טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משכיל האט געשריבן:די וואס דאווענען ענדערש ביחידות ווי אין א חב"ד בית המדרש האבען געהיידשעקט דעם בוני עולם דינער נעכטן נאכט.

? מאי האי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך אורח »

דולה ומשקה האט געשריבן:היות די עסקנים האבען איינגעזעהן אז דער עולם, הגם זיי זענען שטארק צו לעזען דעם פראבלעם וואס דער אינטערנעט האט פארשאפט, מיט דעם אלעם טיף און הארץ לאכען זיי אויס די גאנצע אהין גיין צו א סטעדיום הערען דרשות מיט א כאר.

וואס טוט מען אז זיי האלטן נישט ביים גיין, איז דא מיטל וואס הייסט 'טעראר'. מען שפאנט אן די ישיבות אהיים צו שיקען צעטלעך מיט די קליינע קינדער, מען גייט פשוט צווינגען דער עולם צו קויפען טיקעטס, אין א טאטע וואס קויפט נישט א טיקעט איז אחת דתו... מ'גייט ארויס ווארפען דיין קינד פון דער מוסד... איי אינדערהיים האט ער נישט אינטערנעט, איי ער האט ניטאמאהל א קאמפיוטער, ...עס אינטרעסירט מיר נישט, האסט נישט געקויפט א טיקעט ...ארויס.

צענדליגע יונגעלייט אפשר מאות ואולי אלפים קויפען א טיקעט בעל כרחם, זייער מוסדות, זייער קהילות, צווינגט די מענטשן, מ'מאכט זיי ווי נערנים, בהמות וואס אנדערע טראכטען אנשטאט זיי. יעק'ל איז מסביר יא כ'גיי מיך גיין קריגען כ'האב אריין געשיקט דעם צען דוללער... די מיינסט יעק'ל איז עפעס פרא-אינטערנעט? די מיינסט אז ער האט בכלל נישט התנגדות צום פראבלעם פון דער אינטערנעט? א נעכטיגען טאג, ער אזוי ווי טויזענטער אנדערע האלטן אין טיפענישט פון זייער הארץ אז דער אזוי גערופענע 'כינוס' איז דא הצלה, און ממילא דארף איך נישט קויפען א טיקעט, און עס פעלט מיר נישט אויס זיך ארויס צו שלעפען דארט אהין קיין קווינס.

שוין, די עסקנים (די סאמע גרעסטע מוחות וואס מ'האט צו אונז געשאנקען (אזוי רופט זיי מענדל רייכבערג אליינס פון די עסקנים) זעהן אן אז עס געלינגט באופן פחד אז עולם גולם זאל קויפען טיקעטס, אבער יעצט שאפט זיך א אנדערע פראבלעם, זיי קויפען טיקעטס ווי מושגעים, אבער יעצט דארף מען זיי מאכען גיין.

מ'הייבט די הרגשים שרייענדיגע ווערטער ווי 'סקולען רבי מיט מסירת נפש...' סקולענער רבי עסט נישט און שלאפט נישט... סקולען רבי משיירי כנסת הגדולה...
איין מינוט ווען איז געוועהן די לעצטע מאל ביי א טיש פון סקולען רבי? ווען איז געוועהן דיי לעצטע מאל האסט צוגעקוקט צו זיין עבודת התפלה? ווען איז בכלל געוועהן דיין לעצטע מאל האסט אריין געטרויטען אין סקולענע בית המדרש?

פארוואס האבען די עסקנים נישט געקענט אריין שלעפען אלס ראש העסקן דעם בורשטינער רבי? האט ער עפעס ווייניגער התנגדות צו דעם ווי דער סקולענער רבי? לאמיר נישט דא פארקריכען, לאמיר זיך האלטען אביסעל אין די ראמען. מען נעמט אפיר דעם סקולענער רבי, אין מיט דעם גייט מען יעצט צווינגען דער עולם קיין סיטי פילד.

מ'וויל מיר אהער שטעלן ווי א פושעי ישראל, ווי עפעס א חוטא ומחטיא, אז אויב גיי איך נישט זעצן אינטערן פרייע הימעל, פאל איך אונטערן ראם פון "כיון שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר", איך האף די מיינסט עס נישט ערענסט, טאקע אזוי? בין איך א כופר בעיקר? פארוואס, ווייל עפעס א שרייבער האט אזוי מחליט געוועהן צו שרייבען?

טראכט אריין אביסעל, די בחורים וואס זענען היינט פופצען יאר, אין פינעף יאר זענען זיי צוואנציג, זיי האבען גארנישט מיט די איצטיגע 'כינוס', פארקערט ביז דעמאלס גייט עס ווערען פיל פאכיג ערגער.

איהר ווייסט וויפיל בחורים זענען אראפ פון וועג א דאנק מ'האט זיי ארויס געווארפען פון די ישיבה, דער מספר איז אסאך העכער ווי די וואס האבען געגליטשטש א דאנק דעם אינטערנעט!

ווייסטו דער מספר פון בחורי וואס מ'האט נישט אריין געלאזט אין קיין ישיבה אדער ארויס געווארפען אדער גע'רודף'ט אין די ישיבה דער לעצטע פופציג יאר? אין פראצענט איז דער מספר פי כמה פון וויפיל בחורים אין יונגעלייט זענען פארקראכען א דאנק דעם אינטערנעט. אדרבה א דאנק דער הלך ילך פון ראשי ישיבות אין אזוי גערופענע מרביצי תורה ומגידי שיעור זענען עטליכע טויזענט אנקומען צו פארברענגען שעות אויפן אינטערנעט אנשטאט אין ישיבות און בתי מדרשים!!!

ס'איז תסמר שערות אנוש, די בלאף אין שקר, ווען איך קוק אן עטליכע פון די פרצופים וואס זענען געזעצן יענע נאכט אין ראחמיסטריווקא בית במדרש, וויפיל פון די האט מען זיך געבעטן ביי זיי אריין צו נעמען א בחור, אין אפילו ווען זיי האבען יא אריין גענומען א בחור ווי אזוי דער צוגאנג דערצו איז געוועהן דער פארהער, אויס געפרעגט, מורא געהאט אפ צו געבען א נארמאלע צייטליכע ענפער צום טאטען, עס דארף אדורך גיין א וועד... מיט נאך רשעות נישט געטראכטערהייט. א בחור ציטערט ווי א פיש, אין און עס פלאצט אויס, ער קען נישט לעבען מיט נערוועזקייט.

זארגען זיך טאקע יענע פרצופים וואס האבען זיך באטייליגט (אסאך האבען זיך נישט) פאר די דורות העתודים, גיבען זיי זיך אפ מיט סבלנות צו די בחורים וואס געפונען זיך אין זייער ישיבות? נאר דער אינטערנעט איז דער פראבלעם, וועמען ווילסטו איין רעדען אז ביז דער אינטערנעט איז אלס געוועהן כשר וישר? דער אינטערנעט האט נאר ארויס געברענגט א פאקט, אז דער ישיבה סיסטעם בראשם יעדע וואס פארמאגט דער טיטול 'ראש ישיבה' איז עתיד ליתן את הדין וואס ער האט גורם געוועהן בידיעתו ובלי ידיעתו.

אשר על כן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

את חטאי אני מזכיר היום, איך קען נישט אויסווארטן עובר צו זיין אויף די עבירות חמורות וואס מען קען עובר זיין ביים גיין צום כינוס כלל ישראל, אלזא, נעכטן נאכט בין איך געגאנגען צו די דינער פון בוני עולם אין בארא פארק, און איך האב אויף איינמאל עובר געווען אויף אלע עבירות וואס מען קען עובר זיין ביים כינוס כלל ישראל, און נאך מיט א שמוץ אריבער.
א) איך בין געזעצן אינאיינעם מיט מגולחים (ספירה בערד) און בלויע העמדער מיט וועמען רבי שלום לויפער אדער אפילו ר' תלי גראס וואלטן נישט געזעצן.
ב) עס זענען געווען גרויסע סקרינס וואס האט מיר דערמאנט פון די כלי, וואס האט מיר דערמאנט פונעם ארגסטן שבארגסטן.
ג) מען האט גערעדט ענגליש. רחמנא ליצלן. די ענגליש קלינגט מיר נאך אין קאפ און קיין שום "כנעני חיתי אמורי" סגולה העלפט נישט.
ד) מען האט נישט גערעדט איבער ציונות, דאס האט מיר געמאכט ערנסט טראכטן אז אפשר איז טאקע דער פראבלעם אז דער ראצער האט נאכנישט קיין צווילינג,און נישט דאס אז אכט מיליאן מענטשן האבן א לאנד ווי צו זיצן.
ה) די ארגסטע פון אלע, ר' אהרן מרדכי רוקח, דער זון פון דעם וואס האט פארשעמט דעם חתם סופר און מבזה געווען די שטאפ גענז איז געזעסן דארטן, זינט דעמאלטס לויפט מיר זיין זינדיג פנים אין מח, און פלאטערט ארום אינאיינעם מיט צורות פון שטאפ גענז, סקרינס, ענגליש און נישט ציונות.
די ארגסטע שבארגסטע, הרב חיים דוד כץ און הרב משה פרידמאן, דער סאטמארער דיין לכל השיטות, דהיינו, לשיטה א', איז נומער א' דיין, לשיטה ב' נומער ב', אבער סאטמארער דיין, איז געזיצן אויבן אן מיט א ברייטן שמייכל ווי ביים רבין זיכרוינעס קרעפל פשעטל. א חוצפפפפפה!
איך בין טמא!
נו, לאמיר ארגענאזירן שנעל א פראטעסט ביי אבי ראזן, אז נישט וועל איך נאך חלילה גיין צום כינוס כלל ישראל!
גיוווווואלד!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמואל שלום שלמה האט געשריבן:די איינציגסטע ראדיקאלע געדאנק וואס איך קען טראכטן פון איז א אייגענע פראוויידער וואס יעדער וועט מוזן האבן. נאך א אויסוועג זע איך פשוט נישט.

    1) אוממעגליך צו אינפארסירן
    2) האסטו געלעזט די אינטערנעט אינדערהיים און אויפן סעלפאון, אבער וואס וועסטו טוהן מיט אלע פרייע וויי-פיי נעטווארקס?
הלוואי האט ער עפעס א סאלאשאן, אבער איך האלט אז ער האט נישט קיין שום לעזונג, ווייל חוץ פון פילטערען די מענטש אליינס איז נישט דא קיין לעזונג, העמער זען נעסטע וואך וואס זיין "סופרייז" חידוש וועט זיין.
אויס וועלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אויס וועלט »

איך האב היינט צפרי געהערט פין א נאמן ביתו פין רבי'ן אז ביי די אסיפה פאריגע וואך ביים רבי'ן אין שטיב האט דער ווינער רב געוואלט מאכען זייער דערמאטיש דעם מצב האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז רח"ל דעם לעצטן חודש איז ל"ע געווען 3 גט'ן צליעב דעם אינטערנעט ריפט זיך אן דעם ווינער רב גבאי אז דעס אז עס איז געווען 20 שדיכים צליב דעם אינטערנעט דאס פארציילט ער נישט !!
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ביי וועלכן רבין

לץ איינער :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

http://www.col.org.il/חדשות_חבד_האדמור_מסקולען_קרא_לחבד_להשתתף_בכנס_נגד_האינטרנט_68626.html
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
אויס וועלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אויס וועלט »

זשאוסט אין! וויזשניץ מאנסי, אין פאפא האבן ארויסגעבעקט די בחורים פון די כינוס, לאזן נישט זייער בחורים גיין! אבער די עסקנים שרעקען זיך נישט! ווייל ס'בלייבט איבער סקולענע אין פשעווארסקע ישיבה וואס גייען יא!!.....
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

כ׳קום יעצט פון וויזניץ, דערווייל קוקט אויס ווי מען פארקויפט דארט פעסט טיקעטס....
!..If you go black, you'll never go back
אויס וועלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אויס וועלט »

No Kines in Chabad, No Camps in Satmar, No Freedom in Skver, No Machloykis in Viznitz, No Psak in Bobov
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

פאפא האט נעכטן נאכט געמאכט א אייגענע כינוס בשם 'מגן ומושיע'. ווי עס האט אויפגעטרויטן הרב בוים פון גור, אין דער פאפא רב.
ביידע האבען גערעט שארף אנטקעגען 'טעקסט מעסעדזש'.

אין אז ממוז זיך באטייליגען צום גרויסע כינוס אין צוויי וואכען ארום.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך רואיק »

דולה ומשקה האט געשריבן:פאפא האט נעכטן נאכט געמאכט א אייגענע כינוס בשם 'מגן ומושיע'. ווי עס האט אויפגעטרויטן הרב בוים פון גור, אין דער פאפא רב.
ביידע האבען גערעט שארף אנטקעגען 'טעקסט מעסעדזש'.

אין אז ממוז זיך באטייליגען צום גרויסע כינוס אין צוויי וואכען ארום.


אוי! את חטאי אני מזכיר, ס׳האט מיר פריער געכאפט אזא תאווה צו שיקן א טעקסט מעסעדזש!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און ? האסט געבראכן די תאווה אדער ח"ו... ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך רואיק »

זר זהב האט געשריבן:און ? האסט געבראכן די תאווה אדער ח"ו... ?


נאך א מזל איך בין געוועהן נישט ווייט פון פאפע. אם פגע בך מנוול זה משכהו לפאפע בית מדרש...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

למעשה קען מען דאס נישט אוועקמאכן. "טעקסט" האט שוין געברענגט אסאך חרבנות, אבער סיז א פארלוירענער קאמפף.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

אויף אייוועלט ווערט באריכטעט אז די ''אף די דרך'' חברה פלאנען גרויסע זאכן ביי זייער כינוס אינדרויסן פונם כינוס
איינער ווייסט מער פרטים??'
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

יעצט באקומען א 'טעקסט מעסעדזש' אז סאטמאר (מהר"א), באבוב (48), חב"ד. וועלען מאכען שבת פאר זוך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

דולה ומשקה האט געשריבן:פאפא האט נעכטן נאכט געמאכט א אייגענע כינוס בשם 'מגן ומושיע'. ווי עס האט אויפגעטרויטן הרב בוים פון גור, אין דער פאפא רב.
ביידע האבען גערעט שארף אנטקעגען 'טעקסט מעסעדזש'.

אין אז ממוז זיך באטייליגען צום גרויסע כינוס אין צוויי וואכען ארום.

די אלע וואס זענען דורכגעפאלן מיט "טעקסט", האט זיך עס נישט אנגעהויבן מיט דעם... מ'האט שוין געהאט פייגעלעך אין קאפ בעפאר... נאר דאס איז א פועל יוצא פון זייער פארדארבענקייט.

פאר א נארמאלע דורכשניטליכע מענטש איז "טעקסט" בכלל נישט קיין פראבלעם, און ווער עס וויל מעג זיין מחולק מיט מיר.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פאר 40 יאר צוריק האט מען שוין אויך געהאט פייגעלעך אין קאפ און ס'געבליבן ביי דעם מער ווייניגער. 40 יאר שפעטער קען מען טון תכלית מיט די פייגעלעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

זר זהב האט געשריבן:פאר 40 יאר צוריק האט מען שוין אויך געהאט פייגעלעך אין קאפ און ס'געבליבן ביי דעם מער ווייניגער. 40 יאר שפעטער קען מען טון תכלית מיט די פייגעלעך.

אזוי מיינסטו... ס'איז געווען אין אלע דורות תכלית מיט די פייגעלעך ליידער.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כאב געשריבן "מער ווייניגער", און אפילו דעי וואס האבן יא געטון איז עס געווען סאך שווערער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

זר זהב האט געשריבן:פאר 40 יאר צוריק האט מען שוין אויך געהאט פייגעלעך אין קאפ און ס'געבליבן ביי דעם מער ווייניגער. 40 יאר שפעטער קען מען טון תכלית מיט די פייגעלעך.

עכ"פ דארף מען עס אסר'ן פאר יעדעם ווייל ס'דא געוויסע וואס פאר זיי שאדט עס? אפשר זאל מען אסר'ן א קאר ווייל מ'קען רח"ל אנקומען מיט דעם צו די ערגסטע פלעצער?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב נישט געזאגט אז מ'זאל אסר'ן. כ'האב געשריבען: "למעשה קען מען דאס נישט אוועקמאכן" און אוודאי נישט אפ'חוזק'ן, ס'יענץ געלעכטער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט