א צייט איז א צייט. אביוז נישט דעם סיסטעם.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א צייט איז א צייט. אביוז נישט דעם סיסטעם.

שליחה דורך פעדער »

איך בין היינט אין מיין געשעפט א צוויי שעה נאכן פארמאכן, נאכקוקן א ארדער פון cd's וואס מען דארף באשטעלן. פלוצלונג צעקלונגט זיך די טעלעפאן. אזא מין מאדנע זאך. איך הייב אויף. הער איך א פארשטיקטע שטימעלע. קעקעצט און ברעקעצט.

הממממ. עטס זענטס יעצט אפן? איז ער מצליח ארויסצובורטשען.
וואס? טראכט איך מיר. אזא שטאקיגע בהמה?? זאג די פיר עקיגס, פארוואס רופסטו נישט דרייע ביינאכט? יעצט איז נאך משוגע פרי.. דו מיינסט אפשר אז איך שטיי דא און קען קוים אויסווארטן דיין קאל? וואס האסטו געמיינט? מיין גאנצע געשעפט איז נתייסד געווארן ספעשל דיך צו קענען סערווירן אינדערצייט ווען רוב מאגענס ווארעמען זיך שוין אין בעט?

אדער אפשר וואלסטו בעסער געגליכן אז איך זאל זיך שוין פרעגלען אונטערן דאכענע, מיט א ביפער צוגענאגלט צום גאטשע אזוי אז ווען דו רופסט אריין זאל איך ארויסטאנצן מיטן אונטערהויז און יאגן צו עפענען פאר דיר ווייל האסטיך דערמאנט אז דיין אתרוג'ס פיטום האט זיך אפגעשיילט ערב סוכות און דו ווילסט א קרעדיט.

אזא שטרויזאק האב איך נאך מעולם נישט געזען. און דער יצמח מורמלט נאך ווייטער
"אה עטס זענטס שוין פארשפארט?"
"נו וואדען? האסט געמיינט איך ווארט פאר דיר? ווייסט נישט אז אונז מאכן צו 9 אזייגער?
"אה. און פארוואס ביסטו נאך יא דארט?"

ווער האט דיך געפרעגט? ווילט זיך מיר ארויסרייסן פון האלדז. וואס איז דיר א שטינקעדיגע נפקא מינא וואס מיינע געשעפטן זענען?
דו ווייסט נישט אז מיינע קניען רייסן אונטער, ווייל איך ליג שוין א האלבע שעה איינגעבויגן אין דרייען אונטער א הויפן סידיס און די אויסגעציפטע אויגן רינען מיר ארויס פון די לעכער, שווינדלענדיג פון זוכן אזויפיל סארטן סידיס?

איך האב אזאלכע טויטע קללות צאמגעשאלטן אויף די פעשע קאסטומערס וואס קומען מיט די פליישיגע פינגער און שארן אראפ א שעלף מיט סידיס אן קיין טראפ מיטגעפיהל. וואו איז ענקער אידיש הארץ? איך דארף נאכדעם זיך אראפבייגן צאמקראצן די הונדערטע סידיס, אפלעקן די שטויב. יעדע רגע קומט אראפצופליען נאך א סידי אויפן קאפ פון גאנץ אויבן. פון מיין זייט זאל גאנץ לחיים אונטערגיין, אויב פאנגן זיי נישט אן מאכן זייערע סידיס פון טישו פעיפער.

אבער דער יוקל אויפן טעלעפאן קומט נעבעך ווי אזא אומשולדיג זיבעלע. נו כ'האב רחמנות געהאט אויף עמען. פרעג איך: " נו אקעי. זאג.. וואס דארפסטו? לאמיך הערן. אבער איידער וואס ווען ווי. האט ער זעט אויס באקומען קאלטע פיס, און איינגענומען א אייביגע שווייגעניש. אראפגעקנאקט די פאון מיט א קאלטבלוטיגקייט. די נערווירערנדיגע דייל טאן האט מיר פון מיינע מחשבות ערוועקט.
יאפ! וואס קען מען טוהן. ס'איז נאך דא תעמ'עלעך אויפן וועלט.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר