מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:ארויסנעמען טאקע נישט, אבער ווען מען האט ארויסגעווארפן האט עס שוין יא פאסירט.
מיינסט בני יואל?
דארט איז געווען אנדערש די מעשה מיינעך. זיי האבן דאך א שונא מהר״א און ביי אזא פאל איז אנדערש. דא, וואס וועט מען זאגן? אז מע וויל יא אינטערנעט אן א פילטער?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ידען האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:ארויסנעמען טאקע נישט, אבער ווען מען האט ארויסגעווארפן האט עס שוין יא פאסירט.
דא, וואס וועט מען זאגן? אז מע וויל יא אינטערנעט אן א פילטער?
וויפיל מאל נאך דארף מען דאס איבערזאגן?
מען וויל פשוט האבן א קאמפיוטער אינדערהיים. מיט א פילטער. אסאך מוסדות לאזן דאס נישט!
אנדערע לאזן נישט האבן קיין סמארטפאונס אפילו מיט פילטערד אינטערנעט, נאר לכל היותר אימעיל!
קיינער רעדט נישט פון אומ-געפילטערטע אינטערנעט ח"ו.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
טייערע "פריינדליך" צום ערשט קומט דיר אן אנערקענונג פאר דיין מער ווייניגער ארענטליכע צוגאנג אין די ווכיחים. עס איז א געשמאק צו קענען דיסקוסירען טעמעס מיט איינעם וואס זיין מיינונג איז גאר ווייט פין מיין קאפ אבער א מענטשליכקייט וואס איז נאנט צום הארטץ.
צום ענין, מיר דארפן זיין קלאר מיטן אינטערשייד אז נישט אלס וואס מען איז "בארעכטיגט" איז "ריכטיג" . א ווילדן דוגמא: אז מיינס א שכינה כאפט א שגעון אז אלע טעג ווארטענדיג ביים קינדס באס אויף די הויפט טרעפ שלוקערט זי בערך 20 מאל פער מינוט. און צו מיינע צרות כאפט זיך די שגעון אריבער צו די אנדערע שכנות און די טרעפ ווערט פארוואנדעלט יעדען טאג זייגער 8-10 אין א שליקרטץ דערפעל. כאפ איך א שמועס מיט אייך זיך אפצורעדען מיינע ליידען אז עס גייט מיר צו די נערווען . צו מיין ווינדער איז דיין אנטווארט שארף, אז די טרעפ באלאנגט לעגאל אויך צו איר/זיי און במילא זענען זיי לויט די רעגילוטציעס בארעכטיגט צו שלוקרטצן אזש די אויער זאלמיר צולעכערט ווערען און אז עס געפעלט מיר נישט, זייט מוחל מופט ארויס. עס דאכט זיך אז דאס איז נישט גענטפערט צום ענין. איך רעד דאך נישט איצט צו א 311 איינגעשטעלטער צו פראבירן באגרעניצן מיינע שכנות רעכטען. איך באקלאג מיר פשוט צו א חבר וואסארא חורבן עס איז אז דו צדייקסלעך נוצן זייערע רעכטען אזוי.
אביסל א גרונגערע משל. די וואס באשרייען "שבת" אויף די וואס טראגן מיטן ערוב :עס איז קלאר אז זיי לעבען אין די גבולים פין די קאנסטעטאצינאלע "רעכטען" צו שרייען אינעם רשות הרבים. אבער צו דאס איז א ריכטיגע מהלך החיים איז א ליגיטמע און וויכטיגע נושא צו באטראכטן.
די זעלבע כלפי די נושא וואס מיר באנעמען דא. מיר זענען נישט דא אין פאמיליע געריכט מיט די מוסדות ווי טרוקענע רעכטען איז די לעצטע ווארט. מיר זענען דן דא אויב עס וואלט געווען גלייכער אז די מחנכים זאלן געבען פלאטץ פאר די עלטערען . איז אויב עס איז א בראך אז מען טרויט אינז נישט מיט די קינדערס חינוך, און מען ערלויבט נישט א געזונטע ברייטקייט פאר די עלטערן צו מחליט זיין. דאן איז דאס וויכטיג צו באקלערען און באקלאגען, אפגעעזעהן צו די מוסדות האבען א רעכט דאס צו צווינגען צו נישט. עס איז וויכטיג אז מיר האלטן זיך צו די רעסלען פונעם אשקול און נישט פאהאנקערט ווערן און זייטיגע נקודות ווער עס איז צו באשולדיגן אדער ווער האט אייך געבעטן שטעלען דארט די קינדער. די נושא איז נישט צו די מעגסט טאנצען אויף מיין קאפ, די פראגע איז פארוואס ווילסטו טאנצען דערויף.
די רעכענסט אויס א רייע תקנות מיטען טענה אז אלעס איז לאגיש. א שטייגער ווי מיר וואלטען ווען פארגעשלאגן אז די תקנות זענען איינגעשטעלט געווארן דורך אידיאטן. מיר זענען גרייט מסכים זיין אז די מכנחים זענען מיינסטענס העכט נארמאלע מענטשען, און אז זייערע תקנות האבן א מקור אין לאגיק . די פראגע איז אבער צו דאס איינטיילען און איינצוימען יעדע טריט איז א געראאטענע וועג. אדער זיינע שאדנס זענען פילפאכיג מער ווי די מעלות. אפשר אנשטאט שטעלען א תקנות ליסטע און בעטען אז מען זאל דאס אפשלאגען. וואלט געווען ראטזאם צו שטעלען א פראגע בויגן פאר די חברי "קאווע שטיבל" וועלכע תקנות מען וואלט געראטן צו איינפירן אין די אייגענע קינדערס מוסדות. און אויב שטעלט זיך אויס אז פין די 250 חברים איז דא א מערהייט אדער אפילו א שיינעם מיעוט וואס וואלט ליברשט געוואלט א לייכטערען צוגאנג . דאן איז די פלאטץ צו דערגיין וואס איז די סיבה אז אונזער דעה ווערט נישט געהערט. אדער על כל פנים פארוואס איז נישט דא מוסדות פאר אזעלכע ווי אונז. די כלל איז געווענטלעיך אז אויב עס איז דא קאסטומערס דאן ווערט באשאפן א פראדוקט.
עס איז נישט אויסגעשלאסן צו טענהן אז מיר די אויפגעקלערטע זענען שולדיג אויף די פראבלעמען. ווייל מען קען פין אינז נישט מאכען קיין געלט .מיר זענען זייער בראווע צו בלאגען אנאנאמיש אויפען ברייטען וועב. אבער זאל זיך עפענען א מוסד מיט ברייטערע גבולים, דאן זענען מיר אין מויזן לאך אויף נישט צו געפונען. אונעם קאווע שטיבל אויפן וועב וועלען מיר לויבן די "ברייטע גבולים" אבער אונעם קאווע שטיבל אין שוהל וועלען מיר טענהן אז עס פאסט נישט שיקען דאס קינד צו די מוסד מיט "נידריגע סטאנדערטס". אפשר איז די ענדלגיטיגע לעזונג צו די אלע חינוך קאשמארן. אז מען זאל האבן אן אפציע איינצושרייבן די קונדער אין די מוסדות אנאנאמיש, דורך א ניק סיסטעם פאר די עלטערן.

- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
איך וועל דיר ענטפערען בהעלם אחת, אלמלא עס וואלט געווען א מוסד אן תקנות, וואלטען נאך אלץ אלע שוואכע געוואלט גיין מיטען פרימען מוסד, א ראיה האב פון אר"י ווי די שוואכע ספרדים שלאגען זיך יאר איין און יאר אויס צו ווערען אנגענימען ביי מוסדות וואס איז העכער זייער סטאנדערט, יעדער וואס ליינט אר"י נייעס זעט עס יעדעס יאר,
די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
פריינדליך האט געשריבן:איך וועל דיר ענטפערען בהעלם אחת, אלמלא עס וואלט געווען א מוסד אן תקנות, וואלטען נאך אלץ אלע שוואכע געוואלט גיין מיטען פרימען מוסד, א ראיה האב פון אר"י ווי די שוואכע ספרדים שלאגען זיך יאר איין און יאר אויס צו ווערען אנגענימען ביי מוסדות וואס איז העכער זייער סטאנדערט, יעדער וואס ליינט אר"י נייעס זעט עס יעדעס יאר,
די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
דיין הנחה אז א מוסד אן תקנות איז א שוואכרע מוסד איז בכלל נישט מוכרח, די יסוד קומט פין א תקנותדיגע חינוך.
ס'איז זייער מעגליך אז ווען עלטערן זענען מחנך זייערע קינדוער וואלט געווען א גזונטרע חינוך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:דיין הנחה אז א מוסד אן תקנות איז א שוואכרע מוסד איז בכלל נישט מוכרח, די יסוד קומט פין א תקנותדיגע חינוך.
ס'איז זייער מעגליך אז ווען עלטערן זענען מחנך זייערע קינדוער וואלט געווען א גזונטרע חינוך.
פראביר בעסער און קלארער מסביר צו זיין דיינע ווערטער, גיב א דוגמא ווי דער תקנות חינוך שטערט פאר עלטערען חינוך? לגבי וועלכע נושא וואלטען די עלטערן געמאכט א בעסערן דשאב ווי די מוסד?
דרך אגב, איך קען נישט און נוי יארק קיין צען עלטערן וואס האבן די צייט, געדולד, מוח פאר די חינוך פון זייערע אייגענע קינדער, קען זיין אז און אנדערע שטעט איז אנדערש,
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
פריינדליך האט געשריבן:די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
די שאלה איז וואס דער פסוק מיינט מיט "בעסער". איך האף מיינע קינדער וועלן אויסוואקסן בעסער ווי איך -- מיט אנדערע השקפות ווי איך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
די שאלה איז וואס דער פסוק מיינט מיט "בעסער". איך האף מיינע קינדער וועלן אויסוואקסן בעסער ווי איך -- מיט אנדערע השקפות ווי איך.
אקוראט! "בעסער" איז א סוביעקטטיווע ווארט. כ'קען געניג עלטערן וואס ווילן די קינדער זאלן אויפוואקסן "אנדערש" פון זיי, און פריינדליך וועט עס פילייכט אנריפען "ערגער."
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך ווייס נישט צי דא איז דאס ריכטיגע ארט דערפאר, אבער זינט מיר האבן דא משמרת נ"י וואס ארבעט אראונד-די-קלאק פאר אונזער וואוילזיין, זאל ער עס מוחל זיין און אוועקרוקן אויב עס פעלט זיך אויס.
דא איז א שטיקל פון "דער בלאט" צייטונג, וואו ער טוט ערהאלן אז די איינציגסטע שטעקן וואס מען קען היינט נוצן אנטקעגן די עלטערן איז די "מוסדות התורה".
אבי זיי זענען מודה אז זיי נוצן א שטעקן. אוי לאותה בושה.
דא איז א שטיקל פון "דער בלאט" צייטונג, וואו ער טוט ערהאלן אז די איינציגסטע שטעקן וואס מען קען היינט נוצן אנטקעגן די עלטערן איז די "מוסדות התורה".
אבי זיי זענען מודה אז זיי נוצן א שטעקן. אוי לאותה בושה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
איך פארשטיי נישט, דער שרייבער/עורך פון בלאט האט נישט די שכל אז אזא זאך שרייבט מען נישט ארויס קליפ און קלאר? אזא פארגראף שרייבט מען ברמיזה אז "אלע ערנסטע מחנכים זעען איין די פראבלעם און דערפאר וועלן זיי נישט קענען צולאזן אז ביי זיי אין ת"ת זאל זיך געפונען א אינגל פון א משפחה וועלכע איז עובר אויף די תקנות" וכו'.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
יתכן אז דער עורך האלט גלייך ווי די, און איבער שרייבט ער אזוי.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
מיט די "שטעקן" וואס ריפט זיך מוסדות התורה פייניגט מען יעצט 6 זיסע קינדערלעך ווייל זיי האבן א משוגענע טאטע
http://www.anashnews.net/default.aspx?p ... cleID=4134
http://www.anashnews.net/default.aspx?p ... cleID=4134
יעצט זעה איך אז פרידמאן האט היינט געווינען זיין קארט קעיס , און בעלז מיז אריינעמען זיינע קינדער
http://bshch.blogspot.com/2012/12/blog- ... 9.html?m=1
http://bshch.blogspot.com/2012/12/blog- ... 9.html?m=1
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך האב יעצט דאס ערשטע מאל געטראפן דער אשכל, איך האב זייער הנאה געהאט פון די שמועס, עס איז כמעט נישטא וואס צוצולייגן.
דא האט איר א בריוו וואס באבוב (רב"צ) האט לעצטענס אהיים געשיקט פאר עלטערן תקנות איבער ברילן.
דאס מערסטע האב איך ליב געהאט צו ליינען איבער די ברילן מיט הענטלעך וועלכער פארמאגן נישט איידעלע אויפשריפטן. איך ווינדער מיר וואס פארא נישט איידעלע ווערטער ברילן קענען האבן.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איינער קען מסביר זיין וואס ס'גייט פאר אין די באבובע (רב"צ) מוסדות? זעהט אויס אז אין אפאר יאר איז זיין גאול צו זיין די פרומסטע מוסד\חסידות אין ניו יארק, איך האב משפחה וואס איז א טיטשער דארט, מבהיל על הרעיון אז באבוב וואס האט אמאל געמיינט די "באדערענע" קינדער וואס רעדן יונגליש, זאל דורכגיין אזא טראנספארמאציע, אזש, נישט צו דערקענען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וואס ס'גייט פאר אין די באבובע (רב"צ) מוסדות? זעהט אויס אז אין אפאר יאר איז זיין גאול צו זיין די פרומסטע מוסד\חסידות אין ניו יארק, איך האב משפחה וואס איז א טיטשער דארט, מבהיל על הרעיון אז באבוב וואס האט אמאל געמיינט די "באדערענע" קינדער וואס רעדן יונגליש, זאל דורכגיין אזא טראנספארמאציע, אזש, נישט צו דערקענען.
סאיז א ריזאלט פון אכשר דרא
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איר רעכנט נישט האבן די קעיק און אויך עס אויפעסן. רב״ץ איז פאר זיך זייער א פרומער, פלוס ער איז נישט צו סענסיטיוו צו די געברויכן פון זיין געמיינדע, ער זוכט צוצופאסן די קהילה צו זיך, נישט זיך צו די קהילה. (עס געשעט סייווי ביי כמעט יעדע חסידות, אז נאך אלעם ווערט די חסידות אויסגעפארעמט לויטן רבי׳ן, אבער געווענליך איז עס א פאסיווע לאנגיעריגע השפעה נישט אזא אקטיווע ווי אין באבוב) פלוס ער דארף נאך זיין קאמפעטישאן מיט רמ״ד וואס האט אייביג געהייסן פרומער מילא יעדע פרומע זאך וואס מען טראכט אז דער צד שכנגד ווער אפשר טון דארף מען דאך פארלויפן דעם וועג. (און די זעלבע ביים אנדערן זייט. היינו דאמרי אינשי קאמפעטישאן בויט).
און בעוונותינו שרבו, יצאו מהם מה שיצאו.
און בעוונותינו שרבו, יצאו מהם מה שיצאו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)