער ?
נושר: איך ווייס.. איז אזוי הגם ס'איז דא אסאך מעלות אין דעם חסידישן קאמיונעטי וואס איז נישט דא כמעט אין ערגעץ, א שטייגער ווי די איידעלקייט און ווירדן פון אירע מיטגלידער, אזוי אויך איר ווארעמקייט אין איבערגעגעבנקייט איינס פארן אנדערן, וואס דאס אליין קען זיין אמאל גענוג סיבה פאר א מענטש זיך אנצושליסן און זייער לאגער, איז אבער פון די אנדער זייט דא אסאך סיבות פארוואס א מענטש זאל איבער לאזן די חסידישע קאמיונעטי, צו אלץ זייער איבעגלויבן אין אמונות טפילות, אדער אלץ זייער צוריקגעשטאנע לייף סטייל, ס'מיר אבער נישט באקוועם אריינצוגיין מער בפרטיות אינעם נושא.
ריפארטער: פארוואס ?
נושר: ווייל עס קען וויי טוען מיין משפחה, מיין געוועזענע קהילה און מיינע פריינט וואס איך פארמאג נאך אין יענעם לאגער.
ריפארטער: אבער אויב וועסטו יא רעדן וועסטו מיט דעם העלפן דיין געוועזענע קהילה, נעמליך, וועסט זיי לייגן אונטערן ספאט לייט, וועסט מאכן זייער קהילה פירער שוויצן זייער עסקנים ארויסקריכן פון די הויט, אפשר אזוי וועט זיך זאכן טוישן דארט און אנפאנגן רוקן אינעם גוטן ריכטונג.
נושר: ביז דערווייל זעה איך נאך נישט ווי אזוי באשמיצן חרדים אין גוי'ישע מידיע וועט עפעס טוישן צום גוטן ביי זייערע קהילה, אויב עס דארף א טויש ברויך עס קומען פון אינעווייניג עפעס ווי א חסידישע פרילינג ווי שטייט דארט אין פסוק מחרביך ובוניך ממך יצאו.
כ'מיין ס'איז א פיינע נוסח.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר