ווען ס'איז פונקט גוט אויסגערעכנט.
האט עטס שוין אמאל געהאט אזא מעשה? איך גלייב אז נישט.
אקעי לאמיר קודם מקדים זיין אזוי, מיין קאר (פון די BMW פירמע) האט געברויכט אריינגעגעבן ווערן צום קאר דילער בכדי איבערצומאכן דעם רימאוט שליסל. אלזא מ'טראכט נישט קיין צוויי און מ'טראגט אים אפ. פארשטייט זיך אז דארט האט מען מיר אויפגענומען בכליון ענים. מ'געט מיר א טיאטע ווענסעס. כ'זאג נישט ס'האט געהאט אפאר שיינע קנאקעס און בייכער דא און דארט. איך וואלט געזאגט אז א בלינדער האט זיך געלערנט דרייוון דערמיט. אבער מאכט נישט אויס אבי א קאר פאר איין טאג.
עכ"פ אזוי האט עס געהייסן. איך זעץ מיר אריין דערין באמערק איך אז דער ארענדזשער לעמפל איז אנגעצינדען און זאגט אן שלעכטע בשורות. נעמליך איך פארמאג גאר קנאפ געז. נו שוין.... ווער וויל בלייבן סטאק אינמיטן גאס?.
איך מאך מיך אבער אזא חשבון.. מיין בימער וועלן זיי דאך אויספליקן ווי א כפרה הינדל ארויסנאגן און אפסאקן דאס לעצטע ביסל טראפן פעטראל וואס ליגט דערין . געגעבן האב איך עס מיט אן אנגעפולטן טאנק אבער צוריקקומען וועט עס מיט שלשה קורטוב.. אקעי.. איז פארוואס זאל איך זיין משוגע אנצופילן א אנגעפראסענעם טאנק ווען מארגן צופרי געב איך עס צוריק און איך באקום דערפאר א אויסגעטרוקענטע בים... נישט אז איך בין קארג, נאר פשוט א אויסגערעכנטער רואה את הנולד. גיי פארשטיי.
אלרייט. איך פאר אריין צום נעקסט פעטראל סטעישן. און לייג אריין א צענער. מה עשה הקב"ה. איך קאל נעקסטן טאג אריין, און מ'זאגט מיר אז העי! די שליסל דויערט א וויילע ביז ס'קומט אן. סאו זיץ אויף די אייער און האב אביסל געדולד. קום אריין פרייטאג און האסט א גרייטע אויטא. אבער דאנט וואררי אונז האמער אלעס אנדער קאנטראל.
פיין.. גערן. דו ווייסטאך איך בין א מענטש מיט הלל'ס געדולד. איך זוך נישט זעך אנצולייגן אויף מענטשן. יעדער ווייסט און פארשטייט אז זיי טוען דאס בעסטע וואס זיי קענען. און מיר ברענט נישט עפעס מורא'דיג. אבי איך האב יעצט פיר רעדער מיט וואס ארומצורייזן פארן ווייב דאס גאנצע שטאט, און אויך אפצוטראגן מיין שמעקער אין חדר צו זיין אפוויש-רבי.
אקעי. דארנערשטאג נאכט האט זיך געמאכט א קריטישע חתונה. איך נעם אריין א פיר טובות אין קאר. איינער מיטן רבי זכותו יגן עלינו אין קאפ. און א תניא אין האנט. א צווייטער א מאגערע בחור. בלעק ווייט קוקי גלעזער, און די אויגן אייביג אויפן גאס. א דריטער א קילער אינגערמאנטשיק, גראדע א בחנ'טער און פערצופאל האט ער געקענט מיין באבעס שכנה'ס קלינינג לעידיג, סאו עפעס א שטיקל קרובה'שאפט האט ער מיט מיר.
אקיצור. אויפן וועג האב איך געהערט דעם קאר נאגן... ס'האט זיך דערקענט אז ער לעקט אויס דאס לעצט ביסל איבערגעבליבן פיש זאפט. ביניך שנעל פארקראכן און געבלאנדזשעט צו א צווייטן גאז סטאנציע. אריינגעליפערט נאך א קומץ לבונה. און היידא מ'זעמער שוין ווייטער אין ביזנעס.
פרייטאג, אויפגעשטאנען אויף די אונטערשטע זייט.. די קאווע האט געשפירט ווי זופ אין לאגער.. מיינע נירן האבן באגעגנט פרישע שטיינער אין וועג.. נאך די ארבעט פארשטענדליך קאל איך אן מיין דילער. גראדע א פיינער איד. מ'האט מיך אויפגענומען מיט כבוד מלכים לאזענדיג ווארטן אויף אן אוידיענס. און איך קען ענק שוין לאזן אויספירן דאס ענדע. ס'איז נאכנישט גרייט. יענער אויפן טעלעפאן לאזט זיך שווערן ביי זיין זיידנס מילה אז דער שליסל איז גרייט באהאק און באקראק אויף זונטאג. וויבאלד ס'קומט אן שבת. און דאן ארבעטן נישט יוזשעלי רוב אידן. אלזא זונטאג איז עס רעדדי זאל דונערן און בליצן.
פיין און פערגעסט'ס נישט דערווייל האבן די געז סטעישנס אלל אווער טאון געמאכט פינעפערס פון מיר. ווייל איך געב דאך מארגן בעזר השם צוריק די קאר, און איך פארגין זיי דאך נישט דאס ביסל פעטראל. רעד שוין נישט פונעם געשמאקן מחשבה אז דער נעקסטער וועמען מ'גייט געבן דעם אנגע'מומ'טן (צעקאליעטשן) קאר וועט זיך אויסשטרעקן מיטן קאר אינמיטן גאס בעצם העווי טרעפיק בשעתן דארפן לויפן א דרינגענדע הכנות.... ווייל ער איז אויסגעלאפן פון גאז.
אבער חברה א מענטש טראכט און גאט לאכט. איך פרעג יעדן איינעם צו מאכן זיכער איך אליין בלייב נישט סטאק. וויפיל מייל א טאנק קען דערהייבן. דער עולם ב"ה זענען גרויסע אפטימיסטן און יעדער ביד'ט אויף ס'העכסטע. נו שוין. וואו דארף איך מיך יאגן? וואס דארף איך מיר זארגן.
נעכטן נאכט איך זעץ מיר אריין אין אויטא פארן צום טעגליכן שיעור און איך זע איין צו מיין שאקירונג אז די קאר פאנפעט ארום. איך דריי און דריי און די קאר קרעכצעט ווי דער חזן ראש השנה אין שוהל... די שטום בענדעלעך וואויווען ארויף און אראפ,אבער ער סטארט זיך נישט פאר קיין געלט אין די וועלט. ס'האט מיר געכאפט די קדחת. פארגעס פון א שיעור. מארגן וועט מען דארפן נעמען א מיני קעב אפצוטראגן דעם שטינקער. און דאס איז עס. ווען מ'ווארפט ארויס שטיינער פונעם אייגענעם גארטן גליטש'ט מען זיך לבסוף אליין אויס דערויף .
אקעי. איך האב שוין דעפענטעלי געכאפט מיין לעססאן פאר די דעי. אבער חברה הערטס א אינטרעסאנטע ענדע. צומארגנס האב איך טאקע אנגערופן דעם לאקאלן קאר סערוויס. אפגעטראגן דעם קלייינעם וכו' וכו'. נאך די ארבעט, שפאציר איך אהיים. מיינע פיס האבן שוין לאנג נישט געפילט קיין סיידוואק. עפעס א מאדנע געפיהל האט מיר ארומגענומען. כ'האב פלוצלונג אנגעהויבן שפירן דאס וואס פיסגייער שפירן בשעת'ן זיך אנשטאלפערן אין א שטיינדל און זיך שיער נישט אויסציען בפישוט ידים ורגלים. כ'האב מיך געשוואוירן אז פון היינט און ווייטער נעם איך אריין יעדן שטינקעדיגס פאר א היטש . ממש אזוי . כל צרוע וכל זב.
איך שלעפ מיך אהיים. עפעס א משוגענע אנשיקענעיש. ס'קוקט אויס ווי אסתר המלכה האט אנגערופן אלע מיינע שכינים זאלן איר אהינגעבן די פעטראל קענס. איך זאל מיך קענען הענגען אויף א צוקער שטריק. אלרייט. איך זעץ מיך אריין אין קאר און טראכט. באשעפער, אפשר דאך איז איבערגעבליבן אביסל שריים ביים גרונט.. איך דריי די שליסל עטליכע מאל און וואונדער איבער וואונדער די קאר האט געסטארט... נישט פארלירענדיג קיין סעקונדע זעץ איך מיר אין קאר מיט מיין שוואגער און אויף די עצה פון צושויער איך זאל פארן זייער זייער שטאט.. בין איך ארויסגעפארן צום נענט'סטן פעטראל סטאנציע.
נאכן ערשטן דריי, תיכף נאך א טראפיק ליכט, איז שוין מיין קאר געווען טרוקן ווי א פעפער און די אויטא האט אפגעאטעמט איר לעצטן גסיסה. אבער לאכט נישט. ס'איז נאך געפארן. ווייל צו מיין מזל איז די ראוד געווען בארג אראפ, אזוי ביזן געז סטעישן. אנקומענדיג אהין, האט מען זיך געברויכט איינדרייען ווי די וועג האט זיך געביטן און אנגעהויבן גיין בארג ארויף... אבער גארנישט. אז גאט וויל שיסט א בעזים. מיט שוועריגקייטן האב איך איינגדרייט דעם קאר, און אנגעקומען ביז אפאר פיס אוועק פון פאמפ... כא כא כא האבן זיך די רויבערס צולאכט. יעצט האב איך טאקע אויסגעזען ווי דער שלימזל פון פראג.. אזוי ווייט אנגעקומען און דא אזא לא יוצלח'ניק.
אבער נאו נאו .. נישט איך! איך געב נישט אויף אזוי שנעל. איך בין ארויס פון קאר. שווארצע מיט פוילישע קארן שטייען שוין אונטער מיר און בלאזן, פייפן, פאפן, מיט צארן. איך לאך אין די פויסטן. גייטס הענגט'ס ענק! קוש מיר מתחת השמים! ווען דער עולם האט באנומען וואס עס פאסירט צו מיר, האב איך שוין געקריגן גענוג און נאך מיטהעלפערס.
וויאזוי וואלטן זיך נאר די פלאקאטן אויסגעדרוקט? ס'געווען א קידוש שם שמים צו קוקן ווי פוילישע, פאַקי'ס, שווארצע, מיט אידן שטופן אינאיינעם א קאר אויף נוטראל, צום פאמפ. בשעת מעשה ברומט זיך נאך א צווייטער אידל אונטער מיטן באקאנטן שלש סעודות תנועה'לע "וויאזוי האסטו זיך אזוי גוט אויסגערעכנט?" יעעע אויסגערעכנט אין באבנ'ס באבן אריין.. און יא! קראכט'ס אלע. שימפט'ס און שעלט'ס! אל אפכם ועל חמתכם האבן אונז עס געמאכט!!