שאלה בענין ממונת: child support

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

שאלה בענין ממונת: child support

שליחה דורך קינות גירושין »

סאיז יעצט געקומען צו מיר א קאפעל וואס האבען זיך שוין ג׳גט, מיט א שאלה, זיי ווילען איך זאל פסקענען (זיי ווילען נישט גיין צו דין תורה) דאס איז די שאלה:
דער מאן האט זיך מחייב געווען קינדער געלט לאמער זאגען 500.00 פער חודש, די פראבלעם איז אז די פארפאלק האט געהאט סעק. 8, איז דער מאן האט זיך אויסגענומען אז ער וויל אז בערך האלב פון די געלט פון סעק. 8 זאל גיין אנטקעגן די געלט וואס ער דארף געבן, יעצט איז אזוי, די מאן האט דאס נאר געזאגט פאר די ״מיטל מענטש״ און ער האט דאס נישט איבערגעגבן פאר די פרוי (ער איז א אויסלענדישער און ער האט נישט פונקטלעך פארשטאנען די נחיצות דאס אויסצושמוסען)
איז די פרוי טענהט אז זי האט דאס קיינמאל נישט געוואלט מוחל זיין (זי האט עפעס געמיינט אז דאס קומט זיך איר סתם אזוי)
יעצט און די גט אגרימענט שטייט קלאר אז ביידע זענען זיך מוחל אויף עני דיני ממונות טענה וואס סזאל נאר זיין פון קודם הגט, איז דער מאן טענהט אז דאס האט ער קיינמאל נישט מוחל געווען ער האט דאס קלאר געזאגט פאר די מיטל מענטש, און די פרוי טענהט אז זי האט גענומען דעם גט אדעתה דהכי אז זי באקומט דאס גאנצע סעק.8 און דאס גאנצע געלט איז אירס אין ער דארף צאלען קינדער געלט אויסער דעם.
איך וויל צולייגען נאך א נקודה, די סעק 8 איז געווען אויף איר נאמען ווייל זיי האבען זיך שוין געהאט צוטיילט (נאר) לעגאל שוין א פאר יאר פארדעם (פאר א געוויסע סיבה) און ביידע האבען מסכם געווען אז זי זאל האבען די סעק 8 אויף איר נאמען... (דעמאלס האבען זיי נישט גחלמט אז זיי וועלן זיך אמאל גטן) און למען האמת איז יעצט דער מאן מסכם אז מזאל עם געבן די סעק 8 און וועט איר געבן האלב ( פארשטייט זיך אז דאס וויל זי נישט)
וואס האלט דער עולם וואס טוט מען דא???
 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר