קאך לעפל שרייבט: כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,
און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:
אבער איינער וואס עסט חזיר, כאטש ה' וויל דאס נישט, איז נישט קיין כופר. בארואיגט אייךקודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:
רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?
האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל,
ואשר על כן?? ווייל רוב זענען געווען וכו' איז וואס? זענען נישט טייל, און אפשר רוב מלכים פון ימי בית ראשון געוען עוע"ז? זענען נישט רוב מלכים בימי בית שני געווען צדוקים און נאך ערגערס? איך זעה נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דעם. חוץ די פארנארטע טענה פון נטו"ק אז אונטערשרייבן מיט "צור ישראל" איז חירוף וגידוף. די טענה, אזוי ווי רוב אנדערע זייערע טענות, איז הויל און לעכערליך.[/color]
( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דערמאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)
וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.
טאקע ווייטאגליך. ב"ה היינט זענען שוין 1/3 חברי הכנסת פרומע שומרי תומ"צ + נאך א פאר מסורתיים פון ליכוד און ישראל ביתנו וועלכע רעדן פון בורא עולם בריש גלי, אשרנו!די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו,
אבער דא רעדט מען נישט פון דינען אליינס עבודה זרה, נאר עובר זיין אויף דעם לאו פון נישט עוקר זיין. איך האב א לינק צוצולייגן פון א גדול וואס האט זיך דא טועה געווען, אבער משום כבודו ז"ל לייג איך עס נישט און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה,
וואלט מען געווען אין א סכנה פון פארניכטיגונגס. איך וויל נישט דא מאריך זיין אין דעם, דאס איז א פארפלאנטערטע נושא, אויב דו ווילסט עפן א באזונדער אשכול וועלן מיר דן זיין דער פרט ספעציפיקלאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א)
מען דארף נישט דא הלכות מלך, מורד במלכות קען אויך זיין אין א גאוורמענט, אויך מדיני מלחמה ופיקוח נפש. זאג נאר די פארדרייטער
ביטע זיך טענה'ן מיט רעספעקט, איך האב נישט געלערנט אין סאטמר, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען?
כנ"ל. און דו האסט נישט מיישב געווען הלכות מוסר, הלכות רודף ומסכן את הרבים. און איך פארשטיי סתם נישט, ווי געשריבן אויבן, ווייס איך נישט אז זיי האבן געטוהן כמה וכמה דברים כנגד התורה? סאו וואט? וויאזוי איז דאס נוגע פאר אונז היינט און יעצט?נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען?
אויב דו וואלסט דאס געוואלט פארשטיין וואלסטו דאס זייער גרינג פארשטאנען. קען זיך א פלעדזלינג מדינה'לע אויפשטעלן ווען אירע הויפט פירער קאנקורירן? זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואו דער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות?
איך וועל צולייגן א פייל פון א קול קורא. זיינע תלמידים גייען, און אזוי האט דער סטייפלער ז"ל און רב שך ז"ל געשריבן משמו. זע אויך דאאון ב.ד.וו. האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט. איך מיין צו זאגן, אז דיין רעספעקט צום חזו"א ובדומה לו איז נאר כל זמן זיי זענען אין איינקלאגנג מיט דיינע קנאישע פארשריפטן, דער רגע וואס א גדול בתורה ובהוראה פסק'נט אנדערש ווערט ער אויס גדול און אויס "הייליגער".מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע?
ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק
געשטאנען במשך גאנצע צייט וואס רב קוק האט גערעדט, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות,
געשריבן שאלות אין הלכה נישט צו קיין צווייטן נאר צו הרב קוק ז"ל, מיט גרויסע טיטלען.די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשער
כנ"ל : די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, און געלאזט זייער אייגענע ברידער, אויסבלוטיגען אויפן שלאכטפעלד, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער ישוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחק גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, פאר אייכמאן ימ''ש, ער זאל קימען אויסראטען דעם ישוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער ישוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניכטינג: אד''ג
איך האב דיר געשיקט א לינק, האסט עס געלייענט? דו האלטס אז זיי האבן געוואלט פארלירן אלט-שטאט? האבן זיי דען נישט אטעמטעד צו דורכברעכן די חומה פון עטליכע מקומות נאר עס איז ליידער נאך נישט געווען דער זמן? אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
וועלכע הלכה?