יאיר האט געשריבן:אגב, ביי אינפערטיליטי ווערן אויך געווענליך די חרדישע רבנים "מאדערן ארטאדאקס" און מ'פארלאזט זיך אויף קולות, כאטש נישט אויף די זעלבע דעגרי. למשל א מ"א רב וועט מסתמא שנעלער מתיר זיין הוצאת זרע לצורך ווי א חרדישער רב. אבער ווען עס קומט צו אזעלכע שאלות ווי ארטיפישעל אינסעמינעישאן וועלן - דוכט זיך מיר - רוב חסידישע אידן נישט מקיל זיין, כאטש דער חרדי'שער פוסק רבי משה האט מקיל געווען.
יאיר, ז"ל לצורך פו"ר, ווי אויך ארטיפישעל אינסעמינעישען, UIU, IVF, איז יעדער (כמעט) מתיר אפילו אויב האט מען שוין מקיים געווען עיקר מצות פו"ר, די זענען פון די קליינע שאלות, איך רעד פון סאך ערענסטערע שאלות, וואס ברוך השם דו ווייסט נישט דערפון.
בדחן האט געשריבן:ביז דאס שטימט אלעס? אויב יא בין איך אקעי.
דאס וואס די קוואט׳ס איז א ווערטעל.
דו כאפסט נאכאלס נישט? קעי, וועל איך דיר מגלה זיין, עם עקש תתפתל האט שלמה המלך נישט געזאגט, און ווען דו וואלסט אמאל געזאגט אביסל תהילים וואסטו דאך אויך געוויסט.