אוועק די טשופרינע, בשירה ורינה, מיט א פרייליכע מינע.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

אוועק די טשופרינע, בשירה ורינה, מיט א פרייליכע מינע.

שליחה דורך פעדער »

סאו היינט האט מען אפגעשוירן דעם אינגעלע. פי פי פי . פרייליך איבעראל. מ'שטיינס געזאגט, ער גייט זיך מער נישט ארומדרייען מיט די קוירלי באלי האר. מער וועט נישט קיצלען ווען ער דזשאמפט אריין צו מיר אין בעט און קוילערט זיך פון איין זייט צום צווייטן. נו שוין. אבי ער איז פרייליך.

דער קאפל ליגט אים ווי א נעגל וואסער לעוואר שיסל אויף'ן קאפ. צוויי קליינע טאנצעדיגע פאה'קעלעך האפקענען פון די זייטן. און ער פילט זיך ווי א ריזיגע טאטע. ער שטויסט די קלענערע מיט זיינע הארטע שיך. און פייפט זיך אריין ווען איך הייס אים גיין קישן די קושן.

אקעי, דאס קען מען נאך אויך אראפשלינגען. אבער דאס אנכאפן די קאפל יעדע מינוט, און דאס האלטן דאס קעפל באלד אזוי ווי דער בר מצוה בחור מיט די תפילין ביים דאווענען ווי ער האלט דעם קאפ ממש ווי א אקס פאר די שחיטה מורא'האבענדיג אז די היט וועט אים אראפטאנצן - דאס איז שוין א וואונדער. אזוי פרי? נעכטן האט ער זיך נאר ארומגעדרייט מיט די צעפלאטשקעטע לאנגע לאקן און היינט איז ער מיר שוין פון די צדיקי הדור... אההה. ווי נעמט מען די תמימות פון די קליינע שטינקערס.

לדעתי איז די קאפל זיינער צו גרויס אויף אים און זעט אויס ווי אן אמעריקאנער העלמעט. נישט ווייל איך בין חלילה א קל און איך קען נישט פארליידן ווען מיין קינד גייט מיט א גרויסע קאפל. נעעע. בכלל נישט. גראדע פארשטיי איך די וויכטיגקייט פונעם קאנצעפט אז די יראת שמים זאל נישט ארויסרינען פון קאפ. נארוואדען, ווי נישט ווי, גלייך איך זיין חן פון בעפאר די דריי יאר. און ווען מ'שינדט אים אפ אלע האר, אים איבערלאזענדיג מיט א נאקעטן קאפ, א קומץ הערעלעך נעבן אויער, און באדעקט מיט א ריזן שווארצן קאפל.. קוקט ער מיר אויס ווי א גלאטן ראקעט באל, מיט א נאז אינדערמיט... אזוי אומשולדיג נעבעך.

אקעי. פארגעס דערפון. פאקט בלייבט פאקט. מען מוז קענען זען א חלק פונעם קאפ, סיי פארנט פונעם קאפל, און סיי הינטן פונעם קאפל. מיין מלמד האט געגעבן אפילו א שיעור דערויף. פינף פינגער פון פארנט. עפעס אזוי. און אויב סך הכול וואס איך זע איז א גרויסע שווארצע קאפל און צוויי אומשולדיגע תמימות'דיגע אייגעלעך ארויסבליקן דערפון. כאפט מיר אן א רחמנות אין לשער.

אה פאר איך פארגעס. דארף מען כאטש אויסמאלן וויאזוי דאס אפשערן האט אויסגעקוקט. סאו הערטס אויס.

מען האט לכבוד דעם מאורע פארשטענדליך געמוזט אריבעררופן א סוניאר ווארעמע איד, א איד וואס זיינע הענט האבן שוין אסאך קעפעלעך געשוירן.. א עלטער עלטער פעטער זאל ער זען ביז הונדערט און צוואנציג. מ'ברענגט אים אריבער. און בדחילו ורחימו שטופט מען אריין דעם קליינעם אין א הויכ-בענקל. איי ער איז דאך שוין גרויס??!! קוקט אויס איידער מ'ווערט גרויס מוז מען קודם ווערן פיצל צעפיצלט. ווייל ס'איז דאך מאשפות ירים אביון און אז מ'האלט שוין אזוי קליין קען מען דאן גרויס ווערן. אקעי, איך פארשטיי נישט צו די הויכע זאכן. אבער עפעס א תורה פון רבי ר' בער פון מעזריטש זיכער. כ'האב מיך אייביג געמיטשעט מיט זיינע ספרים. אלרייט.

דער אידל האט מיטגעברעגנט זיין אייגן שערל. ס'האט שוין בעסערע צייטן געזען. קינד און קייט, משפחה ומשפחה זענען געווען אריינגעשטופט אין דיינינג רום, און מ'האט נאך פאר א נויט אויך צאמגערופן אלע שכינים און שכינות זאל מיטהאלטן ווי א טושפינקע ווערט פארשוירן. ווי א קליינע גויעלע וועט פאר'אידישט ווערן.

קודם האט יעדער באקומען א שאט. מ'פאנגט אין ביים מקום התפילין. יעדער וואס האט פיס כאפט א שערל אין האנט און מ'נעמט זיך פליקן שטיקער. דער ארימער יונגל קנייטשט זיך נעבעך אייין אין דרייען, ער פילט ווי צען פאר הענט פארארבעטן אויף זיין קאפ, און ס'ווערט אים קעלטער פון מינוט צו מינוט... אוחח א שאד אויף די טושפרינע וואס מ'האט אזויפיל כוחות אריינגעהארעוועט, יעדן טאג אויסגעקעמט, מיט בכיות. געגלעט און זיך געשפיעלט מיט. אלעס גייט יעצט אריין אין א פלעינע פאריתומ'טע שאפינג בעג, מיט איין ציהל.. אין מיסט אריין.

אקעי איך שטיי ביי די זייט זיין א שומר על גבו מ'זאל אים נישט איבערלאזן צוויי דריטל קאפ לשם פאות. ס'גוט . שכוח. איך ברויך נישט די פאות אים צו שלעפן. מיר איז גענוג די אויערן. אייגענטליך גלייב איך בכלל נישט ער וועט אנקומען אמאל צו ברסלב. אלזא פייניגט אים נישט. עס פאר עס איי נאו, איז ער נישט קיין איזראעלי און ברויך נישט קיין בעזימעס אויסצוקערן מאה שערים פון די פראטעסטן איבערבלייבענישן.

דער שכן פון אויבן, א אינגערמאן מיט פאות ביזן נאפל, ער פארפירט אז מ'מוז עכ"פ ביז ער ווערט פיר יאר, אים לאזן א שיעור פון א מילגרוים פאר פאות פון ביידע זייטן. ווייל אויב נישט וועט מען פארלירן גרעניץ און מען וועט חלילה אפבייסן זיינע פאות. ער טענה'ט אז מען ברויך פשוט איין מאל אריבערפארן לענגאויס דעם קאפ אינמיטן, מיטן שער-מאשינדל און פארטיג. איין שארט-קאט איז גענוג. און אויטאמאטיש וועלן די צוויי זייטן באקומען א נאמען פאות..

איך האב אים אבער שנעל געוויזן ווער ס'איז בעל הבית, און ער אליין איז שיער נישט געבליבן אן א פאות. איך האב מיר געהאט אנגעגרייט א שערל וואס די מרגלים האבן גענוצט צו שניידן די פרוכטן, טאקע אויף דעם צוועק. אלנפאלס. נאכן הערליך אפשערן. דער אידל וואס מיט זיין חוש הראיה פארשעמט ער נישט אן אכציג יעריגע איד האט אים הערליך געשוירן א שיעור אין פארעם פון א מאראקאנער אתרוג. און היידא ער איז גרייט צו טיילן פעקלעך און שטרעקן צינגער אין האניג.

מ'זאגט אים: "שעפעלע, קום קוקן אין שפיגל ווי שיין דו קוקס'ט אויס". הממממ. דער פאה-שכן, ער איז נישט אזוי איינשטימיג דערמיט, און טאקע תיכף געלאזט הערן זיין קענגערשאפט: "בעסער ער קוקט נישט אין שפיגל ביז נאך 24 שעה, וואס דארף מען אים נעבעך פארדארבן?"..

דא האט ער מיך שוין ערנסט פארדראסן, "פארוואס?" פרעג איך אים, "וואס וועט ער שוין זען דארט, אויב נישט א זיסע צדיק'ל מיט פרישע פייקעלעך און א קינדערישע חן"?!.....
ער האט איינגענומען א שטילשווייגעניש... און מ'האט זיך תיכף געזעצט זויפן א לחיים.. בראווא. בראווא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פעדער האט געשריבן:דער שכן פון אויבן, א אינגערמאן מיט פאות ביזן נאפל, ער פארפירט אז מ'מוז עכ"פ ביז ער ווערט פיר יאר, אים לאזן א שיעור פון א מילגרוים פאר פאות פון ביידע זייטן. ווייל אויב נישט וועט מען פארלירן גרעניץ און מען וועט חלילה אפבייסן זיינע פאות. ער טענה'ט אז מען ברויך פשוט איין מאל אריבערפארן לענגאויס דעם קאפ אינמיטן, מיטן שער-מאשינדל און פארטיג. איין שארט-קאט איז גענוג. און אויטאמאטיש וועלן די צוויי זייטן באקומען א נאמען פאות..


דא האב איך אויסגעשאסן..................
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שכינות? רח"ל. ס'זענען דא אזוינע וועלכע ערלויבן ניטאמאל די אייגענע מאמע און שוויגער פון באשיינען אויס מורא אז זיי זענען אונטער אנדערע אומשטענדן וועלכע לאזט איבער א רוח טומאה אויפן קארעלעך-פארשפילטן חתן דנן.
פארשפארט