החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם
עס איז כדאי צו כאפן א בליק אין רמב"ם אנפאנג הל' עבודת כוכבים צו זען ממש ווי אזוי עס ארבעט חסידות בדורינו. וזה החלי, איך וועל מעתיק זיין די לשון פונעם הייליגן רמב"ם אין מבאר זיין לפי דורינו.
בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול וכו' וזו היתה טעותם, אמרו הואיל והאלהים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם ונתנם במרום וחלק להם כבוד והם שמשים המשמשים לפניו ראוין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד. וזהו רצון האל ברוך הוא לגדל ולכבד מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך.
וויבאלד די אדמורי"ם זענען געבוירן אין די משפחות קדושות אין זיי פירן אן עדה יודן, זיי זענען מנהיגים, אין דער באשעפער האט זיי צוגעטיילט כבוד אויף דער וועלט, אין אויף זיי זאגט מען אז זיי זענען צדיקים, איז ראוי אז מען זאל זיי משבח זיין אין זיי זייער מכבד זיין, אין דאס איז דער רצון השי"ת אז מען זאל מכבד זיין אין גרויס מאכן וועמען ער האט גרויס געמאכט, אזוי ווי א מלך בשר ודם וויל אז מען זאל מכבד זיין זיינע שרים וועמען ער האט גרויס געמאכט. אין מען ברענגט נאך ראיות פון ספרי תלמידי בעש"ט אז מ'איז מחיוב צו האבן אמונת צדיקים אין התקשרות אין התבטלות לצדיקים, אין אויף זיי איז עס געזאגט געווארן, דאס איז רצון השי"ת.
כיון שעלה דבר זה על לבם התחילו לבנות לכוכבים היכלות ולהקריב להן קרבנות ולשבחם ולפארם בדברים ולהשתחוות למולם כדי להשיג רצון הבורא בדעתם הרעה.
כיון שעלה דבר זה על לבם, האט מען אנגעהויבן אויפצובויען די חסידות, בויען גרויסע בתי מדרשים, בויען אייגענע בתי חינוך מגדל צו זיין קינדער מיט די אמונה, מענטשן זענען גרייט זיך צו עפענען די טאשן פאר די רבי'ס, זיי צו רומען אין לויבען, ווי ער קומט נאר איז ער די חשוב'סטע אין יעדער איז מסביר וואס א גרויסע זכי' עס איז אים צו האבן, דאס גאנצע אידישקייט דרייט זיך איבער אים, יעדער ביקט זיך פאר זיי, מ'שטייט אויף די פארענטשעס ווי תרנגולים אין מ'קוקט ווי אזוי ער עסט, מ'שטופט זי צו קענען כאפן א בליק אויף אים, בטל רצונך מפני רצונו איז געזאגט געווארן אויף זיי אויך, נישט נאר אויפן באשעפער.
וזה היה עיקר עבודת כוכבים. וכך היו אומרים עובדיה היודעים עיקרה. לא שהן אומרים שאין שם אלוה אלא כוכב זה.
נישט אז מ'זאגט אז די רבי איז א גאט אין ס'איז ח"ו נישט דא א באשעפער אויסער ער.
הוא שירמיהו אומר מי לא ייראך מלך הגוים כי לך יאתה כי בכל חכמי הגוים ובכל מלכותם מאין כמוך ובאחת יבערו ויכסלו מוסר הבלים עץ הוא.
כלומר הכל יודעים שאתה הוא לבדך אבל טעותם וכסילותם שמדמים שזה ההבל רצונך הוא:
כלומר, יעדער ווייסט אז דער באשעפער איז דער איינציגער, נאר די רצון השי"ת איז אז מ'זאל דאס טון. אזוי ווי מ'הערט היינט אסאך מענטשן זאגן אז דאס איז נישט עבודה זרה ווייל מ'האלט נישט אז ער איז די גאט, די אמאליגע עובדי עבודה זרה האבן אויך נישט אזוי געהאלטן.
אחר שארכו הימים עמדו בבני האדם נביאי שקר ואמרו שהאל צוה ואמר להם עבדו כוכב פלוני או כל הכוכבים והקריבו לו ונסכו לו כך וכך ובנו לו היכל ועשו צורתו כדי להשתחוות לו כל העם הנשים והקטנים ושאר עמי הארץ וכו'
אזוי איז עס געגאנגען ווייטער אין ווייטער די משוגעתן זענען געשטיגן, יעדער חסידות האט זיך אויסגעפארמט אייגענע געזעצן אין מנהגים, נביאי שקר וואס זאגן פונקטליך ווי אזוי די חסידות דארף זיך פירן, להגדיל הטראסק, ולהגדיל כבוד בית החסידות וואס דאס איז די גרעסטע זאך אין די כבוד פון די חסידות דארף מען אויפבויען, לעשות לנו שם, אין ריזיגע היכלות ווי די גאנצע עולם קען זיך צאמקומען לכבודו פונעם רבי'ן ובניו.
וכהניהם אומרים להם שבעבודה זו תרבו ותצליחו ועשו כך וכך ואל תעשו כך וכך. והתחילו כוזבים אחרים לעמוד ולומר שהכוכב עצמו או הגלגל או המלאך דבר עמהם ואמר להם עבדוני בכך וכך והודיע להם דרך עבודתו ועשו כך ואל תעשו כך. ופשט דבר זה בכל העולם לעבוד את הצורות בעבודות משונות זו מזו ולהקריב להם ולהשתחוות.
אין די פרעדיגער האבן מסביר געווען אז מ'מיז אזוי טון אין אזוי ווערט מען נאנט צו רבי'ן אין צום אייבערשטען, פון אלע קלייניקייטען מאכט מען גרויסע זאכן, אין מ'זאגט אז דוקא אזוי, ביי אונז פירט מען זיך אזוי, אין דאס איז די רצון פונעם רבי'ן, די געלט זויגערס זאגן אז זיי האבן אליינס גערעדט מיטן רבי'ן אין ער האט געזאגט ווער ס'וועט געבן געלט פאר דעם וועט ער מכיר טובה זיין אין דעס איז זיין גרעסטע נחת רוח, די איינגעשטעלטע פרעדיגן ווי אזוי עס איז די בעסטע וועג צו דינען דעם רבין, טייל זענען אין נאנטע פארבינדינג מיט אים אין זיי געבן איבער זיין הייליגען רצון.
וכיון שארכו הימים נשתכח השם הנכבד והנורא מפי כל היקום ומדעתם ולא הכירוהו ונמצאו כל עם הארץ הנשים והקטנים אינם יודעים אלא הצורה של עץ ושל אבן וההיכל של אבנים שנתחנכו מקטנותם להשתחוות לה ולעבדה ולהשבע בשמה. והחכמים שהיו בהם כגון כהניהם וכיוצא בהן מדמין שאין שם אלוה אלא הכוכבים והגלגלים שנעשו הצורות האלו בגללם ולדמותן.
ס'איז דורך א לאנגע צייט ביז מ'האט פארגעסן וואס דאס מיינט ארגינעלע אידישקייט, פון טון א מצוה, דאווענען אין לערנען, בלתי לה' לבדו, מיט די כח הקדושה פון אלע גדולי ישראל וואס זיי האבן אונז געלערנט ווי אזוי צו זיין יודן, מ'וויסט נאר פון א אידישקייט וואס איז געבויעט בעיקר אויף דינען א געוויסע משפחה, א געוויסע אידילאגיע, אין אנע דעם האבן זיי נישט השגה וואס דאס איז אידישקייט, אז איינער פון זיי איז מכיר אז די אלע זאכן וואס ער איז נתגדל געווארן זענען שקר, האט ער נישט קיין אנונג וואס יא, אלעס דרייט זיך בייא ים ארום די רבי ומשפחתו והחסידות.
אבל צור העולמים לא היה שום אדם שהיה מכירו ולא יודעו אלא יחידים בעולם כגון חנוך ומתושלח נח שם ועבר.
אין בדורינו אלה איז דא אסאך מער פון יחידים וואס קענען יא דעם באשעפער כצורתו, נאר מ'הערט נישט פון זיי ווייל זיי זענען נישט קיין צאמגענומענער כח, זיי זענען פשוט ארגינעלע יודען, זויבערע יודן, געטריי צום באשעפער אין זיי תורה, אין צו אלע גאוני וקדושי ישראל די בכל דור ודור, וואס די באשעפער איז עמד ושתלן בכל דור ודור, אז אונז זאל מ'יר זיך קענען דערהאלטן, אבער ח"ו נישט מאכן פון זיי א דבר נפרד, אן עבודה זרה, מכבד זיין תלמידי חכמים ווייל די אייבערשטער האט געהייסען מזאל זיי מכבד זיין, את הק אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, אבער נישט מאכן אן עבודה זרה פון גרויסע מענטשן.
ועל דרך זה היה העולם הולך ומתגלגל עד שנולד עמודו של עולם והוא אברהם אבינו:
ועל דרך זה איז דער וועלט מתגלגל ביז משיח וועט קומען וואס דעמאלטס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, וואס די גאנצע בריאה וועט מכיר זיין אז ה' אחד ושמו אחד, יה"ר שיהי' במהרה בימינו ונזכה לראות בישועת כל ישראל ושמחתן ס'זאל קיינער נישט נדחה ווערן, אמן.

איך פארשטיי דיין ווייטאג. מיר אלע פארשטייען זייער גוט. הקנאה התאוה והכבוד מוצאים את האדם מן העולם.
מיר זענען מקנא די רבנים. אפשר נישט אלעס, אבער אסאך זאכן פון זיי און פרעווילעגיעס זענען מיר מקנא טייל מאהל.
במילא קומט צו שנאה (הקנאה מביא לידי שנאה), במילא איז מען זיך מתיר צו טוהן ככל העולה על רוחו ווייל די רבנים זענען פארפוילט. דאנט געט מי ראנג, איך האב טענות אויף אסאך רבנים, און אדרבה קוק מיינע הודעות. מיט דעם אלעם, צו נעמען א רמב״ם וועלכע רעדט פון נביאי שקר און בעלי עבודה זרה און עס ווארפן אויף אלע חרדים היינט, די חסידים אויף זייערע רבנים, די ספרדים אויף זייערע, די ליטווישע אויף זייערע, דאס הערט זיך ווי נחום אדער ווי אלטר משה גאלדבערגער.
במילא טייערע חבר, אז דו ווילסט האקן קעגן די רבנים, בי מיי געסט. עס איז דא לאנגע ליסטע- פון הויעכע רענט וואס זיי טוהן גארנישט (ווייל זיי זענען די לענדלארדס) ביז נישט שיקן דעם עולם ארבעטן. די ליסטע איז זייער לאנג, ספעציעל ווי אזוי אסאך רבנים ניצן די תורה כקרדום לחפור בו. אבער צו שרייבן אז זיי זענען נביאי שקר און בעלי עבודה זרה און אזוי אויך אלע זייערע נאכפאלגער, פארלירסטו די עיקר נקודה. באת לקלל ויצאת מברך.

שיח ושיג האט געשריבן:ס'איז נישט דא דעס פלאץ צו רעדן פון הרב דאמב עס דארף זיין פאר דעם א באזונדערע אשכול, אבער כדי נישט צו נענש ווערן אויף הערן ווי מ'איז מבזה א יוד א ת"ח מופלג ויחיד מומחה בעניני יהדות מיז איך מוחה זיין. אז עס איז דא זאכן וואס די האלסט אנדערש ווי אים ווערט ער נישט פסול, אין מ'דארף אים נישט אזוי אראפרייסן. פרעג דיך נאך אביסל ווער ער איז געווען, אויסער די חלק הפאליטיק אין אוועקמאכן אנדערע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך פארשטיי דיין ווייטאג. מיר אלע פארשטייען זייער גוט. הקנאה התאוה והכבוד מוצאים את האדם מן העולם.
מיר זענען מקנא די רבנים. אפשר נישט אלעס, אבער אסאך זאכן פון זיי און פרעווילעגיעס זענען מיר מקנא טייל מאהל.
במילא קומט צו שנאה (הקנאה מביא לידי שנאה), במילא איז מען זיך מתיר צו טוהן ככל העולה על רוחו ווייל די רבנים זענען פארפוילט. דאנט געט מי ראנג, איך האב טענות אויף אסאך רבנים, און אדרבה קוק מיינע הודעות. מיט דעם אלעם, צו נעמען א רמב״ם וועלכע רעדט פון נביאי שקר און בעלי עבודה זרה און עס ווארפן אויף אלע חרדים היינט, די חסידים אויף זייערע רבנים, די ספרדים אויף זייערע, די ליטווישע אויף זייערע, דאס הערט זיך ווי נחום אדער ווי אלטר משה גאלדבערגער.
במילא טייערע חבר, אז דו ווילסט האקן קעגן די רבנים, בי מיי געסט. עס איז דא לאנגע ליסטע- פון הויעכע רענט וואס זיי טוהן גארנישט (ווייל זיי זענען די לענדלארדס) ביז נישט שיקן דעם עולם ארבעטן. די ליסטע איז זייער לאנג, ספעציעל ווי אזוי אסאך רבנים ניצן די תורה כקרדום לחפור בו. אבער צו שרייבן אז זיי זענען נביאי שקר און בעלי עבודה זרה און אזוי אויך אלע זייערע נאכפאלגער, פארלירסטו די עיקר נקודה. באת לקלל ויצאת מברך.
איך האק נישט אויף רבנים, איך רעד פון אדמורי"ם, אפי' ערליכע, אבער די פאלשקייט וואס קומט פאר, אפי' די רבי זאל זיין א צדיק, דאס איז געווען די טעות פון עבודה זרה בימי אנוש.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:באמת? עבודה זרה ממש? יהרוג ולא יעבור? אלע חסידים זענען מנסח יין? פסול לעדות?
איך פארשטיי נישט די חילוק פון הרב עובדיה יוסף צו סיי וועלכע רבי לויט דיין נקודה, אדער הרב שטיינמאן וכדומה?
דער טעות וואס די דור אנוש האט געמאכט מאכן די חסידות'ער היינט. קוק גוט דורך די אנפאנג ווערטער פונעם רמב"ם וועסטו עס זען קלאר.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
שיח, אין פרינציפ ביזטו גערעכט, אבער ממי איז אויך גערעכט, די הכללה איז דא וואס ס'מאכט עס פסול.
דער עצם געדאנק אז ס'זענען דא חסידים/חסידות'ער וועלכע דינען עבודה זרה כבר קדמוך גדולים וטובים, ובמיוחד זענען באקאנט די ווערטער פון הרה"ק מהרצ"א איבער דעם ענין, וזה היה אחד מיסודות המחלוקת בין צאנז לבני הרה"ק מריזשין זצ"ל, ואין צורך להאריך בזה.
(אין סאטמאר פלעגט דער רבי זי"ע שטארק מקפיד זיין דערויף, און רוב סאטמארע חסידים פלעגן זיך איינרעדן אז זיי זענען טאקע נישט די סארט חסידים... ואכ"מ).
אבער דער נוסח וויאזוי דו לייגסט עס אראפ איז עטוואס צו ווילד, און מאכט אויסזען ווי דו רעדסט פון חסידות בכלל, בדרך שכבר קדמו לך גדולי המשכילים והמתנגדים. כמעט אלע דיינע ווערטער קען מען אביסל ארומפוצן און עס ארויפלייגן אויף יעדן גדול אין יעדן דור.
ביזט נישט דער ערשטער וואס שרייט "ומדוע תתנשאו". כאטש ס'קוקט מיר אויס אז דיין כוונה איז געווען א גוטע.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:באמת? עבודה זרה ממש? יהרוג ולא יעבור? אלע חסידים זענען מנסח יין? פסול לעדות?
איך פארשטיי נישט די חילוק פון הרב עובדיה יוסף צו סיי וועלכע רבי לויט דיין נקודה, אדער הרב שטיינמאן וכדומה?
הרב שיח, איך האב זייער הנאה געהאט פון די צוזאמשטעל, זייער פיין אריינגעטייטשט. בעצם איז די נושא א זאך וואס זייער אסאך טראכטן דערפון אבער ווייניג וואגן זיך עס ארויסצוזאגן מיטן מויל. אבער אויב מעג מען עס טראכטן מעג מען עס זאגן.
הרב ממי, עס איז אזויפיל עבודה זרה ממש ווי די אייפאון איז גילו עריות, ווי זיצן מיט א קאמפיוטער אליינס אין א שטוב איז בגדר ייחוד עם הערווה וכו' וכו' עי' בדרשות ר' משה גרין' קאשוי רב' ועוד.
חוץ מזה, דו אין איך ווייסן אז נישט דאס האט ער געמיינט. יעדער ווייסט אז גיין צו א רבי איז נישט ביהרג ואל יעבור (עס איז העכסטענס נישט מער ווי א לאו..... ) איך גלייב נישט אז רבי שיח וועט זיך קריגן מיט דיר אויף דעם. די פוינט זיינער איז ווייטער ריכטיג און איך בין נישט זיכער אז דו קרוגסטעך דערויף. לגבי דיין טענה פארוואס ער טייטשט די "ריכטיגע" פונקט אריין אין א רמבם, נו, ער זאגט דאך עס נאר בדרך דרוש. כעין וואס מ'טרעפט אין כמעט אלע ספרי דרוש וחסידות וואו זיי טייטשן אריין א געוויסע נקודה אין א פסוק כאטש מען ווייסט אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו.
אלא מאי, מענטשן האבן א שוואכקייט אז ס'באדערט זיי ווען מען מאכט חוזק פון רביס. ביי א שבע ברכות האט די בדחן געטריבן ליצנות פון יעדעם איינעם און אלע האבן הנאה געהאט. צום סוף האט ער געמאכט אפאר דזשאוקס אויף רביס (נישט אויף קיין רבי ספעציפיש נאר אין גענעראל) דא האבן זיך עטליכע אירע גערעגט. איך פארשטיי עס נישט. פארוואס מעג מען פון א רבי ווייניגער חוזק מאכן ווי פון פלאמבערס? שטייט דען ערגעץ אין די צורה אן עקסטרע איסור,פון אונאת רביס? איז עס א פעזענליכע ווייטאג? איך האב עס אלעמאל געוואלט פארשטיין
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בזיון תלמיד חכם? (נישט אלע זענען תלמידי חכמים, אבער איך קען 10 מינימום)
מורא רבך כמורא שמים?
ווען הרב וואזנער זאגט עס איז בגדר איסור יחוד, און הוגה זאגט אז נישט, פארפאלן אבער ניחא לי דבריו מדבריך. (דו ווייסט אויך דעם אמת).
ריכטיגע פוינט אז וואס?
פארוואס ווען די מידיא זאגט אלע חרדים, רעגסטו דיר. אבער ווען איינער זאגט אלע רבנים זענען עבודה זרה ממש, סירעסלי?
און יא, רבנים דארפן אסאך זאכן פארעכטן, איך נעם עס נישט אוועק.
און יא, יעדע בנשק מיט שיפע טאשן ווערט געבוירן מיט די בשבילי נברא העולם.
און יא, געוויסע רבנים ווייסן נישט וועלכע זייט מ׳עפענט א קצות אדער א פשוטע מלחמת.
און יא, געוויסע רבנים פארן פארבלענד פאר כבוד אז זיי מאכן זיך בזיונות צו האבן כבוד.
די אלע נקודות זענען גערעכט, אבער עבודה זרה, דור אנוש, פארוואס זעהט עס אויס ווי איי וועלט נאר פארקערט?
סתם א שאלה, ווען דיין צדיק פון 14 זאל גיין אפילו צו משה בער בעק (איך דארף ענק נישט מסביר זיין מיין מיינונג אויף אים), אדער זיצן ביי א אפענע אינטערנעט. דא שטעקט אונזער נפקא מינא, און עס איז זייער א גרויסע.
מורא רבך כמורא שמים?
ווען הרב וואזנער זאגט עס איז בגדר איסור יחוד, און הוגה זאגט אז נישט, פארפאלן אבער ניחא לי דבריו מדבריך. (דו ווייסט אויך דעם אמת).
ריכטיגע פוינט אז וואס?
פארוואס ווען די מידיא זאגט אלע חרדים, רעגסטו דיר. אבער ווען איינער זאגט אלע רבנים זענען עבודה זרה ממש, סירעסלי?
און יא, רבנים דארפן אסאך זאכן פארעכטן, איך נעם עס נישט אוועק.
און יא, יעדע בנשק מיט שיפע טאשן ווערט געבוירן מיט די בשבילי נברא העולם.
און יא, געוויסע רבנים ווייסן נישט וועלכע זייט מ׳עפענט א קצות אדער א פשוטע מלחמת.
און יא, געוויסע רבנים פארן פארבלענד פאר כבוד אז זיי מאכן זיך בזיונות צו האבן כבוד.
די אלע נקודות זענען גערעכט, אבער עבודה זרה, דור אנוש, פארוואס זעהט עס אויס ווי איי וועלט נאר פארקערט?
סתם א שאלה, ווען דיין צדיק פון 14 זאל גיין אפילו צו משה בער בעק (איך דארף ענק נישט מסביר זיין מיין מיינונג אויף אים), אדער זיצן ביי א אפענע אינטערנעט. דא שטעקט אונזער נפקא מינא, און עס איז זייער א גרויסע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
הוגה האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, אודאי איז עס נישט די עבודה זרה וואס ס'שטייט אין רמב"ם אבער די געדאנק וואס זיי האבן זיך טועה געווען איז די זעלבע, עס איז בדרך דרוש. יעדעס מאל איינער פון די ספרים איז מרמז עפעס אין פסוק מיינט דאך נישט דאס דער אמת'ער פשט אין עס איז ווייטער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. אין מיר רעדן נישט פון בזיון תלמידי חכמים, אפי' זיי זאלן זיין גרויסע ת"ח, אבער דעס ענין איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל אפי' א מענטש זאל זיין, כגובה ארזים גבהו, טאר מען נישט פון אים מאכן אן עבודה זרה. מענטשן מישן אויס די 2 זאכן. די עובדי עבו"ז בימי אנוש האבן נישט געמיינט קיין שלעכטס, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז די רצון ה', די זעלבע איז היינט, טאקע ווייל ס'איז דא פון זיי וואס זיי זענען ערליכע אין ת"ח (עכ"פ לשיטת כמה יודן, איך וועל מיך נישט קריגן יעצט אויף דעם) פארלירט מען זיך אין מ'קומט אן צום טעות פון דור אנוש.
כל השומר שבת כהלכתו אפי' עובד עבודה זרה כדור אנוש מוחלין לו (שבת קיח)
כל השומר שבת כהלכתו אפי' עובד עבודה זרה כדור אנוש מוחלין לו (שבת קיח)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
כבוד הרב ממי,
מורא רבך כמורא שמים? האט ער גערעדט קעגן "זיין" רבי? בזיון תלמיד חכם, האסטעך שוין אליינס געענטפערט. בכלל איז זיין ארטיקל געצילט אקעגן דאס התנהגות און נישט אקעגן מנהיגים וואס פירן זיך נישט אזוי.
איין שטארקע פוינט האסטו יא, עס איז נישט ריכטיג צו גענעראליזירן און אריין לייגן אלע אין איין קאטאגאריע. דער טענה איז גערעכט ביי אלע סארט מענטשן. מען האט ליב צו זאגן אלע רבנים, די עירמאנטער חברה, סאטמאר, סעילסלייט, דעמאקראטן, חרדישע וכדומה און נאכדעם צולייגן א נעגאטיווע פאקט. דאס איז נישט ריכטיג ווייל כשם שאין פרצופיהם שוות גייט אן ביי יעדעם.
צוריק צום ענין, אויב איך פארשטיי גוט הרב שיח האט ער נישט געמיינט עבודה זרה ליטערילי, און אויב מען איז געצווינגן צו ווערן באגלייבט אין א רבי אזוי ווי ער מאלט אראפ איז עס נישט ביהרג ואל יעבור. די פוינט איז אבער למעשה ריכטיג (און דו ביסט אויך כנראה מסכים דערצו) אז עס זעהט אויס ווי עבודה זרה, שכלדיג איז עס זיכער ראנג, עכ"פ מיטן דעת בעל הבית, און תורה'דיג שמעקט עס אויך נישט גוט. ווי שוין פריער ערווענט, דאס מיינט נישט אז אלע רביס און אלע חסידים פירן זיך אזוי, דאס מיינט אז דער וואס יא זאל אדורך לערנען דעם רמב"ם.
לגבי דיין לעצטע שאלה, אויב מיין פערצן יעריגע גייט גיין צו ר' משה בער בעק וועל איך פאר קיין סעקונדע נישט האלטן אז ער איז אן עובד עבודה זרה, און אויב ער וועט זיצן אליינס מיט אן אפענע אינטערנעט ווערט ער נאכנישט קיין מגלה עריות. מיר האבן אסאך מאל א קרענק אז מען מוז פארגרעסערן פירצות, עוולות אדער קרענק צו דערשרעקן די עולם. איך האלט אז די עולם איז קלוג גענוג צו נעמען יעדע איינציגע פראבלעם פאר איטס פעיס וועליו, און די סיבה פארוואס פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען איז ווייל ווען די עולם גולם כאפט זיך אז מען האט זיי איין גענארט אז אינטערנעט איז ביהרג ואל יעבר פארלירן זיי רעספעקט פאר אלעם ואכהמ"ל. איי רב וואזנער זאגט אנדערש? אדער האט ער עס נישט געמיינט אדער בכלל נישט געזאגט, און אויב יא האט ער געמאכט א טעות לדעתי.

איך פארשטיי זייער גוט דיינע ווערטער. (אגב דו האלסט אנדערש פון שיח).
ווען דו זאגסט אז עס זעהט אויס נעריש בדעת בעל הבית אז פאר א בנשק שלא קרא ולא שימש זאל מען געבן געלט ווייל זיין לעצטע נאמען איז אנדערש ווי מיינס, ביסטו גערעכט. אזוי אויך תורה׳דיג.
לדעתי דארף מען צוטיילן.
איינער וואס זיצט אין לערנט און איז באמת אן עובד השם ויראי השם. אזא מענטש דארף מען שטיצן און מחזק זיין (אזא שטייגער ווי הרב ברוך מיללער. און איינער וואס נישט, נישט. נישט קיין נפקא מינא זיין לעצטע נאמען אדער וויפיל מאהל ער איז אן אייניקל פונעם איד הקדוש.
זאגן אז מ׳טאר נישט רעדן בכלל קעגן רבנים, איז נעריש. אבער פונקט אזוי זאגן אז מ׳דארף רעדן קעגן אלע רבנים.
נאכלויפן רבנים איז לאו דוקא א חסידישע זאך, אפילו די חתם סופר רעדט שוין די מעלות פון אנטוהן א מלביש פון א צדיק. אז דו ווילסט קען איך דיר נאכברענגן מקורות פון גדולי הראשונים ואחרונים אויף די זאכן וועלכע ער רופט דא אן דור אנוש.
ווען דו זאגסט אז עס זעהט אויס נעריש בדעת בעל הבית אז פאר א בנשק שלא קרא ולא שימש זאל מען געבן געלט ווייל זיין לעצטע נאמען איז אנדערש ווי מיינס, ביסטו גערעכט. אזוי אויך תורה׳דיג.
לדעתי דארף מען צוטיילן.
איינער וואס זיצט אין לערנט און איז באמת אן עובד השם ויראי השם. אזא מענטש דארף מען שטיצן און מחזק זיין (אזא שטייגער ווי הרב ברוך מיללער. און איינער וואס נישט, נישט. נישט קיין נפקא מינא זיין לעצטע נאמען אדער וויפיל מאהל ער איז אן אייניקל פונעם איד הקדוש.
זאגן אז מ׳טאר נישט רעדן בכלל קעגן רבנים, איז נעריש. אבער פונקט אזוי זאגן אז מ׳דארף רעדן קעגן אלע רבנים.
נאכלויפן רבנים איז לאו דוקא א חסידישע זאך, אפילו די חתם סופר רעדט שוין די מעלות פון אנטוהן א מלביש פון א צדיק. אז דו ווילסט קען איך דיר נאכברענגן מקורות פון גדולי הראשונים ואחרונים אויף די זאכן וועלכע ער רופט דא אן דור אנוש.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
זעהסטו? מיט אביסל אינטעליגענטער דיסקוסיע קענען צוויי צדדים קומען צו א צד השוה. יעצט איז די איינציגסטע פראבלעם, אויב מיר האבן זיך נישט אויף וואס צו קריגן דאן וועט דער אשכל אפשטארבן, אשר על כן וועל איך זוכן צו ציען די שמועס ווייטער.
אנטון א מלבוש פון א צדיק איז אנדערש ווי אנטון א מלבוש פון א רבי. אויך איז עס נישט די זעלבע ווי קויפן פארן רבי א עסקעלעיד, פעלץ, 25 טויזענט דאלערדיגע מנורה, קערן די גאסן פאר אים, מפקיר זיין די לעבן פאר אים, זיך אינגאנצן מבטל זיין עד כדי ווערן א שמאטע ספעציעל ווען ער דעזערווט עס נישט. וכן הדין ביי ראשי ישיבות ולאו דוקא רביס. יא אזא התנהגות זעהט אויס ווי עבודה זרה, ווי מען בעט ביים רבין פאר ישועות ווי איידער צום באשעפער, און מען האט מער בטחון אינעם רבי ווי אין גאט.
די נושא פון דערשרעקן צו עס העלפט אדער מאכט קאליע פארדינט אן עקסטרע אשכל. איין זאך איז זיכער אז ווען מען רופט עס אן מיט נעמען ווי ערגסטע עבירה, כליון, ייחוד, יסודות הדת, די עתיד פון כלל ישראל וכדומה, מען ניצט נאר די לשונות צו דערשרעקן און נישט ליטערילי, אזוי ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה און דו אין דיין לעצטע.
את והב בסופה...
אנטון א מלבוש פון א צדיק איז אנדערש ווי אנטון א מלבוש פון א רבי. אויך איז עס נישט די זעלבע ווי קויפן פארן רבי א עסקעלעיד, פעלץ, 25 טויזענט דאלערדיגע מנורה, קערן די גאסן פאר אים, מפקיר זיין די לעבן פאר אים, זיך אינגאנצן מבטל זיין עד כדי ווערן א שמאטע ספעציעל ווען ער דעזערווט עס נישט. וכן הדין ביי ראשי ישיבות ולאו דוקא רביס. יא אזא התנהגות זעהט אויס ווי עבודה זרה, ווי מען בעט ביים רבין פאר ישועות ווי איידער צום באשעפער, און מען האט מער בטחון אינעם רבי ווי אין גאט.
די נושא פון דערשרעקן צו עס העלפט אדער מאכט קאליע פארדינט אן עקסטרע אשכל. איין זאך איז זיכער אז ווען מען רופט עס אן מיט נעמען ווי ערגסטע עבירה, כליון, ייחוד, יסודות הדת, די עתיד פון כלל ישראל וכדומה, מען ניצט נאר די לשונות צו דערשרעקן און נישט ליטערילי, אזוי ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה און דו אין דיין לעצטע.
את והב בסופה...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
יחוד איז אן הלכה נישט א סטראשע, צוויי מענטשן אליינס. קענסט אפשר זיך טענה׳ן בהלכה מיט אים צו עס גייט אריין בגדר צו נישט. און דו ביסט לכאורה מודה אז אין הלכה קען ער בעסער (אפשר אין אינטערנעט קענסטו בעסער..)
בנוגע די וואס לויפן נאך די רבי׳ס וועלכע זענען נישט ווערט א געניצטע טישו פון אן עלעפאנט, דארפסט פארשטיין, זייערע חסידים האלטן אז ער איז יא א גרויסע צדיק.
און דאס ביסטו גערעכט, אז אויב בעט מען פארן צדיק אז ער זאל מאכן א ישועה, אנטשטאט צו בעטן אז ער זאל פויעלן א ישועה, און די זעלבע ביי קברי צדיקים, דאס איז אן ערענסטע פראבלעם להלכה, זייער ערענסט.
בנוגע די וואס לויפן נאך די רבי׳ס וועלכע זענען נישט ווערט א געניצטע טישו פון אן עלעפאנט, דארפסט פארשטיין, זייערע חסידים האלטן אז ער איז יא א גרויסע צדיק.
און דאס ביסטו גערעכט, אז אויב בעט מען פארן צדיק אז ער זאל מאכן א ישועה, אנטשטאט צו בעטן אז ער זאל פויעלן א ישועה, און די זעלבע ביי קברי צדיקים, דאס איז אן ערענסטע פראבלעם להלכה, זייער ערענסט.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
די גרעסטע תלמיד חכם אין די וועלט קען נישט מחדש זיין קיין שום הלכה, צושטעלן איז זייער שיין אבער קיין הלכה ווערט עס נאך נישט, אפשר ווערט עס א גדר, חומרא, מנהג, לכל היותר א לא תסור. איסור ייחוד קען עס ווערן אזוי שנעל ווי א כפרה קען ווערן א קרבן פסח.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי? ווען א מאן טשעט מיט א פרוי אויפן קאמפיוטער (ולאו דוקא קאמפיוטער- פאון איז די זעלבע) איז עס אן איסור יחוד. איך פארשטיי עס זייער. גלייב מיר אז עס איז אסאך מער להלכה ווי א פלארעסנט באלב שבת איסור אנצוצינדען.
מאכן סענס האט גארנישט מיט הלכה. אין די תורה שבכתב און שבע"פ שטייט קלאר וואס איסור ייחוד איז, עס שטייט נישט קיין שום ווארט איבער ייחוד עם אדער דרך האינטערנעט. און די פאקט אז עס איז מער להלכה ווי א פלארעסענט באלב, ע"ז כבר נאמר, טו ראנגס דאנט מעיק עי רייט.,
אבער מיר פארקריכן פינעם נושא פון די אשכל, ע"ז און חסידים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם איז אינטערנעט נישט אוטאמאטיש "א טשעט מיט א פרוי", פונקט ווי טעלעפאון איז נישט "רעדן מיט א פרוי" יא, דאס איז איינער פון די זאכן וואס מ'קען טוהן דערמיט, אבער נישט עקסקלוסיוו.
און אפילו א טשעט מיט א פרוי ווערט נישט ייחוד להלכה פונקט ווי שרייבן א בריוו און רעדן אויפן טעלעפאון איז נישט ייחוד.
אין די תורה הק' שטייט "אלה המצוות, לא תוסיפו ולא תגרעו". טייטשט דער חת"ם סופר לא תוסיפו, פארמערטץ נישט. ממילא לא תגרעו. וועט עטץ נישט פארמינערן. זוכטס נישט קיין נייע מצוות.
דא איז ער זיס מסביר פארשידענע משוגעתן אויף תולה ארץ. אבער נאך אלס נישט עבודה זרה.
http://inskver.blogspot.com/
http://inskver.blogspot.com/