אויסגעזידלט, איינוואגאנירט, דעפארטירט, און געשיקט אין חדר.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

אויסגעזידלט, איינוואגאנירט, דעפארטירט, און געשיקט אין חדר.

שליחה דורך פעדער »

מיין אינגעלע איז אין חדר אריין

א ערשטע איבערלעבעניש איז אייביג אינטערעסאנט אפצושרייבן.
כאטש די צייט איז געענגט וועל איך נעמען די מיה אפאר מינוט, און אייך פארציילן ליבע פריינד וויאזוי דאס איז אדורך.

דאס ווייבל רעדט שוין פונדעם חדשים, אה דאס געוואלדיגע שמחה איז נישט צו שאצן,

דער קליינע באלי האר גייט אריינגיין אין חדר. נו דארפסטו זען אויפצושטיין גענוג פרי זאלסט אים קענען נעמען מיט דיין קאר אין חדר, ווייל די ערשטע וואך דארפסטו אים טראגן לאזן א שעה, נעקסטע טאג צוויי און אזוי למעלה בקודש, ער זאל קענען שפילן צוויי מינוט, אריינדוכנען דעם רעבין אין בארד, און קטנ'ען אין די חדר טוילעט, אזוי ער זאל זיך צוגעוויינען נאכדעם, אז ער זאל נישט מיינען די חדר איז א באגי האוז און קיינמאל נישט וועלן מער אריינשמעקן דארט, זאלסטו נישט פארגעסן אים אפצונעמען נאך א שעה. און אזוי וחוזר חלילה

דער קליינער טאנצט יעדן טאג מיט זיין מחילה'לע פאר שמחה אז ער גייט אין חדר ער ווייסט נישט אפאר יאר ארום וועט ער כאפן געהרג'טע מכות פון זיין באבערדלטע מלמד מיטן בלוטעדיגן פאסיק.

אזוי פרייליך איז ער פארן קומענדיגס אז די סטראשע גאנץ יו"ט - ווען ער האט אין סוכה ארומגעשפרונגען און געהוצקעט אויפוועקנדיג אלע קאקאראטשן אויף די סכך – איז געווען – איך וועל דיך נישט נעמען אין חדר.
אויב וועסטו קוויטשען פארגעס פון חדר
אויב וועסטו אריינגיסן גערעיפדזשוס אין די אייער, קענסטו די לעצטע לאזן אינדערהיים.
אויב זאלסטו נאר מער ווי אטעמען ווען דו האפקעסט ארויס פון בעט פארטאגס און מיר שלאפן נאך ווי קלעצער, קענסטו פארגעסן פון שטיין אמאל ביי די חדר טוילעט.
אויב וועסטו אראפלויפן פון דיין ביה"כ זיץ איידערן ענדיגן וועט דיך די רבי נישט קענען אפווישן, אלזא בלייבסטו ווייטער אינדערהיים.

בקיצור דער עיקר אז די טאג ווערט נענטער. דאס ווייבעלע גרייט אן א אנגעשטאפטן לאנטש בעג, איי ער וועט אפילו נישט האבן צייט צו עפענען.
דערביי גיט זי אויך א גאנצע ליסטע אינסטרוקציעס
זאג פאר די רבי, וויפיל ער עסט, און וואספארא מינע זיינער טוט אנדייטן אז ער דארף אין טוילעט, א זאך וואס פאסירט זייער אפט. פארגעסט זי נישט אנציווארענען.
בלייב א שעה צוויי זען וויאזוי.. (שפילט לעגא) ער שיילט זיך איין
און פאפ נאכדעם אריין יעדע פאר מינוט

אלענפאלס די מאנטל איז שוין פאטענטיש צוגענייט מיטן היטל, וואס שלעפט זיך נאך ווי א שוואנץ. די העמדל אין הויזן אריינגעטאקעט, זיין קאלירטע אינטערהויזל מעטש'ד ב"ה צו די לינקע זאק. עסן האט ער גענוג, פאר זיבן הונגער יאר, און מ'איז שוין נאכגעגאנגען דעם רעבינס בעק רעקארד ביזן געבורט. און מ'האט אויסגעפונען אז זיין לאנגע בארד איז ערשט געוואקסן ביי די 16.

איך פאק אים אריין אינעם bmw אלע ווייסע קוקן אריין, און מיך ווערט שווארץ. וואס העט מען זאגן? א שווארצע אינגעלע גייט אין חדר?

מ'קומט אן. און דאס אינגעלע שטייט שוין אין כיתה. די נאז אראפגעקוועטשט. ער וויל נישט שטעלן א טראט. און פון מיין טאש וויקלט זיך שוין שטאטעלעך ארויס דאס צעטעלע מיט אנסטראקשנס און תקנות. ווען דער הויכער ברייט ביינערדיגער מלמד (מאנכע סוספעקטן ער איז געווען א סמאוק דזשאמפער) הייבט אויף דעם קינד אויפן פלייצע ווי א פעקל צוקער
ער געט מיר א מעסט אפ, עפנט אויף דאס מויל און מיט א גריזלי שטומע זאגט זיך אפ די פאלגענדע סטעיטמענט מיטן אזא געלאסענעם רוהיגקייט וואס קען א מענטשן ארויסשלעפן פון די כלים.

"אקעי צוציקל! האסט צוויי ברירות אדער בלייבסטו דא א שעה מיט הארמאנירן מיט זיין געוויינעריי, אדער גייסטו פון דאנעט און דו לאזט אים אויף מיינע לענדן, און ווייסט פון קיין צרות.

איך האב פארשטייט זיך געהויבן פיס, איידער ער הייבט מיך אויף.
איין מינוט שרייט ער מיר נאך, גיי ווייז אים נאר די טוילעט'ס. (זעט אויס, אז ער האט מורא פון וואסער, אפשר נאך פון די פייערן)

און רבותי. די צעטעלע ליגט נאך אין טאש. גיי זיי מסביר מיין מי ימצא אז א חדר איז קיין פלעיגרופ! קיין פעטשע מעטשע!..

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר