דעת תורה האט געשריבן:ר' משה האט להדיא חוזר געווען פון דעם פסק, סאיז געדרוקט אין דברות משה ערגעץ.
ר' משה האט להדיא נישט חוזר געווען, ווי מיר וועלן באלד זעהן.
די צוויי עיקר שאלות וואס ס'איז געווען ציווין ר' משה וכת דיליה, און סאטמארע רב וכת דיליה איז געווען ווי פאלגענד.
א) די ייחוס פונעם קינד, אויב ער הייסט א ממזר, פגום, וכדו'.
ב) די עצם מעשה פון אריין לייגן די זרע, אויב ס'גייט אריין אין כלל פון ביאת איסור.
ר' משה האט געשריבן א תשובה, אז אין אמעריקע מען א פרוי נעמען זרע פון א בנק זרע, ווי ס'רוב קומט פון גוים, (ביי אידן איז דא אן עקסטערע פראבלעם פון שמא ישא אחותו מאביו, וואס איז א באזונדערע נושא), און ס'גייט נישט אריין אין כלל פון ביאת איסור, ניאוף, וכדו'. אויף דעם האט זיך אנגעהויבן א מערכה, בראשית בעל שו"ת דברי יואל, אקעגן ר' משה, ווי ער האט געשריבן
"שאדרבא עיקר האיסור הוא הכנסת הזרע, לא הביאה...
...כי אותה ההזרעה המלאכותית… היא המצאה חדשה.. לכן אמר הלשון שלא היה ביאת איסור... ודרך החכמים בלשונם כן... שדבר בהווה האופן שהיה אז מציאות להביא זרע לתוך האשה במעשה...
(שו"ת דברי יואל, אבן העזר קי – קיז.)
אינעם קונטרס המאור האבן אפאר רבנים געהאקט אויף ר' משה ובן הדברים:
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.
דאס אלעס איז פארגעקומען אין די יארן פון תשי"ט ביז 'כ"א, און אין תשכ"ה האט ר' משה פון גרויס לחץ וואס איז געלייגט געווארן אויף עם מפרסם געווען א בריוו וואס דארט איז געשטאנען:
בדבר זריקת הזרע שכתבו בשמי שהתרתי מצאתי לנכון להודיע שאני לא התרתי אלא בשעת הדחק גדול… וחלילה לשום רב להורות היתר בנידון זה מתוך ספרי…
אכן מכיון שיש לחוש עדיין שיקילו בזה להורות אלה שאינם ראויים לדון בענין חמור כזה... צריך לגדור גדר שלא יתירו זה בשום אופן אף רב היותר מובהק.
אבער דאס האט ער נאר געזאגט כדי צו פארשטילן די קאמפיין אקעגן עם, ווי מ'קען זעהן פון שפעטערע תשובות זיינע, ווי ער שרייבט,
ולהלכה הוא ברור כמו שכתבתי בספרי, וכל המאמרים שנכתבו בירחונים הם דברים הבדוין מסברת עצמן נגד דברי רבותינו הראשונים והאחרונים ואף נגד מקומות שהזכירו בעצמן.
און אין אן אנדערע תשובה שרייבט ער
הנה ממה שכתבתי בתשובותי… כולם אמת וברור לדינא, לא שייך להתחרט מהם וליכא שום חששות בזריקת זרע של נכרים, אבל למעשה לא הוריתי לעשות כן מטעם שלענין קיום מצות פרו ורבו לבעלה אין זה כלום,… ושייך שיצא מזה קנאה גדולה לבעלה ולכן אין זה עצה טובה .
היוצא לנו איז אז די איינציגסטע פראבלעם וואס איז עם איבערגעבליבן איז מצד קנאת הבעל, און דאס איז זיכער אז אויב ווילן זיי ביידע און זיי האבן שוין פראבירט אלעס און נישט געהאלפן געווארן, איז זיכער אז ס'גייט אריין אין כלל פון "בשעת הדחק גדול…", ווייל אויב נישט דאס, וואס דען איז א שעת הדחק גדול?
אין תשובת חלקת יעקב האקט ער אויף א רב וואס האט דאס מתיר געווען,
כמובן שמצד דתנו האיסור ברור ומבורר שלא לעשות דברים כעורים ומעוכרים כאלו הדומים למעשי ארץ כנען ותועבותיהם.
און ר' משה האט זיך אנגענומען פאר דעם רב
והערעור של כתר"ה על זה בא מהשקפות שבאים מידיעת דעות חיצוניות שמבלי משים משפיעים אף על גדולים בחכמה להבין מצות השם יתברך בתורה הקדושה לפי אותן הדעות הנכזבות, אשר מזה מתהפכים ח"ו האסור למותר והמותר לאסור, וכמגלה פנים בתורה שלא כהלכה הוא, שיש בזה קפידא גדולה אף בדברים שהוא להחמיר, כידוע מהדברים שהצדוקים מחמירים... ואני ברוך השם שאיני לא מהם ולא מהמונם… הנה עצם הדין הוא דבר ברור ופשוט שאיסורי עריות הם במעשה הביאה ואינו משום הזרע שיולדו מזה.
שארפע ווערטער!
הגרש"ז אויערבאך האט אויך אזוי געפסקנ'ט אז ס'נישט דא קיין שום איסור אין דעם.
אזוי איז אנגעגאנגען א וויכוח ציווישן די צוויי גדולים פאר יארן, סאטמארע רב האט געשריבן תשובות, און ר' משה איז מפריך, און אזוי אהין און צוריק, אין שו"ת דברי יואל האט ער געשריבן
ותמה אני היאך יעלה על הדעת להקל באיסורים נוראיים כאלו של אשת איש וממזרות בפיטומי מילים כאלה שאין בהם ממש כלל".
האט ר' משה געענטפערט
וכל השקפתי היא מידיעת התורה , בלי שום תערובות חיצוניות, שמשפטיה אמת, בין שהיא להחמיר בין שהיא להקל.
מיט די יארן ווען די זאכן זענען געווארן מער פארשפרייט, איז ר' משה'ס פסק געווארן מער און מער אנגענומען, און היינט איז עס די אפציעלע אנגענומענע שיטה פון רוב רבנים פונעם ארטאדאקסישן לאגער.
דעת תורה האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין וואס דאס אויסמישן מיינט? מען וויל אז דעם גוי'ס ספערם זאל נאר זיין דער כח וואס גיט אריין קראפט אין דעם טאטנס זרע צו קענען מוליד זיין. און קען זיין אזא מין ציור איז שוין אינגאנצן א אנדערע שאלה, בזמנו האט מען גערעדט פון בלויז דעם גוי'ס ספערם, וואס אגב וואס טראכט א טאטע פון אזא קינד יעדעס מאל וואס ער קוקט אויף עס? ה"י.
איך ווייס נאכאלץ נישט וואס מיינט מישן, א געזונט קינד קען נאר ארויסקומען אויב איין ספערם פערטעלייזט א איי, ס'נישט דא קיין פלאץ אין איין איי פאר איבעריגע קראמאזאמען. און דאס וואס דו זאגסט "וואס טראכט א טאטע פון אזא קינד יעדעס מאל וואס ער קוקט אויף עס? ה"י." ווייס איך נישט ווי אזוי א געפיעל קומט אריין אין א הלכה'דיגע דיון, און טראכט אריין אז ביי דעם טאטן מיינט עס אדער קוקן אויף אזא קינד, אדער נישט קוקן אויף קיין קינד בכלל, ל"ע.