סאיז מיר אינטערעסאנט אז אנדערש ווי אין אלע צייטונגען און מאגאזינען חוץ די גאר היימישע , ווערט אונטער יעדע בילד געגעבן קרעדיט פארן פאטאגראפער, אפילו פאר אייגענע פאטגראפערס, אזוי אויך וועלן נייעסליך וועלכע זענען נישט רעפארטירט געווארן דורך אייגענע רעפארטערס ווערן קרעדיטירט צו די אגענץ וואס האט עס געשריבן, צ.ב.ש. רוטערס, AP, וכדומה.
אבער די היימישע צייטונגען און מאגאזינען געבן קיינמאל נישט קיין קרעדיט פאר קיינעם, אויך פאסירט אפט אז שרייבערס זענען מעתיק גאנצעטע ארטיקלען פון ערגעץ אנדערש, אין די צייטונג הייסט עס "וואס אנדערע זאגן" ער גיבט טאקע קרעדיט, אבער איז עס נישט קיין פראבלעם פון קאפירייט?
מיין פראגע איז דריי פאכיג, פארוואס געבן זיי נישט קיין קרעדיט? יעדער ווייסט אז זיי נעמען פון גויאישע ערטער, סנישט קיין חסרון ביי קיינעם.
צוויי, איז מען נישט מחויב לעגאל צו געבן קרעדיט?
דריי, אפילו מען געבט קרעדיט, ברויך מען נישט אפקויפן די חומר פון די קאפירייט האלטער, אדער באקומען א רשות זיך צו באניצן?
איך קלער אז אויב וועלן זיי מוזן צאלן פאר יעדע בילד און יעדע נייעסל וועט זיך נישט לוינען אויפצוהאלטן קיין צייטונג אין אזא קליינע מארקעטל ווי די היימישע מארקעט, און אז מען צאלט נישט, גיבט מען נישט קיין קרעדיט, מעשה בת היענה, מאיז נישט מכיר אז עס איז יענעמס, אבער וויאזוי האבן זיי נישט מורא אז מען וועט זיי איין טאג סוען, סקומט דאך ארויס בראש כל חוצות, איז עס נישט א פראגע פון צייט?
קען זיין אז זיי האבן עפעס א לעגאלע היתר, אבער דאס איז זיכער אז בלויז ווייל סאיז טרענסעלירט פון איין שפראך צום צווייטן איז נאך נישט קיין בלענקעט היתר.
ווער ווייסט מער דערוועגן?
קאפירייט און די היימישע מידיע
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
קאפירייט און די היימישע מידיע
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
לענ״ד האט זיך אנגעהויבען, אז מהאט גלעבט און עפעס א חלום (עכ״פ און בראשית יארען איז זיכער געווען אזוי) אז קיינער ווייסט נישט פון ווי פונקטלעך זייער מקור פאר די נייעס איז, מהאט מורא געהאט אז דער עולם וועט גלייך קויפן דעם טיימס, און זיי וועלן נישט האבען קיין ליינערס, סא האט מען באשלאסען אז מגייט נישט אויסזאגען דעם סוד, וועט מען זיין געצווינגען צו ליינען נאר אונזער צייטונג.
ענד געס וואט, סאיז זיי געלאנגען, סאיז נאך דא הונדרעטע אידן וואס ליינען דעם איד/בלאט יעדע וואך
אמג (omg( איך כאפ זיך יעצט אויף פול מיט ארטיקלען איז פשוט נישטא קיין מקור, און אויף די וואס יא האט מען דאך מורא געהאט אז מוועט דאבעל טשעקען און מוועט זען אז סאיז פארדרייט למשל פון פרוי אויף מאן וכו׳.
ענד געס וואט, סאיז זיי געלאנגען, סאיז נאך דא הונדרעטע אידן וואס ליינען דעם איד/בלאט יעדע וואך
אמג (omg( איך כאפ זיך יעצט אויף פול מיט ארטיקלען איז פשוט נישטא קיין מקור, און אויף די וואס יא האט מען דאך מורא געהאט אז מוועט דאבעל טשעקען און מוועט זען אז סאיז פארדרייט למשל פון פרוי אויף מאן וכו׳.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אטריביוציע פון וועם פאר וועם? דער המודיע געט קרעדיט פאר יעדע נייעס באריכט וואס סקומט פון איינע פון די נייעס אגענטורן. אין איד און צייטונג איז נישטא קיין ווערבעטים נאכגעשריבענע נייעס פון קיינעם, ס'אלעס היימישע שרייבערס. און לעצטענס אין איד שטייט ביי די בילדער פון וועם ס'קומט עפי"ר שטייט ''JDN'', און אויב איז עס א היימישער וואס איז פונקט דורך אן עקסידענט סצענע למשל און ער כאפט א בילד און שיקט עס אריין, זיי ווילן נישט זייער נאמען פובלישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
יואליש האט געשריבן:לכאורה, צאלן ברויך מען נישט צוליב פעיר יוס. אבער אטריביוציע איז א חיוב מטעם די געזעץ, עטיקס, און זשורנאליסטיק פונקטליכקייט.
פעיר יוז בארעכטיגט נישט צו נוצן יענעמס סחורה, די מעגסט נאר מעתיק זיין א קליין שטיקל (וואס הייסט קליין, וועט מען זיך טענהן אין קאורט, סאיז א פליסיגע טערמין) אויב דו ווילסט יענעם קריטיקירן.
אין אנדערע ווערטער, דו יוזט נישט יענעמס סחורה בכלל, דו באציסט זיך נאר דערויף.
קינות גירושין האט געשריבן:ענד געס וואט, סאיז זיי געלאנגען, סאיז נאך דא הונדרעטע אידן וואס ליינען דעם איד/בלאט יעדע וואך
סאיז נישט דוקא די איד און די בלאט, סאיז די שטערן אויך. רוב ארטיקלען זענען טראנסעלירט אין די הויכע פראצענטן.
זר זהב האט געשריבן:אטריביוציע פון וועם פאר וועם? דער המודיע געט קרעדיט פאר יעדע נייעס באריכט וואס סקומט פון איינע פון די נייעס אגענטורן. אין איד און צייטונג איז נישטא קיין ווערבעטים נאכגעשריבענע נייעס פון קיינעם, ס'אלעס היימישע שרייבערס. און לעצטענס אין איד שטייט ביי די בילדער פון וועם ס'קומט עפי"ר שטייט ''JDN'', און אויב איז עס א היימישער וואס איז פונקט דורך אן עקסידענט סצענע למשל און ער כאפט א בילד און שיקט עס אריין, זיי ווילן נישט זייער נאמען פובלישט.
די היימישע שרייבערס נעמען 90 אויב נישט הונדערט פראצענט פון רויטערס און עי פי.
וואס טוט זיך מיט די בילדער פון די באמבע, ביידע האבן די זעלבע בילד אויפן דעקל פון די מראטהאן אויפרייס, דאס האט מיר געמאכט טראכטן, וויזוי זיי לייגן פראמינענט א בילד אן קיין שום זכיות יוצרים.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"