ה' אייר והמתעף.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך atmybest »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:דוכט זיך ה' אייר קען נישט געפאלן שבת

מיין רב האט געפסק'נט אז אויב ה' אייר געפאלט אום שבת און ס'איז דא א ברית און א חתן אין ביהמ"ד,דאך זאל מען זאגן תחנון און והוא רחום.


ווען ה אייר וואלט געקענט אויספאלן אין שבת, וואלט סאטמאר נישט געהיטן שבת יענער וואך.
עם ישראל חי!! מזל טוב צו אונזערע הייליגע מדינה!
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

@געפילטע, איך בין נישט און די גיסטע אריינצוגיין און דקות׳דיגע חילוקים וואס א ניק האט יא אדער נישט געמיינט,
איך וויל אבער פרעגן איין קליינע שאלה; מעג מען פרעדיגען שיטת סאטמער פינקט ווי מען פרעדיגט סיי וועלכע אנדערע שיטה?
און אויב זעט מען איינער וואס לפי שיטת סאטמער גרענציט זיך מיט עקרי הדת, מעג מען אנריפען דאס קינד ביים נאמען??
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:קאך לעפל שרייבט:
כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,

און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:
אבער איינער וואס עסט חזיר, כאטש ה' וויל דאס נישט, איז נישט קיין כופר. בארואיגט אייך

קודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:

רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?

האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל, ואשר על כן?? ווייל רוב זענען געווען וכו' איז וואס? זענען נישט טייל, און אפשר רוב מלכים פון ימי בית ראשון געוען עוע"ז? זענען נישט רוב מלכים בימי בית שני געווען צדוקים און נאך ערגערס? איך זעה נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דעם. חוץ די פארנארטע טענה פון נטו"ק אז אונטערשרייבן מיט "צור ישראל" איז חירוף וגידוף. די טענה, אזוי ווי רוב אנדערע זייערע טענות, איז הויל און לעכערליך.[/color]
( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דערמאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)

וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.
טאקע ווייטאגליך. ב"ה היינט זענען שוין 1/3 חברי הכנסת פרומע שומרי תומ"צ + נאך א פאר מסורתיים פון ליכוד און ישראל ביתנו וועלכע רעדן פון בורא עולם בריש גלי, אשרנו!

די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו, אבער דא רעדט מען נישט פון דינען אליינס עבודה זרה, נאר עובר זיין אויף דעם לאו פון נישט עוקר זיין. איך האב א לינק צוצולייגן פון א גדול וואס האט זיך דא טועה געווען, אבער משום כבודו ז"ל לייג איך עס נישט און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה, וואלט מען געווען אין א סכנה פון פארניכטיגונגס. איך וויל נישט דא מאריך זיין אין דעם, דאס איז א פארפלאנטערטע נושא, אויב דו ווילסט עפן א באזונדער אשכול וועלן מיר דן זיין דער פרט ספעציפיק

לאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א)
מען דארף נישט דא הלכות מלך, מורד במלכות קען אויך זיין אין א גאוורמענט, אויך מדיני מלחמה ופיקוח נפש.

זאג נאר די פארדרייטערביטע זיך טענה'ן מיט רעספעקט, איך האב נישט געלערנט אין סאטמר, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען? כנ"ל. און דו האסט נישט מיישב געווען הלכות מוסר, הלכות רודף ומסכן את הרבים. און איך פארשטיי סתם נישט, ווי געשריבן אויבן, ווייס איך נישט אז זיי האבן געטוהן כמה וכמה דברים כנגד התורה? סאו וואט? וויאזוי איז דאס נוגע פאר אונז היינט און יעצט?

נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען? אויב דו וואלסט דאס געוואלט פארשטיין וואלסטו דאס זייער גרינג פארשטאנען. קען זיך א פלעדזלינג מדינה'לע אויפשטעלן ווען אירע הויפט פירער קאנקורירן?


זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואו דער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות? איך וועל צולייגן א פייל פון א קול קורא. זיינע תלמידים גייען, און אזוי האט דער סטייפלער ז"ל און רב שך ז"ל געשריבן משמו. זע אויך דא

און ב.ד.וו. האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט. איך מיין צו זאגן, אז דיין רעספעקט צום חזו"א ובדומה לו איז נאר כל זמן זיי זענען אין איינקלאגנג מיט דיינע קנאישע פארשריפטן, דער רגע וואס א גדול בתורה ובהוראה פסק'נט אנדערש ווערט ער אויס גדול און אויס "הייליגער".
מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע?

ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק געשטאנען במשך גאנצע צייט וואס רב קוק האט גערעדט, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות, געשריבן שאלות אין הלכה נישט צו קיין צווייטן נאר צו הרב קוק ז"ל, מיט גרויסע טיטלען.

די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשערכנ"ל : די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, און געלאזט זייער אייגענע ברידער, אויסבלוטיגען אויפן שלאכטפעלד, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער ישוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחק גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, פאר אייכמאן ימ''ש, ער זאל קימען אויסראטען דעם ישוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער ישוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניכטינג: אד''ג איך האב דיר געשיקט א לינק, האסט עס געלייענט? דו האלטס אז זיי האבן געוואלט פארלירן אלט-שטאט? האבן זיי דען נישט אטעמטעד צו דורכברעכן די חומה פון עטליכע מקומות נאר עס איז ליידער נאך נישט געווען דער זמן?

אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
וועלכע הלכה?

קולע אל השערה ולא יחטיא, קורץ און שארף און צום פונקט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן האט געשריבן:@געפילטע, איך בין נישט און די גיסטע אריינצוגיין און דקות׳דיגע חילוקים וואס א ניק האט יא אדער נישט געמיינט,
איך וויל אבער פרעגן איין קליינע שאלה; מעג מען פרעדיגען שיטת סאטמער פינקט ווי מען פרעדיגט סיי וועלכע אנדערע שיטה?
און אויב זעט מען איינער וואס לפי שיטת סאטמער גרענציט זיך מיט עקרי הדת, מעג מען אנריפען דאס קינד ביים נאמען??

ביטע לאזט מיר וויסן ווען איר זענט גרייט אריין צו גיין אין דקות'דיגע חילוקים.

דו האסט די פולע רעכט צו פרעדיגן וואס פאר א שיטה דו ווילסט, אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי, האב איך די פולע רעכט דיר ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט און קינדערישקייט דערפון.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי, האב איך די פולע רעכט דיר ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט און קינדערישקייט דערפון.


איך זע אז דיין טעות נעמט זיך פינעם פאקט אז ביזט זייער אומוויסענד מיט שיטת סאטמער, סאטמער האט א קלארע שיטה און א קלארע מהלך,
די קעגענער פון סאטמער וואס ווילען נישט גיין - צוליב פינאציעלע אינטערסן - מיט די סאטמער שיטה זענענן די וואס שרייען אויף סאטמער כסדר און פארפירען דערקעגן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אמת אמת, סאטמאר האט קיינמאל קיינעם נישט טעראריזירט, קיינמאל נישט געשטאכן קיין רעדער, קיינמאל אויסגעשאסן קיין פענסטער, קיינמאל נישט צוריסן קיין פרוכת, קיינמאל נישט חרוב געמאכט קיין בתי מדרשים מיט ספרי קודש, קיינמאל נישט צושלאגן קיין מענטשען, ועוד הרבה שאי אפשר לפורטם, פארן "בלויזן חטא" פון נישט גיין בדרך סאטמאר, אדער אנטיילנעמען אין א פראגראם, עווענט, עצרת, וכדו' פונעם צד שכנגד, קיינמאל!

מ'ברויך דערמאנען די יונגע דור וואס געדענקט נישט, אז סאטמאר איז נישט אלעמאל געווען א חסידות וואס האט זיך געריסן ביי די קעפ אינעווייניג, וואס האט געשפריצט וואסער און זיך געהארגעט אין בית המדרש אום שמחת תורה, ס'געווען אמאל גוטע צייטן ווען זיי האבן טעראריזירט גאנץ וויליאמסבורג, ווען איינער האט זיך געוואגט צו טוהן עפעס נגד רצונם. ברוך השם היינט זענען זיי ביזי מיט די אייגענע גארבידזש.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

צו די וואס שרייען מ'דארף וויסן היסטאריע פאר מ'רעדט, און איטשע מאיר לעווין מיט הרב פישמאן האבן אונטערגעשריבן שבת.
לידיעתכם איז ה' אייר געווען פרייטאג יענע יאר, די צערעמאניע פון די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלעראציע איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג גאנץ פרי פארן זמן כניסת שבת, די זמן יענע וואך איז געווען אפאר מינוט פאר 7, און די צערעמאניע איז געווען 4 אזייגער נאכמיטאג.
איטשע מאיר לעווין איז בכלל נישט געווען אין ארץ ישראל ה' אייר, ער איז געווען אין אמעריקע, ער האט גע'חתמ'ט נאכן צוריק קומען פון אמעריקע אויף די בריוו.
און אויב שוין האבן טענות וואס איז מיט לעווינשטיין, אויך א פארשטייער אין די נייע רעגירונג און אן אונטערשרייבער אויף די מגילת העצמאות?

די ס"ה איז, פאר מ'שרייבט "פאקטן" דארף מען גוט איבערגיין אויב די פאקטן זענען אמת.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

איך וויל מעתיק זיין א מעשה, געהערט ווארט ביי ווארט פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רב, א איד וואס לעבט, און וועט זיך פרייען דאס צו דערציילען פאר יעדעם וואס פרעגט, אפילו ער ווייסט ווער איר זענט.
ווען רבי איטשע מאיר איז אוועק, האבן בחורים אין סאטמארער ישיבה געמאכט א לחיים, און געזינגען וכל קרני רשעים אגדע, וכו', מעשי נערות.
ר' מאטל, זייענדיג א וויזניצער תלמיד, האט עס אים זייער געבאדערט, איז ער אריין צום סאטמארער רבי דערציילן.
דער רבי איז אויפגעשפרינגען, ארויס פון די כלים און ממש געשריגען: וואס זיי זענען גענצליך משוגע געווארען? הייס זיי אויפהערן, "און ווער עס וויל נישט ווארף ארויס פון ישיבה„,
נאכן זיך בארואיגן, זאגט ער, איך פארשטיי פון וואו האבן דאס מיינע בחורים גענומען, זיי האבן מיר אמאל געהערט שעלטן?
און האט אויסגעפירט: זיי פארשטייען נישט די חילוק צווישען פרומע און פרייע ציונים? די פרייע זענען כופרים בעיקר, און ווילן אויסרייסן אידישקייט, די פרומע זענען זיך פשוט טועה!!
און דרך אגב איז עס א קלארע הסכמה איז ר' איטשע מאיר איז נישט געווען קיין כופר בעיקר....
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליכע מעשה!
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דעתי הענייה האט געשריבן:איך וויל מעתיק זיין א מעשה, געהערט ווארט ביי ווארט פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רב, א איד וואס לעבט, און וועט זיך פרייען דאס צו דערציילען פאר יעדעם וואס פרעגט, אפילו ער ווייסט ווער איר זענט. ווען רבי איטשע מאיר איז אוועק, האבן בחורים אין סאטמארער ישיבה געמאכט א לחיים, און געזינגען וכל קרני רשעים אגדע, וכו', מעשי נערות. ר' מאטל, זייענדיג א וויזניצער תלמיד, האט עס אים זייער געבאדערט, איז ער אריין צום סאטמארער רבי דערציילן. דער רבי איז אויפגעשפרינגען, ארויס פון די כלים און ממש געשריגען: וואס זיי זענען גענצליך משוגע געווארען? הייס זיי אויפהערן, "און ווער עס וויל נישט ווארף ארויס פון ישיבה, נאכן זיך בארואיגן, זאגט ער, איך פארשטיי פון וואו האבן דאס מיינע בחורים גענומען, זיי האבן מיר אמאל געהערט שעלטן? און האט אויסגעפירט:זיי פארשטייען נישט די חילוק צווישען פרומע און פרייע ציונים? די פרייע זענען כופרים בעיקר, און ווילן אויסרייסן אידישקייט, די פרומע זענען זיך פשוט טועה!
און דרך אגב איז עס א קלארע הסכמה איז ר' איטשע מאיר איז נישט געווען קיין כופר בעיקר....


ייש״כ פאר די מעשה, אגב מען דארף נישט קיין הסכמה אז ר׳ איטשע מאיר איז נישט געווען כופר, מעולם לא שמענו אז מען זאל אים אנריפען כופר. איך טראכט נאר א הייפעטעריקל קשיא, אלמלא די מעשה וואלט געווען מיט א״י קוק, וואס וואלט די רבי זי״ע דעמלאטס געזאגט? ער וואלט יא געלאזט זינגען? אדער..?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

רב קוק איז געווען פרום. וואס ווילסטו זאגן?? אז סאטמאר רב איז ח'ו געווען א היפאקריט??
זיי נישט נאריש, פשוט פארן רבי'נס כבוד.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ער איז געווען פרום? מען זאגט אז נאך בחיוו פון יענעם איז יענער געווען דער איינציגסטער וועם סאטמער רב האט.........
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לויט ווי איך פארשטיי, איז דער עיקר רוגזא פון רבי'ן געווען טאקע אויף די פרומערע פשוט וויבאלד זיי זענען געווען די "בריק" אריינצושלעפן פרומע אידן אין די סומאטאכע פון די פרייע, און עס אנקוקן אלס א כשר'ע חזיר פיסל, ד.ה. אז באמת איז די קצף אויף די פרייע, אויף דעם האט דער רבי געוויינט, ווי קען מען זאגן אז השי"ת האט געוואלט א מדינה און געמאכט נסים דורך רשעים אוכלי נבילות וטריפות וכו', אבער וואס האט אים געשטערט די מערסטע אז די פרומע האבן געעפנט די טיהר פאר פרומע אידן זיך מתחבר צו זיין, בבחי' המחבר לרשע רשע.
וירח ה' את ריח הניחוח
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איינער זאגט מיך אז נעכטען נאכט איז און וויליאמסבורג ארום געפארען אפאר קארס מיט מדינת ישראל פענער דערויף און מ'האט עס פראבורט אראף צו רייסען עס איז ממש געגאנגען קלעפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עוד מישהו האט געשריבן:צו די וואס שרייען מ'דארף וויסן היסטאריע פאר מ'רעדט, און איטשע מאיר לעווין מיט הרב פישמאן האבן אונטערגעשריבן שבת.
לידיעתכם איז ה' אייר געווען פרייטאג יענע יאר, די צערעמאניע פון די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלעראציע איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג גאנץ פרי פארן זמן כניסת שבת, די זמן יענע וואך איז געווען אפאר מינוט פאר 7, און די צערעמאניע איז געווען 4 אזייגער נאכמיטאג.
איטשע מאיר לעווין איז בכלל נישט געווען אין ארץ ישראל ה' אייר, ער איז געווען אין אמעריקע, ער האט גע'חתמ'ט נאכן צוריק קומען פון אמעריקע אויף די בריוו.
און אויב שוין האבן טענות וואס איז מיט לעווינשטיין, אויך א פארשטייער אין די נייע רעגירונג און אן אונטערשרייבער אויף די מגילת העצמאות?

די ס"ה איז, פאר מ'שרייבט "פאקטן" דארף מען גוט איבערגיין אויב די פאקטן זענען אמת.

איך וויל נאר דא מחזק זיין דיינע ווערטער. דאס איז דאך א דבר ידוע אז די דעקלאראציע פון עצמאות און אונטערש/רייבן די מגילת העצמאות איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג. אבער ווען איינער רעדט אין די וועלט אריין וועט ער נישט נאכקוקן אויב די פאקטן שטימען אדער נישט.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

דער בעלזער רבי - ר' אהרן ז"ל אויף ה' אייר

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

באקומען אין אישי
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן האט געשריבן:ייש״כ פאר די מעשה, אגב מען דארף נישט קיין הסכמה אז ר׳ איטשע מאיר איז נישט געווען כופר, מעולם לא שמענו אז מען זאל אים אנריפען כופר.



קאך_לעפל האט געשריבן:דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין

קאך_לעפל האט געשריבן:איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען, ער האט פארשטאנען אן עסק, ער האט געמאכט די מעשה מיטן בעלזער רב, און מיטן טשעביטער רב, אזוי, אז אלע היינטיגע פאלאטיקאנטען, און גבאים, קענען זיך פארשטעקן פאר אים, אלא מאי? איז ער געווען א כופר, הוא אשר דברתי!

קאך_לעפל האט געשריבן:אוודאי איז שווער צו גלייבען אז דער איטשע מאיר איז געווען א כופר,

דאך איז ער געווען א כופר, און אן אפיקורס
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

סתירה כרגיל
און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום

איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

@געפילטע, איך האב געשריבען פאר ״קאך לעפעל״ מעולם לא שמענו אז מען האט געריפן ראי״מ כופר,
און די ווענסט מיר אפ מיט א ראיה פון ״קאך לעפעל״ אז מען האט אים יא געריפען כופר?! מאכסט זיך אדער דו ביסט?

#טראכטען
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך בין. נישט געכאפט וואס דו מיינסט, נישט געוויסט אז דאס איז אויך א קרייעם.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קודם דארף איר דיר גראטעלירען פאר דיין נייעס סארטט תגובות וואס קימט מיט א פערטיגע לייק דורוך newkav
ווי אזוי האסטע עס ערלעדיגט?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'איז מיין צווייטע ניק, איך האב באקומען צו ווייניג לייקס האב איך דיסיידעד צו נעמען די זאך אין די הענט אריין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט