פאר וועלכן צוועק, א שמעק, פון דר**ק, ביז יענע עק?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

פאר וועלכן צוועק, א שמעק, פון דר**ק, ביז יענע עק?

שליחה דורך פעדער »

איז ווען מ'טראכט אריין וועגן א הויז-שמעק. אסאך נעבעך צווישן אונז ווייסן דאס נישט.
און ווען זיי קומען אריין אין מיין געשעפט ברענגען זיי מיט דאס גאנצע קיך-גרוך מיט זיך און שטינקען אן די גאנצע שאפ.

זעסט למשל, קומט אריין א פרוי מיט א אנגע'חזרטע באגי וואס האט שוין געהאדעוועט אויף דעם נישט נאר א זעקסטלינג נאר א גאנצע דאזן. די הוד איז גענצליך צעפליקט. די קאליר פון די סחורה איז אפגעטאכלעוועט און אפגענוצט. א ריזיגע בעיבי מיט א פון קאקאו שמוציגע מויל, הערשט יעצט געגעסן א קאקאש, זיצט דערין און זיין תחתונ'ל הענגט אראפ כמעט ביז דער ערד, ווייל קוים וואס די באגי דינט נאך.

און זי מיטן פארדרייטן טורבאן ברענגט מיט די גאנצע גערוך פון קאך, פון די חלות, פיש, און היימיש געבאקענע אובערדזשין (בורדזשענע) זי רעדט זיך אוואדאי איין אז ס'איז א גרוך פון גן עדן. דא עקא אבער, כאפט זי נישט אז די געוואלדיגע "אנגענעמע שמעק" קומט אויסגעמישט מיט די שמעק פון פאריגע וואכעדיגע מעדני שבת און דעליקאטעסן, און די טשאלנט פון צוויי וואכן צוריק, און אזוי למעלה בקודש, ביז ווען מ'האט געקויפט דעם קליידל.. קליידל האב איך געזאגט? אקעי ס'איז א טעות, ס'זעט אויס מער ווי א זאק.. אבער עניוועי.

און כדי איר זאלט נישט מיינען אז איך בין א ראסיסט וועל איך מיר נעמען צו דעם אינגרמאנ'ס ביינער אויכעט. אלזא, רוקט זיך אריין דער מיטל יעריגער מיטן פעסט פארקינפטן בארד, עכ"פ אזוי האפט ער! ער כאפט גארנישט אז א גראבן שנאבל שטעקט זיך ארויס פון אונטן. און די בארד האט ענדישער א צורה פון א יאנעווער אתרוג.

ער למשל שמעקט אויך פון א אומהיימליכן סרוח, וואס דערמאנט מיר פון א בעקיטשע א טאג נאך פורים. וועסט אים פרעגן, וועט ער זאגן, אז ער ווייסט פאר א פאקט ער האט זיך אייער נעכטן געטוישט צו פרישע וועש.. רעבע לעבן. איר קענט אייך טוישן אכציג מאל. ס'וועט אבער גארנישט העלפן. ווייל אייער וואש מאשין האט איר נישט געטוישט. די קליידער פארמאגן שוין א היסטאריע, און שמעקעדיגע ליכט איז ביי אייך קלויסטער-כישוף. פון 'לופט רייניגער' איז קיין רעדע נישט. א ספרעי אויפצופרישן די לופט ברענגט חלילה יענע מעשה.

פארשטייסט? לייג אויס אביסל 'שעלף פעיפער'. לייג אין די שופלאדן שמעקעכצער, לייג ארום אין הויז קרייכטעכצער. צינד אן ליכטעלעך, מאך עס קאוזי.. און סטאפ ארום טראגן דעי פאני גרוך, וואס קיינער קען נישט געהעריג אידענטיפיצירן. ס'נישט שלעכט, אויך נישט גוט, אבער כ'ווייס נישט פונקטליך וואס ס'איז.... דער עיקר, נעזער זענען הייקל דערצו.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

צוויי פאני זאכן געזען היינט. ביידע האבן ארויסגעברענגט רחמנות. איינס אויף וואס איז געשען. און איינע אויף וואס ס'זאל חלילה נישט געשען.
1) איך פאר אין מיין אויטא, און ווי דער שטייגער ביי אונז גייט א גאָס אין גאַס דיזע צייטן. זע איך ווי פארנט פון מיר האט א קאר מיט רעבישע רעדער נעבעך מיאוס אפגעשפריצט פון קאפ ביז פיס, א פרישע חתן כלה וועלכע זענען געשטאנען נעבן טראפיק ליכט גרייט אריבער צוגיין ווען דער גרינער מענטשעלע וועט געבן דעם אקעי.

כ'זאג אייך, די גרעסטע פיטי איז נאך געווען ווען זיי האבן געצווינגענערהייט געמוזט לאכן.... אויס בושה פון אלע נייגעריגע צושויער.. פארברענט זאלן זיי ווערן די 'טעמז וואטער' איינגעשטעלטע, דא טשארדזשן זיי הון תועפות פאר אביסל מים אחרונים וואסער פון שאווער. און דא לאזן זיי די שטראזן פארפולט ווערן מיט מאנסטערישע טייכלעך.. ווי כאילו ס'וואסער רינט זיי פון די הויזן פאר פרוטות.

2) אביסעלע ארויפציר, דערקען איך אין אונטער דעם רעדל פונעם אקעגן קומענדן אויטאמאביל, א אינגערמאנטשיקל פון מיין כולל נישט מער געדאכט, און גארנישט. ער פירט שוין א קאר. פּוי פּוי פּוי.. ער פיקט ארויס פון צווישן די סטירינג וויל, און זיצט פילייכט אויף 7 יעלאו פעידזשעס. זיינע אויגן קוקן ווילד ארום אויף די פילפארביגע שילדן ביי די זייטן פון שאסיי. ווארשיינליך זעט ער דארט שטיקער תוספות און מהרש"א. ס'קוקט נישט אויס ווי ער זעט בכלל א ראוד.

כ'זאג ענק, דער יוקל האט אין כולל נישט געקענט האלטן א קאווע גלעזל גראד. ביז ער האט דערגרייכט זיין פלאץ, איז שוין האלבע קאווע געווען איינגעווייקט אין פינף אנדערע רעקלעך, חוץ פון דאס ביסל וואס איז שוין געגאנגען צום שטן, אויף דר'ערד... ווילסטו מיר זאגן אז דעם רעדל קען ער יא גלייך האלטן? 'כי האדם עץ השדה', ביים אים איז אלעס איינס. קיינער איז נישט פארזיכערט, נישט מענטשן, און נישט קיין ביימער... אלרייט רבותי! מער גייט נישט אויפ'ן טראטואר, אלע ארויף אויפ'ן גאדער. די סיידוואלק איז סטריקלי פאר כולל אינגעלייט וועלכע שפילן קארעלע און פליס גנבים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איך קוילער מיך.

האלבע קאווע איינגעווייקט אין פינעף אנדערע רעקלעך......



:like
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דיינע אויסדריקן קאסט א שמייכל און אפילו מער ווי דאס. אבער דער תוכן איז איבערגעטריבענע דעמאגאגיע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט