זיי א מענטש!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

זיי א מענטש!

שליחה דורך Accountant »

איידער איך הייב אן וויל איך מיך אנטשולדיגן אויב איינער וועט זיך פילן געטראפן פון מיינע ווערטער. איך מיין נישט חלילה לקנתר.

ס'קומט אויס פון צייט צו צייט אז חברים פון קאווע שטיבל פרעגן מיר פראגעס, דא אויפן פורום און אין פרייוואט, בנוגע אקאונטינג און ביזנעס. איך ענטפער זייער גערן לויט וויפעל מיין צייט ערלויבט.

במשך'ן דיעל'ן מיט אזויפיל מענטשן, דערזעה איך מיך מיט אזא פראבלעם, ס'איז דא מענטשן וואס זענען אומערצויגן, פשוטו כמשמעו. זיי קענען נישט דעם אלף בית פון מענטשליכקייט.

נעמטס פאר א דוגמא וואס ס'האט פאסירט לעצטע וואך. איינער פרעגט מיר א פראגע בנוגע זיין טעקס ריטערן, ס'איז געווען אביסעל קאפלעצירט, כ'האב מיך געמאכט אביסעל צייט און אים גענפערט (בדרך אגב, אראפשרייבן די זאכן אויף מאמע לשון נעמט אסאך לענגער ווי אויף ענגליש) דער פרעגער באקומט מיין ענטפער און פרעגט נאך אפאר פראגן, אזוי זענען מיר אנגעגאנגן פאר בערך א שעה. נאך מיין לעצטן תשובה, והילד אננו, איך באקום נישט פון אים קיין שום ריספאנס.

במשך אונזער שקלא וטריא האב איך אים גענטפערט 11 מאל. גלייבטס מיר, ווען ער קאלט ווען אן אקאונטענט וואלט ער געדארפט באצאלן טבין ותקלין פאר דעם.

וואס איך קען נישט פארשטיין איז אז דער פרעגער האט נישט דעם ביסל מענטשליכקייט, ער האט זיך קיין איין מאל נישט באדאנקט! קיין איין שכוח!

און ער איז נישט דער איינציגסטער. ס'איז יעצט געווען טעקס סיזאן און עטליכע האבן זיך געוואנדן מיט שאלות, און בערך האלב פון דיע האבן נישט פארשטאנען אז ווען איינער טוט דיר א טובה, זאגט מען: שכוח.

דאס זעלבע פאסירט אין פובליק. איינער פרעגט א פראגע, דער צווייטער ענטפערט, אבער דער שואל ווייסט זיך נישט צו באדאנקן אדער עט ליעסט געבן א לייק.

רעב איד: איינער האט זיך גענומען די צייט און מיה אייך צו ענטפערן, קומט אים נישט א דאנק?

איידער איר טראכט לכבוד עצמו אני דורש, גלייבטס מיר בנאמנות, איך לעב נישט פון קיין שכוחות. די באנק נעמט עס נישט אן און מיין ווייב'ס טשולענט וועט ווייטער זיין די געשמאקסטע טשולענט אויף דער וועלט (און כ'וועל מיך אי"ה ווייטער באדאנקען פאר איר יעדען שבת) מיט אדער אן דיין שכוח. איך זעה נאר דא א שטיקל טרענד. כ'וויל נישט מקטרק זיין, אבער ס'פעלט דא אביסעל אנושיות. ס'פאסירט כמעט נישט אין די דרויסענדיגע וועלט.

ס'גייט מיך גאנץ ווייניג אן פון ווי ס'נעמט זיך. איך ערווארט אז מ'וועט באשילדוגען דעם חינוך סיסטעם, די עלטערן, אד"ג. אבער ערוואקסענע מענטשן זענען אליינס ריספאונסיבל אויף זייערע מעשים. די ביסט שוין ארויס פונעם מאמע'ןס פארטוך, ביסט שוין א גדול, ביסט שוין אליינס פאראנטווארטלעך פאר דיין אויפגעפיראכטס.

בקיצור: זיי א מענטש!
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר