באמערק אינעם דיאגרעם די "אקיינען פון די הימלען", הנקרא בלשון בני אדם, שדברה בו תורה: מים עליונים
אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." ... אנצווייזן ווי שטארק די מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה
דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט.
ונבנתה העיר האט געשריבן:היינט איז מיר איינגעפאלן נאך א ראי' אז די וועלט איז רונדיג פון א תופעה וואס מען זעהט צוויי מאל א טאג, און ממילא איז מיר א פלא ווי אזוי מען האט דאס פארשטאנען מיט די פלאכע-ערד מהלך.
יעדע פלאץ אויפן כדור [?] הארץ האט אן אנדערע זמן זריחה און שקיעה פונעם צווייטען, אויב וואלט די ערד געווען פלאך וואלט די זוהן געדארפט אויפשיינען און אונטערגיין אין די זעלבע צייט פאר די גאנצע וועלט.
יאנקל האט געשריבן:חאצקל, אויב איך מעג ענטפערן אנשטאט יידל, רוב אמאליגע פילאזאפן האבן טאקע געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג אויף איין זייט, און נישט אז מ'וואוינט אויף אלע זייטן, ווי עס שטייט אין ירושלמי עבודה זרה, "א"ר יונה, אלכסנדרוס מקדון כד בעא מיסק לעיל והוה סלק וסלק סלק עד שראה את העולם ככדור ואת הים כקערה." און ווי תוס' שרייבט אין מס' ע"ז: "שהעולם עגול, כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה, פירוש ים אוקינוס שמקיף את כל העולם."
בנוגע וויאזוי די וועלט האלט זיך זענען געווען פארשידענע טעאריעס, צווישן זיי איז באקאנט די טעאריע פארשפרייט אין אידיאנישע און כינעזישע מיטאלאגיעס איבער טשערפאכעס און העלפאנטן וועלכע האלטן די וועלט:

ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר, דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור, אלין לתתא ואלין לעילא, וכל אינון בריין משניין בחזווייהו, משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר, וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא.
ועל דא אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין, לאלין יממא ולאלין ליליא, ואית אתר דכוליה יממא, ולא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא. והאי דאמר בספרי קדמאי ובספרא דאדם הראשון הכי הוא, דהכי כתיב (תהלים קלט יד) אודך על כי נוראות נפליתי נפלאים מעשיך, וכתיב (שם קד כד) מה רבו מעשיך ה', ועל דא כלא שפיר, ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא.