זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

זר זהב האט געשריבן:מיר האט געבאדערט די חוצפה פון א קליינעם 8 יעריגס וואס איז געשטאנען אויף די גאס נאך געלט מיט בלויזע דאלערס מיט אזא קאנפידענס אז ער דארף נישט האבן טשעינדזש אויב איינער וועט אים בעטן, איך האב אים בלית ברירה געמוזט געבן א גאנצן דאלאר.


על טעם וריח... מיר האט עס גראדע זייער דערפרייט זענענדיג ווי אימער קליינע קינדער מיט אזא שטארקע קאנפידענס... הגם אז זייערע טאשן האט געהאנגן פון די קליין געלט וואג, דאך האבן זיי געהאט אזא שמייכעל אויפן פנים כאילן זיי פארשטיין נישט אז מען קען געבן רעשט פון א דאלער.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב אויך געהאט אזא קליינעם דרייסטן מחוצפ'ל, א דאלער ברויך ער, עפעס ווייניגער שטעלט אים נישט צופרידן.
כ'האב אים געגעבן א פעני און געפרעגט צי ער האט רעשטע.. ער האט מיר געגעבן אזא בליק און אפגעצויגן פון מיר בשעת איך וואקל זיך פאר געלעכטער...

(מעשה שלא היה)
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.

א חוצפה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

כ' מיין אז ס' שטייט אז פורים זאל מען געבן אויך פאר גוים וואס בעטן
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

למדן האט געשריבן:כ' מיין אז ס' שטייט אז פורים זאל מען געבן אויך פאר גוים וואס בעטן

כ'ווייס נישט עפעס עקסטער פאר פורים, אבער נאדיר א לשון הגמרא אין גיטין דף ס"א עמוד א': "מפרנסים עניי נכרים עם עניי ישראל... מפני דרכי שלום". און אזוי ווערט אויכעט צוגעברענגט אינעם רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק י' הלכה ח'.און אין רמ"א אין הלכות צדקה [נישט געטראפן אויפן מינוט] פסק'ענט אזוי. און אזוי האבן צדיקים וגדולים זיך געפירט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.

א חוצפה.

אין שומרי שבת שול אין ב.פ. האט זיך געדרייט א גוי וואס האט געשריגן "צעדאקע" און ביי קדושה האט ער געקענט זאגן די ערשטע צוויי ווערטער "נקדישך ונעריצך".
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

מוסדות קאללס

שליחה דורך petergrifin »

סקען זײן אז אײנער האט זיך שוין גערעגט דא אבער װיפיל איז די שיעור פון די ראבא קאלס פון די אײגענע מוסדות איעדען
טאג מינימאם אײן פאן קאל פון א מאשין װאס בעט געלט געלט געלט געלט געלט!!!!! געניג שוין לאז לעבן
מען ריפט אלעמאל אינדערפרי פארמיטאג נאכמיטאג פארנאכטס בײנאכט שפעט בײנאכט א גאנצע װאך אפילו יעצט אהאלבע שעה
נאך די זמן אין דורךן װאך בשעת איך ארבעט און שטײ אויפען לײטער עני טײם מקען פײניגען פלאס איעדע צװײטע װאך ריפט פערזענליך
אײנער פין די אנגעשטעלטע פשוט אויף צי באריוהגען די נערװען אין בעט נאך אביסל אפשר דאך װיפיל קענסטו געבן קען איך שיקן אײנער אויפ פיקען אפאר דאלער װי ביסטו
אײ מין קאם אן איך בין גארנישט שילדיג פאר שכר לימוד איך האב סך הכל געזאגט אז װען איך װעל קענען װעל איך געבן עטץ מוזט
נישט פײניגען!!!!!!!

שכוח פאר מיך אויס הערן איך פיל שוין בעסער
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...
וירח ה' את ריח הניחוח
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

שמעקעדיג האט געשריבן:צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...


זײ קענען נישט מײן ניק.. :lol:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

petergrifin האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...


זײ קענען נישט מײן ניק.. :lol:

אבער דיר קענען זיי יא!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עס רעגט מיך אויף אז G&G מאכט אויף ערשט 11 אזייגער... 1:45 זענען זיי שוין געווען פארמאכט.
משוגעים.
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'רעגט מיר זייער אויף אז ווען כ'זיץ ביי א שמחה עני אקעיזשען וואו סערווירערס טיילן דאס עסן מוז איך זוצן און עסן און עסן און עסן, אויב נעם איך א רעסט אריינצאטעמען אביסל לופט אדער א שמועס טון מיט'ן שכן איז דער פיינער וועיטער גלייך דארט צו פארכאפן דעם טעללער זאל עס נאך אפילו זיין 3 פערטעל אנגעפילט, און מ'מוז פראטעסטירן סארי איים נאט פיניש יעט!! יו מאראן!!!

נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

מיך רעגט אויף ווען מענטשען פייפן צוועלף אזייגער ביינאכט אן קיין רחמנות נאר ווייל איינער שטערט אים אדער ווייל די לעקטער איז די רגע געווארן גרין און יענער פארט נאכנישט. דער אפגעפיפענער כאפט נישט אז ס'איז ביינאכט און ער קען ניצן זיינע הייביעמס אנשטאט צו אויפרידערן די גאס

צומאל פיל איך ווי איך וואלט אים געשפאלטן דאס רעדל פאר כעס
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

די וואוינסט אויף א הויכע שטאק?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס דארף א קאר אנהייבן פייפן (סיט בעלטס) די רגע וואס מען צינדט אן די ענדזשין? איז מען מחוייב זיך צוצובעלטן מיט די סיט בעלטס נאך איידער מען צינדט אן דעם קאר?
האלא, אפשר גיסטו מיר א מינוט? אזויפיל שכל האסטו נישט אז איך בין נאך אין PARK און איך דארף פשוט אביסל עירקאנדישאן? קלאץ איינער! וואס ווילסטו איך זאל מיר אנטון די סיט בעלטס יעצט?

די ריכטיגע זאך וואלט געווען אז עס זאל אנהייבן קלינגען ווען מען שיפט ארויס פון PARK. ערשט דאן דארף מען האבן סיעט בעלטס.
וירח ה' את ריח הניחוח
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

לעגאל דארף מען אנהאבן סיטבעלטס די מינוט וואס די לייגסט אריין די שליסל אונעם לאך.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

עס איז א אינטערסאנטע געזעץ, אויב איינער ריעט זיך אפ ביי די זייט א פאר מינוט און די קאר ארבייט מוז ער האבן סיט בעלטס?

מענין לענין, לעצטענס איז געווען א קארט קעיס פון איינעם וואס האט באקימען א טיקעט אין nyc פאר טעקסן שטייענדיג ביים רויט לייט, ער האט געטענה׳ט אז ער איז נישט געפארען בשעת מעשה, די פאליס האט געטענה׳ט אז שטייענדיג ביים רויט לייט איז א חלק פון פארען, און פארשטייט זיך אז די פאליס האט געווינען די קעיס.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

זר זהב האט געשריבן:נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!


למעא
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זר זהב האט געשריבן:ס'רעגט מיר זייער אויף אז ווען כ'זיץ ביי א שמחה עני אקעיזשען וואו סערווירערס טיילן דאס עסן מוז איך זוצן און עסן און עסן און עסן, אויב נעם איך א רעסט אריינצאטעמען אביסל לופט אדער א שמועס טון מיט'ן שכן איז דער פיינער וועיטער גלייך דארט צו פארכאפן דעם טעללער זאל עס נאך אפילו זיין 3 פערטעל אנגעפילט, און מ'מוז פראטעסטירן סארי איים נאט פיניש יעט!! יו מאראן!!!

נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!

איך בין מסופק פון וואס איך לאך מער, פון דיין געניאלע איינפאל אדער פון מיקימאוס'ס לייק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב אמאל פאר נקמה, געלאזט מיין טעלער אפיטייזער (כ'זאג עס גוט?) מיט א קליין שטיקל שריים דערין, אגאנצן שמחה, נעבן מיר, און ווייטער געגעסן די אנדערע ריכטן. ווען ער האט געוואלט נעמען דעם ערשטן טעלער. האב איך אים געוואונקען "איים סארי, איך האלט נאך אינמיטן" זעסט נישט ס'האט נאך א שטיקל אינעווייניג??..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

וואס איז נייעס?

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדן טאג כמעט ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד, אדער אין מקוה, קומען צו געוויסע אידן און פרעגן: הרב שמעקעדיג, וואס איז נייעס?

איין מינוט, איך פארשטיי נישט. ביז א האלבע מינוט צוריק בעפאר דו ביסט אריינגעקומען אין ביהמ"ד ביסטו דאך געווען אינפארמירט און אפדעיטעד מיט אלע נייעס איבער דער גארער וועלט. דו לעבסט דאך אויף די נייעס! און איך קום יעצט אקארשט פון מיין בעט מיט די פארשלאפענע פיאות, כ'ווייס נישט וואס טוט זיך מיט מיין לעבן, דו מיינסט איך קען דיר עפעס פארציילן?

איך ענטפער, ב"ה, גארנישט ספעציעל, אדער, ב"ה פיין געשלאפן, אדער נישט, מיין בעבי האט געוויינט, א.א.וו. און מ'הייבט אן א קורצע שמועס אויף א 2 מינוט... אבער דאן פרעגט ער ווידעראמאל: סאו, וואס נאך איז נייעס? הא??

איך האב עטליכע פריינד, וואס קענען אין א צירקע 10 מינוט פרעגן לכה"פ 6 מאל 'וואס נאך איז נייעס'... ער האט שוין נישט וואס צו שמועסן, און ער פרובירט אויסצוקוועטשן דעם אויסגעטריקנטן לעמאן מער און מער אן רחמנות (איי געס יענער האט אויך ליב לעמאן דזשוס, נישט נאר קאווע טרינקערס..), אבער איך בין שוין טרוקן!! וואס ווילסטו פון מיר? איך בין עפעס א נייעס פארציילער? א רעפארטער? ביטע קריך אפאר פון מיר!

==

מענין לענין. איך האב אמאל געהערט גאר א שיינעם טעיפ, איך געדענק שוין נישט ווער איז דער רעדנער דארט. מען קען עס קויפן ביי 'ובלכתך בדרך', דוכט זיך אז עס הייסט "וואס איז נייעס?". ער איז מסביר אז די אלע וואס זוכן טאג און נאכט פרישע נייעס, זענען פשוט אומצופרידענע מענטשן, זיי האבן נישט קיין סיפוק החיים. איינער וואס האט א געשמאק אין תורה אדער אפילו וועלטליכע ענינים, אינטרעסירט נישט יעדע רגע וואס איז נייעס, ער לעבט מיטן רעאליטעט. ער ברענגט דארטן מעשיות פון צדיקים וואס אפילו ביי אינטרעסאנטע געשעענישן האבן זיי נישט ארויסגענומען די אויגן פון די גמרא, דאס איז זיי געווען אינטרעסאנטער ווי אלע הבלי עוה"ז, ליטערעלי טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, שש אנכי על אמרתיך כמוצא שלל רב, און נאך שיינע פסוקים. דער CD האט מיר געגעבן א שאקל.

איך האלט נאך נישט אויף אזא מדריגה אז עס אינטערעסירט מיר ממש נישט קיין נייעס, אבער די נערוון קריכער ווילעך בעטן זיי זאלן זיך ביטע אפשאקלען פון מיר, און גיין קויפן א צייטונג אדער זוכן נייעס אויפן אינטערנעט, אדער העכסטנס פרעגן שעפטיל...
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמעקעדיג איך פארשטיי אז עס מאכט דיך נערוועיז אבער טראכט א מינוט די צווייטע זייט פון די מטבע נישטא א וועיג צו ווערען גוט מיט איינעם נאר דורך רעדען צו דיין מזל ביסטו זייער א געשמאקע מענטש און מענטשען ווילען זיין דיינע חברים, צו ווייל זיי ווילען זיך קענען בארומען פאר זייערע חברים דו קענסט שמעקעדיג פון קאווע שטיבל ער איז פון מיינע בעסטע פרענדס, צו ווייל צו אז מ'זעיט אים זיך דרייען מיט שמעקעדיג האפט ער אז מענטשען וועלען זאגען עס מוז זיין ער איז א געשמאקע מענטש איך זעי שמעקעדיג רעדען יעדען טאג צו אים, וויאזוי קען ער עס טון נאר דורך רעדען צו דיך צו זיין ביטערע מזל טרעפט ער דיך נאר צופרי און ער יאגט זיך אבער ער דארף דאך קענען זאגען פאר יעדעם אז ער רעדט מיט שמעקעדיג איז שטעלט ער דיך אוף פאר א מינוט צו זיין ביטער מזל איז ער שוין די 10טע וואס פרעיגט די די זעלבע קשיה, וואס איז ער שולדיג אז דו האסט נאך 10 מענטשען וואס טוען די זעלבע זאך צו דיך?
דאס איז די חסרון פון זיין א געשמאקע מענטש קענט העלף יא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שכויעך לעמיל פאר דיינע באלזאמע ווערטער אויף מיין צעבראכענעם גייסט, אבער איך מיין האסט מיר נישט פארשטאנען.
איך רעד אז דער זעלבער מענטש פרעגט איבער 10 מאל וואס איז נייעס. און וואס נאך? און וואס נאך?
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט