משפיעים און זייערע השפעות!
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
זוכנדיג אין מיין רענצל האב איך געטראפן נאך א משפיע נאכנישט דערמאנט.
הרב ברוין פון מאנסי\מאונט-קיסקא.
ער איז א זון\אייניקל פונעם בעל שערים מצויינים בהלכה. איין ברודער איז גבאי פון בורשטינער רבי, און נאך א ברודער איז פונ די חברי הבד"צ שע"י חב"ד אין קראוינהייטס.
כדי צו מקיים זיין דעם גדולה שמושה האט ער אלס בחור משמש געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פאר א וויילע. ער האט חתונה געהאט קיין מאונט קיסקא. שפעטער ווען ס'איז געווארן א שטיקל הויף האט ער מער נישט געקענט דארט ממשיך זיין און האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי.
ער איז אויף סנדר אשכנזי'ס פעי ראל. זיינע חסידים רופט מען די brownies. ער איז א תלמיד אין קבלה פונעם הייליגן ר' הערש ור' אייזיקל מזידיטשוב און איז ממישיך די גאלדענע קייט. ער גייט א ווייסע בעקיטשע שבת ביי זיך אין שטוב. ער גיט נעמען פאר זיינע קינדער נאך צדיקים וואס ער פאררעכנט זיך אלס זייער תלמיד אריינגערעכנט דעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע.
נישט אזוי באקאנט אבער ס'דא אקטיוויטי. ער האט איין פארברענטער חסיד א צעפייערטער יונגערמאן א רוח שאינו מצויה וואס האט געמאכט די גאנצע זאך, און איך בין נישט דא יעצט צו זאגן דעם נאמען.
למעשה האט ער א חבורה, און ער זאגט שיעורים פאר די פרויען אויך.
*
איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר אלע (שמעקעדיג, משה געציל, יידל, לעיקוואד, זר זהב, אוהב דעת, יאנקל, לעמאן דזשוס, און נאך) וואס האבן זיך גענומען די מי צו אויסדרוקן זייער הנאה פון דער אשכול אין אישי. לעת עתה מוז איך אבער נעמען עטוואס אורלויב פון גאנץ קאווע שטיבל בכלל.
אודה ולא אבוש, קאווע שטיבל לייגט ליידער צוגרינד מיין סדר היום! בלי"נ וועל איך באופן כללי מער נישט אריינקומען דא אין די טעג פון זונטאג ביז דאנערשטאג, סיידן אין זעלטענע פעלער.
איך האף אז איינער וועט זיך נאך מיר בענקען.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
הצד השווה פין רוב משפיעים אין אנהייב זענען זיי משפיעים אדער ראש חבורה אין אמאל אפילו אחד מבני חבורה מיט אפאר יונגעלייט מבקשים וואס זוכען עפעס חידושים אין עבודת ה׳ אין צום סוף ווערט עס א קהילה פארטיי אין א רבי מיט א ווייסע בעקישע פוקד עקרות פועל ישועות, קאר׳ס מוסדות וכו׳ וכו׳ בבחינת מתוך לשמה בא שלא לשמה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
יישר כח! יישר כח! הרב מאראנצןזאפט ני"ו
מאראנצן זאפט איך האב געליינט אלע דיינע אראנדזש דזשוס מיט גרויס דורשט און זאפט, און מוראדיג הנאה געהאט
זייער שיין געשריבן מסודר'דיג, באופן כוללת ביותר, און מיט דעם שיין צולייגט דבר דבר על אופניו,
איך האף אז די וועסט זיין נעתר לבקשתינו, און ווייטער אונז בארייכערן מיט דיינע שיינע ארטיקלעך,
אזעלכע ווי די זענען מחי' פילע אנדערע און הייבן דעם ניווא אין שטיבל, פי כמה.
כה לחי
צום ווידער זעהן

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
מורינו הרב האט געשריבן:מער פרטים איבער הרב ברוין, ביטע...
קען מען צו אים צוקומען? - פירט ער טיש וכדומה? - זאגט ער דרשות ברבים?
ווען איך שרייב נישט, מיינט דאס אז איך ווייס נישט!
(גאנץ גוט פאר א חתימה...)
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
די אשכול איז לכאורה (לכאורה? כ'מיין ענדערש זיכער, יא מאה אחוז!) די מאוסט אינפארמאטיווע, אינטערעסאנטסע מערסט באלערענסטע, יוניק'סטע, זאכליכ'סטע, צייטליכ'סטע, אשכול אין גאר א לאנגע צייט דא אינעם שטיבל!! כאמיר אויסגעלערענט דא גאר אסך נייע ידיעות, נייע נעמען, שיטות, מהלכים, ספרים, רבנים, משפיעים.
ס'מלא וגדוש וואס דער פרישער מאראנצאןזאפט האט דא אנגעהויבן און ממשיך געווען, און ווי אויך דער עלטערער 'לעיקוואוד' וועלכער האט אויפגעלעבט און דא 'משפיע געווען'! א ריזן דאנק אויף לעבר און א בקשה על לעתיד, האלטס אן ווייטער! לאזט אונז נישט איבער!
לכבודו פון די צוויי ניקים האב איך געדראפט גאלדען פלאו, איך טרינק פון היינט און ווייטער בלויז לעיקוואד מאראנצןזאפט!

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
איך בין מוחה בכל מין לשון של מחאה אויף די עלבון התורה פון דערמאנען חדל האישים אפילו אין איין פאראגראף מיט'ן גדול החכמים ואביר הרועים שכל חכמי הדור הם כנגדו כקליפת השום מרן מורי ורבי רבינו לעיקוואד שליט"א.
די עקסטרעם-ראדיקאל בליצענדע גאונות''דיגע לא שזפתם עין'דיגע תגובות פון מרן שליט"א וואס פליסן כנהר שאינו פוסק בכל מכמני מדע ובינה, האט יעדע באזונדער די צויבער צו מאכן שטוינען\פלאצן\און צומאל ברעכן אויף איינמאל. כולנו תלמידיו, ולא הגיענו אפילו לקרסילי קרסיליו.
אזא אור קומט בלי ספק נאר אראפ איין מאל אין טויזנט יאר, ואשרי מי שראה פניו "בחלומו".
די עקסטרעם-ראדיקאל בליצענדע גאונות''דיגע לא שזפתם עין'דיגע תגובות פון מרן שליט"א וואס פליסן כנהר שאינו פוסק בכל מכמני מדע ובינה, האט יעדע באזונדער די צויבער צו מאכן שטוינען\פלאצן\און צומאל ברעכן אויף איינמאל. כולנו תלמידיו, ולא הגיענו אפילו לקרסילי קרסיליו.
אזא אור קומט בלי ספק נאר אראפ איין מאל אין טויזנט יאר, ואשרי מי שראה פניו "בחלומו".
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצןזאפט האט געשריבן: שכל חכמי הדור הם (כנגדו) [בעיניו] כקליפת השום
כל השבחים מוגזמים חוץ מזה....
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נ נח האט געשריבן:הצד השווה פין רוב משפיעים אין אנהייב זענען זיי משפיעים אדער ראש חבורה אין אמאל אפילו אחד מבני חבורה מיט אפאר יונגעלייט מבקשים וואס זוכען עפעס חידושים אין עבודת ה׳ אין צום סוף ווערט עס א קהילה פארטיי אין א רבי מיט א ווייסע בעקישע פוקד עקרות פועל ישועות, קאר׳ס מוסדות וכו׳ וכו׳ בבחינת מתוך לשמה בא שלא לשמה
איך געדענק ווען רצ"מ איז נאך געווען איינער פון די בני החבורה, אפאר יאר שפעטער האט ער שוין געהאט ט וואלוואו מיט פירהענג אויף די פענסטער (א וואלוואו מיט פירהענג איז די קאדילאק פון א"י) . איינער פון זיינע תלמידים עמ עמ כ'מיין בני חבורה האט מיר מסביר געווען אז רצ"מ מוז דאס האבן נאר צוליב שמירת עינים.
איך ווינדער מיך וויאזוי מען היט זיך די אויגן אויב מען קען נישט עפארדן א וואלוואו מיט פירהענג. איינער האט עפעס אן עצה?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
נשמה יתירה האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיר האבן ב"ה נאך א משפיע אין די קעשענע.
שמו הרב איתמר שווארץ.
איר האט קיינמאל געהערט דעם נאמען, אבער זיינע ספרים האט איר שוין זיכער באגעגענט.
ער איז דער מחבר פון די ספרי "בלבבי משכן אבנה".
די ערשטע באנד בלבבי איז געווען א בעסט סעללער און האט מיטגעברענגט מיט זיך אן אויפרייס. ער רעדט וועגן אמונה, אז אלעס איז אמונה (נישט אויף קיין ברסלבער נוסח), און גיט אזעלכע עצות ווי האלטן א צעטל אין דער האנט געשריבן דעם שויתי. ס'האט א לייכטע צוציענדע שפראך און ס'קומט מיט דעם בליק אז דא גיט מען געהאלפן ווערן.
די אנדערע בענדער זענען שוין אסאך שוואכער.
ער שרייבט אויך אין קבלה אדער מעין קבלה. מיר האבן געזען א ספר מיט'ן נאמען קול דממה דקה געשריבן אויף זייער אן אינטערעסאנטן סגנון.
איך גלויב אז אין אן אראבישן קוראן וואלטן מיר מער פארשטאנען. אזוי פיל האכן מיר אנגעמערקט אז ס'האט א גראך פונעם רמח"ל'ס דרך הליומד אויף קבלה וואס איז נישט אזוי ווייטע השגות נאר מער אויף א הבנה'דיגן אופן, און זאל זיך יעצט יעדער אינרעדן אז מיר פארשטייען צו די קליינע אותיות.
למעשה איז ארויסגעוואקסן א פירוש בלבבי אויף בעש"ט על התורה און אויף מסילת ישרים.
די פראבלעם אז ביי אים איז אויך אלעס איינס און איבעראל קומט ער צוריק צו זיין אייגנארטיגן שניט כאילו מסילת ישרים און בעש"ט על התורה זענען טאקע ממש די זעלבע צוויי ספרים.
גם שמענו בשם רבי מאטל: ער איז נישט קיין בר סמכא. (נישט די גברא חלילה, זענען דרך הדרוש).
א בעל כשרון און אן עמקן איז ער זיכער, והא ראי' אז ס'שווער צו פארשטיין וואס ער וויל.
ער איז אויך די מחבר פון די ספרים דע את עצמך און דע את ביתך וואס האבן א שיינעם מאדערנעם דעקל און זענען נישט איבריג פאפולער.
ער זאגט אויך שיעורים אין גמ'. עס ווערט רעקארידירט וויזיואליש און ארויפגעשטעלט אויף דער אינטערנעט. ער גיט נישט זיין אינדארסמענט דערצו נאר טענה'ט ער איז נישט בעל הבית אויף זיין תורה.
ער איז דא געווען און מיר זענען אים געגאנגען הערן. גייט א געבויגן היטל, א יונגערמאן אונטער 40 און טראגט אן ערנסטקייט אויפ'ן פנים.
גערעדט אין איינעמס דיינונג רום מ'איז געשטאנען ביז אויף דער גאס און מ'האט נישט געקענט אטעמען.
גערעדט אויף א ציכטיגן לשון הקדוש און היות מיר זענען געגאנגען אין ממי שאמרו'ס קלאס האבן מיר ווייניג פארשטאנען.
דער ציר איז געווען אז מ'דארף זיין א איד אין הארץ אויך. נאר אין הארץ אליין איז גארנישט, און אן הארץ איז ווייטער נישט בשלימות.
ר' מאטל''ס סמכות צו טיילען סמכות'ן איז גאר נישט אזוי מוסמך אדער מוסכם.
פון אלע משפיעים ארומגערעדט דא, איז לפי קט שכלי ר' איתמר דער טיפסטער און אפשר אפי' א בעל מחדש באמת.
קוק למשל אין קול דממה דקה דף קעו' ווי ער איז מסביר שעצם הויית כל דבר הוא שם הויי"ה דיליה. דאס הייסט אז מציאות פון די זאך בעצמותו דאס איז די שם הוי"ה און צו אט דעם נקודה דארף מען זיך מדבק זיין. מען דארף רילעיטן צום זאך בעצמותות נישט צו אירע הגדרות. ער איז מסביר דארט אז "חיות" רופט מען די רילעישאן וואס די זאך האט צו עפעס אינדערויסען פון איר, אירע פעולות. אבער דער בחינת כתר איז איר מציאות מצד עצמו. thing in itself, בלשון קאנט. שוין, איך האב אריינווארפען א ביינדעל צו די אלע וואס קענען נאר פארשטיין טיפע זאכען אויב מען פרעדיגט עס בשם די 'ריזען' חכמים מחכמי האומות.
בבחינת מי יתננו ירחי קדם, איידער מען האט מיך פראגראמירט מיט די אלע הגדרות וויאזוי אנצוקוקען זאכען. אזוי דארפען מיר אנקוקען די וועלט. און דאס מיינט דביקות בהוי"ה.
איך האב נישט געזעהן כמעט קיין איינעם אנדערש פון די משפיעי דורינו וואס זאלן רעדן אזוי טיף און קלאר.
דאס נעקסטע שטיקל אויף יענעם עמוד זאגט ער אויך הערליך שיין.
ער איז מסביר אז די נקודה פון צימצום און חלל פנוי איז נישט קיין ענין פון זמן, נאר אן ענין פון הבחנה. עס איז באקאנט די גלוי פון אר"י ז"ל אז קודם איז געווען אין סוף וואס האט ממלא געווען כל מקום החלל, און דערנאך איז געווען צימצום, און דערפון איז געווארען א חלל פנוי, וואס האט ערלויבט פאר א בריאה. ער איז מסביר אז דאס איז נישט אן ענין פון זמן, עס איז אן ענין פון הבחנה בעומק מציאות הבריאה. כסגנון הידוע, "קודם בסיבה ולא בזמן".
די חידוש פון זיין שטיקל דארט איז ווי ער לעגיטמירט דארט אז בעומק קומט א מענטש צו צו טראכטען אז ער ווייסט נישט גארנישט אפי' נישט צו עס איז דא א גאט. וזה לשונו, " כאשר האדם חושב ונפשו תופסת, אולי כל חושיו המה טועים. כלומר, מנ"ל שמחשבתו חושבת דברי אמת ויושר, ומנ"ל שחושיו מבחינים מציאות, שאולי הם מוטעים גם כן. וכאשר האדם חושב כן, אין לו כלום. לא את הקב"ה, כי אין לו כלי לברר כלל אם יש בורא עולם. ולא את הנברא, את עצמו, כי סבור שאולי כל חושי הנברא הם טעות. ובאמת, שהשגה זו בפנימיות, היא הממוצע בין הנברא לבורא. והוא נקודת האין הגמור של הנברא, שאחריו בא היש האמיתי, הקב"ה.
קוק ווייטער ווי ער זאגט אז מען דארף באמת כאפן די נקודת הדברים, נישט סתם פלפלנן און זאגען "אפשר איז נישטא גארנישט און אלעס איז א דמיון". מען דארף באמת כאפן די נקודה דערפון.
עכ"פ ער שרייבט ווייטער דארט אז צדיקים האבן די סארטען מחשבות, דערנאך כאפט מען אז אפי' אט די מחשבה זעלבסט איז אויך לאו דוקא. אויב מען כאפט די נקודות באמת דעמאלט איז די וועלט אהן קיין הגדרות, וואס דאס איז דער אמתער טייטש פון אחדותו יתברך.
זיינע ספרים זענען פיל מיט גאר טיפע נקודות, און אויך גאר ראדיקאלע נקודות. אמת ער האט נישט קיין פערציג מענטשען ארום אים אויף די פערצענטער גאס, אבער מיט דעם אלעם זעה איך גאר טיפע זאכן בחיבוריו.
איז ער בכלל נישט קיין מצימצום אויף געוויסע זאכען? דאס זאג איך נישט. אבער אויף וויפל די אנדערע משפיעים זענען זיך מגלה, איז זיין עמקות באין ערוך מער ווי זיי. קוק נישט די ערשטע פאר חלקים פון בלבבי. קוק חלק ז' ח' ט' י'.
אפאר רענדאם שטיקלעך זיינע
בלבבי משכן אבנה ז' דף כט'.
"וביותר עומק, כאשר האדם דבק באמת ב"אין עוד מלבדו", אין לו סתירה כלל בשום ענין. כי עצם המהות לא נודעת, ודבר לא נודע אין שייך בו סתירה. דהיינו א סתירה איז פשט ווען עפעס א מציאות שטימט נישט מיט די הגדרה פון די זאך. אבער אויב איז נישט דא קיין הגדרה איז דאך נישט שייך עפעס זאל איר סותר זיין.
אויך דארט דף לח'
ער רעדט ארום אז אמונה איז בחינת אין. און שקר איז אויך בחינת אין. ווייל ביידע איז דאס אז מען לעבט נישט מצד הגדרות פון די חושים. דהיינו אז מצד די וועלט פון פעולה און הגדרה איז "חכמה אמת, והעדר החכמה שטות, שקר, אולם מצד השבת, השביתה, העדר פעולה, אזי גם השקר, הדמיון השטות, אמת". וועגן דעם שטייט אז אן עם הארץ, דהיינו א שוטה, איז נישט משקר מצד בחינת שבת ושביתה. ועיי"ש בהמשך דבריו בשם המהר"ל שהגיהנם הוא סוד האין שמעל היש. און נאר ווייל ער איז נאך תופס די 'אין' בכלים של יש, איז עס צער ויסורים. "בוודאי שבחיצוניות סובל, כי הוא תפס את האין בכלים של יש. אולם בפנימיות זהו הענין".
בקיצור אויף וויפל איך קען זעהן איז ער גאר א טיפער מענטש וואס גייט גאר ווייט במחשבתו.
א הארציגן דאנק טייערער נשמה יתרה, איר האט מיר בארייכערט מיט אט די תגובה און די ארומיגע. הפלא ופלא!
די מאמרים פון הרב שווארץ זענען כמים קרים על נפש עייפה. אשרי הגבר אשר שם בה' מבטחו, זה מי שמוצא את הרחבת דעתו והשכלתו בחסידות ובתורת הבעש"ט, ולא פנה אל רהבים, זה מי שהולך לרעות בשדות זרים של ריצארד דוקינס. כי בסופו של יום, כל הנביאים מתנבאים בנבואה אחד וכל השינוי הוא רק בסגנון, ותכלית הידיעה שלא נדע מאחד את כולם.
אין די הפלא'דיגע חיבור פון בנימין בראון איבערן חזון איש נעמט ער ארום די אלע שטיקלעך ווי דער חזון איש איז זיך מסתייג בדרך כבוד פון עניני קבלה מיטן סטעיטמענט "אין לנו עסק בנסתרות" און בנימין בראון רופט עס אן "בעיטה כלפי מעלה". אשרי הבועטים כלפי מעלה, ואוי להם לבועטים כלפי מטה, כי שני הבועטים יבואו לאותה המטרה, והבועטים כלפי מטה הם אנשי מטה, והבועטים כלפי מעלה הם אנשי מעלה. והמבין יבין בבחינת ווער עס פארשטייט פארשטייט.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
קופי, הפלא ופלא!!!!
נישטא גענוג אייקונס (נישט עבודה זרה'דיגע) דיר צו געבן.
דארפסט צולייגן - סאמהאו - אז דו שרייבסט מיט סארקאזם. דען, אפשר מיינסטו עס גאר ערנסט...
איין מער הערה אויף נשמה יתירה: נאך דער אין האמיתי קען שוין גארנישט קומען, ווייל קיינער קען שוין נישט רעדן צו מיר.

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
דו ביסט דיך אביסל טועה און דעם באנוץ פון די ווארט "אין". עס איז לחלוטין נישט קיין פאזיטיווע הגדרה. עס איז נישט קיין הגדרה פון "נישט", וואס איז בעצם א סתירה מיניה וביה.היימישער ליטוואק האט געשריבן:איין מער הערה אויף נשמה יתירה: נאך דער אין האמיתי קען שוין גארנישט קומען, ווייל קיינער קען שוין נישט רעדן צו מיר.
דיין מבוכה איז די זעלבע קשיא וואס דער אר"י הקדוש האט געשטעלט. נעמליך, אויב איז אלעס אין (סוף), דאן ווי איז שייך הגדרה וגבול. זיין תירוץ איז אז מען דארף טראכטען אביסל טיפער. מען דארף אינגאנצען ארויסגיין פון דעם פאראדיים פון הגדרות. דהיינו, ווען מען טראכט נאך טיפער אין דעם עומק הענין של 'אין', זעהט מען אז אפי' זאגען "נישט הגדרה" איז א טעות. מען פארלירט אלע מושגים לגמרי לגמרי. עס איז א חלל לגמרי. מושלל פון סיי וואסערע מושג שבעולם, אפי' פון די מושג פון אין (סוף).
מצד שני דארף מען פארשטיין אז מען טאר נישט מוסיף זיין אויף די ביטול המושגים מער ווי עס מיינט. מען טאר נישט אריינפאלען אינעם טעות צו מיינען אז מיט אט דעם ביטול, מיט'ן זאגען וואס נישט, האבען מיר בעקיפין אויך געזאגט וואס יא. דאס נעמט זיך פון זיין נאך אלץ אנגעבונדען אין די וועלט פון מושגים, אין די וועלט פון דבר והיפוכו. אויב איז נישט דאס, איז דאך יענץ. עס איז אפי' "אין" אויך נישט. דאס איז די פירוש פין צימצום. דער 'אין' איז אויך נישט דא. געדענק אז די מהלך פון צימצום איז נישט קיין פראסעס וואס האט פאסירט בזמן מן הזמנים. די כוונה איז די פראסעס אין עומק המחשבה. דהיינו דאס איז דער טיפער אפטייטש פון די מציאות אונזערע יעצט און אייביג.
דער נעקסטער סטעפ אין די פראסעס איז אז מען פארשטייט אז דער מצב פון בלי שום הגדרה כלל וכלל, דער מצב פון אפי' בלי 'אין סוף', איז דוקא טאקע די מצב וואס מיר רופען אחדות. דאס אפשטעלן זיך נאכ'ן פארלירען אלע מושגים, [און איך מיין טאקע אלע מושגים לגמרי לגמרי], איז וואס ווערט גערופען "אחדות". עס איז פשוט נאך א וועג פון ארויסברענגען די סתירה און צוווארפעניש פון מושגים, הגדרות, והגבלות. עס איז נישט קיין פאזיטיווע דעפעניציע פון סיי וואס. עס ברענגט נאר ארויס די מופרכדיגע צובראכענקייט און די סתירהדיגע צווארפענקייט פון הגדרה.
לעבן אויף דעם אופן איז געלעבט מיט אחדות. א לעבן פון דורכזעהן די טיפשות פונעם איינרעדעניש אז הגדרות שטימט. מער קען מען נישט מסביר זיין, עס איז אן עקספעריענס.
מיר האבען אויספארמירט 'מציאות' מיט אן אויסשטעל פון מושגים. דעריבער מיינען מיר אז די מינוט מען פארלירט מושגים פארלירט מען אלעס. די חורבן איז אז מ'איז נאך גערעכט אויך. דהיינו, "אלעס" איז דאך אויך א מושג. מיר האבען נאר די כלים פון 'מושגים', און מיט דעם ארבעטען מיר. דאס מערסטע וואס מיר קענען רעדן איז פון די נארישקייט פון זיך איינרעדן אז מושגים איז דאס וואס איז דא. נאר דאס קענען מיר טוהן. מיר קענען זעהן די מניה וביה סתירה פון זאגען אז מושגים, הגדרות, והגבלות, איז שורש הכל. [איך וועל פרובירען באלד מסביר זיין ווי מען קען זעהן די סתירה מניה וביה. כרגע לטובת הוויכוח נעם אהן אז די סתירה איז מבורר. מיר זענען יעצט דן אויפן צד אז די סתירה איז מבורר וואס זאגט דאס פאר אונז.]
מען קען נישט ניצען קיין שפראך, און אויך נישט קיין מחשבה אויף אפצוטייטשען אפי' א צל פון אפטייטש, וואס עס איז דעמאלט. מען קען נאר זאגען אז די הגדרות והגבלות וואס מיר זעהן יעצט איז סותר מניה וביה. ד.ה. די בנין און אוועקשטעל פון א וועלט פון מושגים איז צוווארפען [סתר], עס איז נישט קיים. דארט שטעלט מען זיך אפ.
ווילאנג איינער האט נישט גוט דורכגעטוהן די נושא איז א ליצנות ער זאל זאגען אדער טראכטען מיינונגען בנוגע אלהותו ואחדותו יתברך. די טיפשים Dawkins, Hitchens, וכל העוואלושינסטס למיניהם, וואס האבען געזאגט מיינונגען אין די פילוספישע נושא פון אלהות, זענען מתערב על ריב לא להם. זיי ווייסן ניטאמאל וואס מען מיינט ווען מען זאגט "גאט", און זיי זענען גאנצענע הוגה דעות.
דאס זעלבע זאג איך בענוות קדשי אויף די שרייבערס דא. טוהט'ס דורך די נושא פון אלקות פאר א גוט יאר, און דערנאך רעדטס.
מען מוטשעט זיך דא צו פארשטיין קאנשעסנעס, און מיט רעכט, עס איז א שווערע נושא. מען מוטשעט זיך דערמיט כאטש עס איז סמוך ונראה צו יעדען מענטש. איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז מען דארף זיך מוטשען צו פארשטיין וואס איז דאס הויי"ה יתברך, וואס איז דאס אחדותו יתברך. נ.ב. ווען מען וועט פארשטיין קאנשעסנעס וועט מען פארשטיין גאט. ומבשרי אחזה אלוה. נישט ווייל עס איז א משל, עס איז די נמשל. חלק אלוהי ממעל ממש, איז נישט סתם געפלוידערט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:א הארציגן דאנק טייערער נשמה יתרה, איר האט מיר בארייכערט מיט אט די תגובה און די ארומיגע. הפלא ופלא!
די מאמרים פון הרב שווארץ זענען כמים קרים על נפש עייפה. אשרי הגבר אשר שם בה' מבטחו, זה מי שמוצא את הרחבת דעתו והשכלתו בחסידות ובתורת הבעש"ט, ולא פנה אל רהבים, זה מי שהולך לרעות בשדות זרים של ריצארד דוקינס. כי בסופו של יום, כל הנביאים מתנבאים בנבואה אחד וכל השינוי הוא רק בסגנון, ותכלית הידיעה שלא נדע מאחד את כולם.
אין די הפלא'דיגע חיבור פון בנימין בראון איבערן חזון איש נעמט ער ארום די אלע שטיקלעך ווי דער חזון איש איז זיך מסתייג בדרך כבוד פון עניני קבלה מיטן סטעיטמענט "אין לנו עסק בנסתרות" און בנימין בראון רופט עס אן "בעיטה כלפי מעלה". אשרי הבועטים כלפי מעלה, ואוי להם לבועטים כלפי מטה, כי שני הבועטים יבואו לאותה המטרה, והבועטים כלפי מטה הם אנשי מטה, והבועטים כלפי מעלה הם אנשי מעלה. והמבין יבין בבחינת ווער עס פארשטייט פארשטייט.
א הארציגן דאנק פאר דיינע ווארעמע ווערטער.
מובטחני אז דו ביסט נישט ברוגז אויב דינג איך מיך אויף דאס וואס דו האסט געזעהן אין מיינע ווערטער.
אויב שוין ווארעמע ווערטער, איז דאך דבר בעתו זיך ווארעם צו באדאנקען פאר דיינע הערליכע תגובות בכל הענינים. שפתים ישק.
יישר כח נשמה יתרה, מיינע ווערטער, זענען גענוי ווי אייערע געווען העכערע, בבחינת האין המופשט, און האט ממש גארנישט געמיינט. זיי זענען געווען דברים של העדר, בבחינת האור ללא הכלים, בחינת סיהרא, בבחי' תוהו ובוהו, בונה עולמות ומחריבן, שאין אחיזה בהם כלל. ולכן לא התכוונתי למה שאתה לא רוצה שתתכוין, ווייל כוונה אליין איז שוין צו מאטריאליסטיש פאר אזעלכע הויכע רייד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
נשמה יתירה האט געשריבן:מען מוטשעט זיך דא צו פארשטיין קאנשעסנעס, און מיט רעכט, עס איז א שווערע נושא. מען מוטשעט זיך דערמיט כאטש עס איז סמוך ונראה צו יעדען מענטש. איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז מען דארף זיך מוטשען צו פארשטיין וואס איז דאס הויי"ה יתברך, וואס איז דאס אחדותו יתברך. נ.ב. ווען מען וועט פארשטיין קאנשעסנעס וועט מען פארשטיין גאט. ומבשרי אחזה אלוה. נישט ווייל עס איז א משל, עס איז די נמשל. חלק אלוהי ממעל ממש, איז נישט סתם געפלוידערט.[/]
נשמה טייערע, האסטו שוין אפשר געהערט פין די 3 פרינסעבעלס. אויב יא וואלט איך געוואלט הערען דיין מיינואנג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
קופערניקוס האט געשריבן: בבחינת האין המופשט,
ובזה יש להבין קצת לאשתמודעיתא כונתי העמוקה, בקריאת הניק שלי "אויס מענטש" דלא כהני ניקאי טפשאי דגמירא ולא ידעי מה גמירא בבחינה גמרא גמור וזמירתא תהא, ועלי רמזון לית דין בר נש, רק כי בבחינת אין המופשט דין הוא גבר האמיתי, כיש מאין, ומציאות ההעדר וכו' כידוע ליודעים, וביודעי ומכירי קאמינא.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.