קאפ-אראפ פיס-ארויף בויך-ליידיג פרידזש-פוהל. ונהפוך אגאנץ יאר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

קאפ-אראפ פיס-ארויף בויך-ליידיג פרידזש-פוהל. ונהפוך אגאנץ יאר

שליחה דורך פעדער »

איז אזוי. מיין פרידזש איז געווען אין גאר א גוטן צושטאנד ביז ביז ביז. איין טאג אומגעראכטן האט זיך דאס פריזער טירל אפגעפליקט פון ארט און געגאנגען א גאנג.
ס'האט אין קורצן אפגעפיצט פון פריזער.

איך בין געווען געהעריג באקאקט. וואס העט יעצט זיין? וועל איך טאקע מער נישט האבן קיין פארפרוירענע אייס פאפ'ס און אייזיגע לעקערס? און רבש"ע וואס וועט מיין ווייבט טוהן מיט די צען פושקעס זיפ וואס זי פריזערט אריין ביז נעקסטע יאר פורים. מיינסטע וועט זי שטיין און קאכן ווי א נארעלע יעדן טאג א פערפל זיפ מיט נאקעלעך?
און דער עיקר האט מיר באנג געטאן די איינגערעפטע שטיקלעך קעיק וואס ליגן דארט אנגעהויפנט אין די לעדלעך. דאס איז דאך געווען מיין מעין פרישטאג די לעצטע פאר חדשים.. יעצט וועט דאס עזר'ל געוואויר ווערן פארוואס איך קום אהיים זאט ווי א בער.. און זאג זיך אזוי גערן אפ פון מיינע מיטאג-פרישטאגן.

בקאצקע בציקער. ווי האלט איך? יא! נאכן אריינטראכטן א מינוטקולע פארוואס די פריזער טירל ליגט זיך ווי א נבילה ביים זייט האב איך אלעס פארשטאנען.
(ביי אונז זענען די פרידזשערעיטערס צעטיילט און האלב. אויבן די פרידזש. אונטן די פריזער)

ביי מיר האט די פריזער טיר גענוצט נאך א שימוש (באדינונג) ווען כ'האב געשפירט א הונגער אין בייכל און געסוירטש'ד פאר עפעס עסן, אין פריזער האב איך אנגעלאנט דאס קערפער מיינער אויפן אפענעם טיר. נוצענדיג מיין עלנבויגן פאר הילף. אז די קערפער געוויכט זאל קענען רוהיג זיך וויגן אויפן אפענעם טיר. און דאס טאקע איז געווען א טויט קלאפ פארן מעכאנישן טייל אינערהאלב דעם פריזער טיר.

וויפיל מיינסטו קען ער פארנעמען? גערעכט איך בין גאנץ א דארטשיקער אבער גלייבט'ס מיר מיינע חזירישע לענדלארד'ס גלייב איך נישט האבן מיך פארגינט מיט א לייטיש פריזער. און אזוי האט ער זיך אונטערגעבראכן פון זיינע פליכטן.

אצינדער קען מען זיך מער נישט אנלעהנען. ס'האבן זיך געענדיגט די גוטע צייטן.
שוין מ'רופט אריבער דעם הענדי קעפ. א שמוציגע אנגעחזערטע הויזעלע, האלצערנע בערדל, ווייסע שיך, שווארצע העמד. ער איז אויפגעקומען אויף א גיניאלן איינפאל. האט ער אויסגעדרייט די טיר פון פריזער אויף די פארקערטע זייט, און אזוי דארט פונדאסניי ווידער אריינגעבויערט די אנגלען.

נו אז מ'האט מיטן פריזער טיר אזוי געמאכט. מוז דאך אויך דעם פרידזש טיר אויך אויסדרייען אויף די אנדערע זייט. אקעי. ס'האט אויסגעקוקט א מחיה. פיין! טאנצט אלע. מ'גייט ווייטער קענען פרעסן קעיק מיט אייסעס.

אבער פאאאאם א בעלי פלאפ! עפעס די פארשאלטענע פרידזש איז נישט געבויעט אז מ'זאל קענען שפילן מיט איר ונהפוך. און די פריזער טיר האט זיך מער זייט דעמאלטס קיינמאל נישט פארמאכט געהעריג. פון דארט און ווייטער איז געווארן א מהפיכה. די אייז איז געוואקסן. שטיקער שניי זענען געשפרונגען צווישן די ברויט רעפטלעך. און מ'האט אפגעמאכט פערטיג. מ'טראסקעט אים ארויס צו אלע גוטע יאר און מ'קויפט א נייע פרידזש.

יעצט חברה דא קומט מיין אויפרעגעניש... די נייע פרידזש איז דאך שוין צוריק ווי געהעריג. די טירן עפענען זיך פון די לינקע זייט, אזוי ווי אין די גוטע צייטן. אבער יעצט איז עס ממש א גן עדן פאר היטלער. ווייל יעדע מאל איך קום צו די פרידזש עפעס אריינשיבן אדער ארויסווישן, גיי איך צו די רעכטע זייט ווי די הינדזשעס זענען, עס דארט אויפצועפעענען. אבער פלאפ, ס'איז די ראנג זייט.. און מיין צונג ווערט געשטרויכלט מיט זייער נישט איידעלע אויסדרוקן.

און להכעיס נאך איז די לינקע זייט פון די פרידזש דארט ווי די טיר עפנט זיך - פונקט די פארקערטע זייט פון די קאך. עס שטייט מיטן פנים צו די האלוועי ארויס פון קאך. און שטעלט'ס ענק פאר ווי אזוי ס'קוקט אויס ווען מ'האלט א בראטענדיגע טאפ העליפאנט זיפ און מ'זוכט די טיר פון די פרידזש!!
רררררררראאאא!!
פארשפארט