ס'ווערט געזוכט א נוסח פאר די פרעסע
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יואליש מאכסט מיין שפיץ. אונזערע זיידעס האבן אנגעהויבן א ניי לעבן, משפחות געבויט ביזנעסעס און נישט אבסעסירט מיט היטלער און געבליבן געשטראנדעט אינעם חורבן. אן אריינגיין אין פרטים האבן די או טי דיס גארנישט צו ווייזן איבער זייער נייעם לעבן און דאס ברענגט זיי כסדר צוריק זיך צו ווייקן אינעם עבר זוכן א טי ווי ספאט שרייבן אן ארטיקל אדער בוך ווייל ער האט נישט קיין זאכליכס צו ווייזן פון די זייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
נראה כדברי בן תמליון ולא כדברי יואליש
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

כבענדזשאמין, בן תמליון, לעמאן דזשוס וכל המגיבים, ועוד לקרא:
עס פעלט אונז גרויסע נשמות, כאריזמאטישע פירער מיט מנהיגישע טאלאנטן און א ווייטע וויזיע. סיי די חרדישע קאמיונטי מאנגלט א שטארקער מנהיג וואס פירט און ווערט נישט געפירט. א מנהיג וואס זאל קענען באהאנדלען אזוינע שווערע, אבער קריטיש וויכטיגע נושאים ווי מעלעסטעישאן, א מנהיג מיט א ברייטע קאפ וואס זאל נישט בלויז שרייען חדש אסור מן התורה און פירן כלל ישראל מיט ווערטלעך און עובדא'לעך, נאר מיט סטראטעגיע, חכמה און הכרת המציאות.
למרבה המזל איז ביי די OTD אויך נישט פארהאן קיין גרויסע מענטשן, אמת, זיי האבן נישט מצליח געווען צו בויען קיין הפלא'דיגע לעבן, ברובם זענען זיי צעקראכענע נשמות, פארווייטאגט און קוקן אסאך צוריק מיט ווייטאג, ווען זיי האבן ווען איין גאר קלוגן יונגערמאן בדרכם, וואס בויט פון זיי א נייע שטרעמונג, א באוועגונג וואס איז נישט בלויז אנטי נאר געט אריין עפעס וואס קען זיין א געזונטע אלטערנאטיוו צום ציבור החרדי, וואלטן זיי (חלילה) געווען זייער סוקסעספול. למעשה, זענען מיר צעפארן און שוואך, און זיי זענען אונזערע פירות הנושרים, אויך צעפארן און שוואך.
מיר דארפן א מנהיג. איינעם מיט א חלום.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בן תמליון האט געשריבן:יואליש די מאכסט מיין שפיץ. אונזערע זיידעס האבן אנגעהויבן א ניי לעבן, משפחות געבויט ביזנעסעס און נישט אבסעסירט מיט היטלער און געבליבן געשטראנדעט אינעם חורבן. אן אריינגיין אין פרטים האבן די או טי דיס גארנישט צו ווייזן איבער זייער נייעם לעבן און דאס ברענגט זיי כסדר צוריק זיך צו ווייקן אינעם עבר זוכן א טי ווי ספאט שרייבן אן ארטיקל אדער בוך ווייל ער האט נישט קיין זאכליכס צו ווייזן פון די זייט.
פארשטייט זיך, אנדערע מענטשן האבן אנדערע דעפענישענס איבער "געשטראנדעט" און "געבויט" און "זאכליכס." אבער אן אריינגיין אין די ארגומענט (וואס ווערט ארומגעווארפן אפי' אויף די עירמאנט קאמיוניטי וועלכע איז א קאפי פון חסידיש קולטור אין טערמינען פון "סוקסעס") קודם האסטו אפגעטרעטן אז ס'איז אלרייט צו אבסעסירן מיטן עבר, דו לייגסט נאר צו א תנאי אז צו פארדינען די פריווילעגיע, מיז האבן געבויט א פרישע משפחה מיט צוועלעף קינדער און ארבייטן ביים דימאנט שלייפן מצאת החמה עד צאת הנשמה. האלטן מיר שוין ערגעץ.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
דאס איז אקוראט וואס איך וויל נישט רעדן. די צופרידנהייט ראטע, די סוקסעס ראטע, איז אלעס פיינע דיסקוסיעס וואס מיר קענען האבן און זאלן האבן. איך בין אבער יעצט אינטערעסירט אין די לויטערע טעאריע פון "אבסעסירן אין די עבר." איז עס אסור בהחלט בכל מקום ובכל זמן? אדער נאר ווען דער צד שכנגד אבסעסירט, אדער איז דאס א פריוויליגיע געשאנקן בלויז פאר די סוקסעספול און צופרידענע (כל אחד כפי דעפינישן שלו)?
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יואליש איך בין נישט אויסן דא צו גיין אין צירקלען, וואס איך זאג איז, ווען דו לאזט איבער די וויגעלע אין וועלכן ביזט אויפגעוואקסן, און גיבסט איר א קאפע פון אינטן איבערלאזנדיק עלטערן ברודער שוועסטער אין בזיונות מילד גערעדט און שלאפלאזע נעכט מיט הארץ אטאקעס אין אפטע פאלן, שרייט פון זיך די פראגע וואס האסטו צו ווייזן דו האסט פארדינט מיט דעם טויש. בפרט ווען דו קומסט ווייזן דיין יפת תואר אויף טי ווי לעיני כל בית ישראל צו מסביר זיין ווי העראאיש דו ביזט איבערלאזנדיק א פרימיטיוון קולט, פרעגט זיך וואס פארקויפסטו היינט אויסער באשמוצן דיינע ברודער און שוועסטער?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הציץ ונפגע האט געשריבן:
דעת תורה: דו טייטשסט אפ ובחרת בחיים אז דער אויבערשטער נעמט אוועק די בחירה? ובחרת בחיים איז א רעקאמענדאציע פון אויבערשטער, אבער א מענטש האט נאך אלץ א גאט-געגעבענער בחירה.
מסכים, גאט האט אים געגעבן א בחירה. און גאט האט אונז אויך ספעציפיש אנגעזאגט וויאזוי אונזער האנדלונג דארף זיין אין באצוג צו די וואס פיקן די ראנג זייט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בן תמליון האט געשריבן:יואליש איך בין נישט אויסן דא צו גיין אין צירקלען, וואס איך זאג איז, ווען דו לאזט איבער די וויגעלע אין וועלכן ביזט אויפגעוואקסן, און גיבסט איר א קאפע פון אינטן איבערלאזנדיק עלטערן ברודער שוועסטער אין בזיונות מילד גערעדט און שלאפלאזע נעכט מיט הארץ אטאקעס אין אפטע פאלן, שרייט פון זיך די פראגע וואס האסטו צו ווייזן דו האסט פארדינט מיט דעם טויש. בפרט ווען דו קומסט ווייזן דיין יפת תואר אויף טי ווי לעיני כל בית ישראל צו מסביר זיין ווי העראאיש דו ביזט איבערלאזנדיק א פרימיטיוון קולט, פרעגט זיך וואס פארקויפסטו היינט אויסער באשמוצן דיינע ברודער און שוועסטער?
דאס איז נאך א צירקול אינעם קייט פון צירקולס. די הנחה אז מ'האט "געקאפעט" און דאס נעמען אין באטראכט יעדעם'ס שלאפלאזע נעכט און הארץ אטאקעס אבער נישט נעמען אין באטראכט דעם אינדיווידועל איז נאך א צירקול וואס ערלויבט נישט צו זעהן די אישו עט הענד, און ס'באהאנדעלט די אישו פון א געצוימטע איינזייטיגע פערספעקטיוו. פילייכט איז דאס אליינס אז מ'לעבט נישט אונטער די מאניפילאציעס פון שלאפלאזע נעכט און הארץ אטאקעס א טויש פאר מאנכע? פילייכט איז נישט יעדער אויסן צו "מסביר זיין ווי העראאיש" מ'איז? וואס פאלט אונטער דאס ווארט "בשמוצן"? איז פאשקעווילן ווארפן אויף א פרוי א קאטאגאריע פון באשמוצן?
די דעבאטע איז אינספירירט ביי די עירמאנט דאקומענטרי. איז דא סיי וועלכע סינעריאו אונטער וועלכע דו וואלסט געזאגט אז פאר דעם איז ערלויבט צו אנזייען שלאפלאזע נעכט? אויב סעם אינדיג ווערט א מיליאנער פון זיין סעווען עללעווען, האט 208 קינדער וועלכע קומען צו אים אויף יו"ט אנגעטוהן מעטשינג גראד פון סימיס אוו לאנדאן, און ער מאכט "שמחות" ביי אייניקלעך יעדן שני וחמישי - איז דאס א סוקסעס אזוי ווי דיין זיידע'ס וועלכע גיט אים די רעכט צו פארציילן זיין לעבען'ס געשיכטע? אדער וויבאלד ס'איז דא איינער וואס שלאפט נישט דערוועגן איז ער געצווינגן צו בלייבן שטיל?
איז דא א חילוק פון די שלאפלאזע נעכט פון די געמיינדע ביז שלאפלאזע נעכט פון דרויסענדיגע? איז טרערן אין א 39 אינטש בעט נאסער פון טרערן אין א 54 אינטש? ווי קומט דא אריין די עמאציענס?
ווען די פרעגסט די פראגע "וואס האסטו פארדינט פונעם טויש?" ביזטו גרייט אנצונעמען וואס אימער דער יעניגער גיט פאר אן ענטפער, אדער די פראגעס הייבן זיך ערשט דאן אן? "פארדעם האט זיך עס געלוינט? איז אמת וואס דו זאגסט? ס'מיז זיין אז...[פיל אין די בלענקס]."
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
מען צירקלט און מען צירקלט באלד ווער מיר אלע מחוגים!
@הציץ ונפגע פארוואס פאררופסטו שלום דין אלס גערודפט פון זיינע קינדער אפשר רודפט ער זיינע קינדער וכן הלאה. קיינער רודפט נישט קיינעם וואס וויל אפיציעל זיין א סיגעיטער, פלעטבושער, און אפילו אוטידי...רודפ׳ן טוט מען די מענטשן וואס טוען בשרירות לבם מה שלבם חפץ זיי גייען נאך זייער הלל רשע על תאות נפשם און ווילן דוקא וואינען אין קרית יואל אדער דוקא שיקן די קינדער זייערע אין היימישע עהרליכע מוסדות התורה והחינוך...
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע? אז א מאן טראגט אליין אפ וועט זעלבסטפארשטענדליך זיין א קריגעריי איבער די רעכטן אויף די קינדער...אויב פירט זיך די טאטע שלא עפ׳י תורת משה המסורה לנו וועט אויטאמאטיש זיין א מלחמת קודש איבער די קינדער פונקט ווי נחמן שטארקעס אויף זיין אויף זיין אייניקל ׳יאסעלע׳...אבער אז ער איז עושה מעשה זמרי, לויט די באטרעפנדע מוסד׳ס באשטימונג און איז מבקש שכר כפנחס, דאס איז היפאקריטיע און אוממאראליש, זינלאז און דום. און פאסט גארנישט פאר אן אויפגעקלערטע אוטידי׳ניק וואס האט א ברייטערע מח ווי מיין זיידנס ביבער הוט.

@יואליש, יא ס׳קלאר ווי טאג אז א בענאק וואס זוכט זיך אויס א בעסער לעבן און אנשטאט גיין אין דיימאנט שלייפעריי אדער ביי שרייבער אין געשעפט צייגן ווידיאו מאשינדלעך פאר ניו יארקע טוריסטן גייט ער אין געזעץ שולע און מאכט דורך די ׳באר׳ און פראקטיצירט געזעץ אלס א געלונגענע אדוואקאט און הייראט דאן מיט א אהובה פון זעלבן באנק אין שולע, זי איז א קראנקן שוועסטער אין א לאקאלע שפיטאל און האלזט דערנאך א קינד צוויי און ארבעטן נישט פון פרייטאג מיטאג ביז מאנטאג אינדערפרי....
וואלט לסוף היום געקענט זיין א מקור צו נחת און אפשר אפילו אידיש נחת פאר זיינע דיימאנט שלייפער פאטער און קאקאש קעיק פארשמירטע מוטער! יא, און כבר היה לעולמים
וואלט לסוף היום געקענט זיין א מקור צו נחת און אפשר אפילו אידיש נחת פאר זיינע דיימאנט שלייפער פאטער און קאקאש קעיק פארשמירטע מוטער! יא, און כבר היה לעולמים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
כהאב נישט געליינט נאכנישט דער גאנצער אשכול, אבער יש לציין למה שכבר עורר מוהר"ר ריטשערד מאקס-פערד שליט"א אז רעליגיע נעמט זיך עפעס אלעמאל אזא רעכט צו ווערן באליידיגט און שרייען אז מפירט זיך נישט צו איר מענטשליך בשעת וואס זי גיט נישט די רעכט פאר אנדערע, און די וועלט פארשטייט עפעס אסאך מאל אז מטאר נישט פוגע זיין אין די פילינגס פון גלויביגע אפילו ווען די פילינגס זענען פון א ראציונאלישער קוק געבויט אויף נארישקייטן און זענען נישט בארעכטיגט, משא"כ פאר נישט רעליגעזע פילינגס גיט מען נישט אזא פריווליגיע. ואולי האט דער נושא דא צוטוהן מיט דער חוסר-סיממעטרי.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
בין איך דער איינציגסטער דא וואס ווייסט נישט וואס איז געשעהן מיט די לואן משפחה?
Just trying my luck
אויב איינער וויל מיר אויסזאגן די סוד.
Just trying my luck
אויב איינער וויל מיר אויסזאגן די סוד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
אוודאי ביי די בין השמשות פאזע.
אדרבה, זאג מיר פונקטליך וויאזוי מ'קען זיי רודפ'ן יעצט, אנהאלטן אין מקווה ? מאכן פראבלעמען ביי די מוסדות ? סקילה ? שריפה ? הרג? חנק?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יואליש האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
און די נפק"מ כאפט ווי?
ליין ביטע מיין פריערדיגע תגובה...די בין השמשות פאזע איז א ׳עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס׳ פאזע און דערפאר זענען די רדיפות א זעלבסטפארשטענדליכע און אפשר בארעכטיגטע רעאקציע. האלטסט אנדערש, אדרבה עלעבאריר.