קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

איך האב אזא חקירה.
ווען מען טרעפט עמיצן וואס האט איבערגעלאזט אונזער גלויבן און געווארן למשל א אטעאיסט, אדער אגנאסטיק, שוין נאכדעם וואס ער האט געהאט תאוות און עובר געווען אויף די תורה אדער למשל נאכדעם וואס ער איז געווען אומצופרידן מיט די געזעצן און מצות וואס אונזער תורה באפעלט. איז דאס א באווייז אז ער איז באמת נישט אינגאנצן איבערצייגט געווארן אין זיין שיטה אהן טראגן א נגיעה דערמיט?
נאר וויבאלד ער וויל לעבן אהנע גילט (שולד געפיהלן) נעמט ער אהן א שיטה וואס גיט אים די רעכטן צו פירן אזא לעבן? אבער בעצם ווען ער זאגט מיינט ער עס נישט ערנסט טיף אינעווייניג, נאר ער פרובט זיך אליינס איינצורעדן אז ער גלייבט דערין?? (אדער זוכט נישט גענוג דעם עכטן אמת?)
אדער ניין. מ'קען זאגן אנדערש.
כ"ע מודי (דאס איז אמת), אז ווען מ'רעדט למשל פון א עכטן גוטן קאפ. א ת"ח עצום וואס האט יארן געהארעוועט און קען שוין אונזערע ראשונים און דענקער אויסנווענדיג, (א מדקדק בקלה כבחמורה לויטן שולחן ערוך) און דאן ווערט ער עקספאזד (אנטבלויזט) צו די פרעמדע פיליזאפיע אדער סייענס - און פארלירט די אמונה, אזא איינער איז זיכער באמת איבערצייגט אין זיין אטעאיזם אדער איגנאסטיציזם.
אבער אפילו אונזער ערשטער ביישפיל קען מען פארשטיין אנדערש.
ווען אלעס איז אים גוט געגאנגען אין לעבן. ער איז נישט געשטאנען פאר א פרשת דרכים. ער האט נישט געוואוסט פון קיין פרעמדע תאוות, און פון געוואוינהייט לייכט געהיטן די מצות מיט וועלכע ער איז אויפגעצויגן געווארן. האט ער זיך פשוט נישט אפגעשטעלט טראכטן, צו דאס וואס ער גלייבט איז יא ריכטיג אדער נישט. (פשוט ווייל רוב וועלט טראכט נישט) אבער ברגע עס האט אים געטראפן א דראסטישן ווענדפונקט אין לעבן, (למשל צוליב תאוות, עניות, פאליטיק, שלום בית אישוס, געזעלשאפט דערדריקונגען) האט ער זיך געזען שטיין אויף א פרשת דרכים, דארפענדיג מאכן א דעסיזשן וועלכע וועג אויסצוקלייבן, און ממילא האט ער זיך גענומען טראכטן, און טאקע יא! אליין צוגעקומען צום פוהלן איבערצייגונג אין זיינע נייע אדאפטירטע שיטות. ? (פארשטייט זיך נאכן צוקומען צו זיינע שיטות, ווערן די תאוות אויס עבירות. ס'איז פשוט א חלק פון די נאטור)
די חילוק וועט כאפן למשל, ווען לאמיר זאגן דו כאפסט א שמועס מיט אים, (חלילה) און דו זעסט אז ער רעדט דברים של טעם, צו דו זאלסט אים דן זיין תיכף און אפפסלען אויב איז ער פון אונזער ערשטע סארט, איי דאס וואס דו קענסט אים נישט פארענטפערן?!
נו נו.. דו ביסט דאך נישט דער גרעסטע חכם. סאו ער קען גוט ארומדרייען/אריינטייטשן און אויסדרייען סייענס/פיליזאפיע פאר זיין שיטה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
ווייסט מען דאך אז פגם הברית איז מערער די הייליגע אמונה וואס ליגט אין יעדן יוד בתולדה און נאכדעם קענסטו האקן קאפ אין וואנט.
איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער די אמת.
די פראגע איז פארקערט, די אלע גרים און בעלי תשובה האבן אנגעזעצט מיט זייערע תאוות און דערפאר געזוכט ספירוטואליטי אדער געווארן מאמינים פון אנערקענונג און דערפאר זיך גודר געוועהן בעריות?
איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער די אמת.
די פראגע איז פארקערט, די אלע גרים און בעלי תשובה האבן אנגעזעצט מיט זייערע תאוות און דערפאר געזוכט ספירוטואליטי אדער געווארן מאמינים פון אנערקענונג און דערפאר זיך גודר געוועהן בעריות?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
א נקודה למחשבה.
ס'איז נישט דריי אפציעס. ס'איז צוויי. די צווייטע פאראגראף וועט יעדער מודה זיין אז דא איז ער טאקע פוהל איבערצייגט. און געווענליך וועט פאר אזא איינעם אויך נעמען יארן ביז ער קומט צו צו זיין ענדגילטיגע שיטה, ווייל דאס לערנט זיך ווי פארשטענדליך נישט, אויף איין מינוט..
קוק צוריק, כ'האב אביסל פארראכטן.
איז כ'פארשטיי נאכנישט וואס דו זאגסט "איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער אמת". ס'איז איינס פון די צוויי. ס'קען נישט זיין ביידע. (איך רעד נישט דא פון קיין פוסטע קעפ. - א.ג. באמעס) איך וויל וויסן וויאזוי דזשאדזש'ד מען זיי.
און ס'איז שקר! דו ווילסט מיר זאגן אז אפיקורסות איז אייביג דירעקט צוליב פגם הברית?
אפשר זאגסטו אז אמונה איז אויך לינק'ד מיט פגם הברית?!. ווייל דו גלייבסט נאר וויבאלד דיין טאטע האט געהאט תאוות, און דיך אראפגעברענגט אויף די וועלט?!. "תאווה איז נישט אלעמאל א סתירה מיט גלויבן"
און פארוואס זעהן מיר נישט אז יעדע גוי וואס פארלירט די פגם הברית הויבט פלוצלונג אן ציעהן צו גלויבונג. אדער אז דער אפיקורס פונדערהיים זאל האבן צוריקגעקומען צו זיין אמונה ביי די אכציג?!
ס'איז נישט דריי אפציעס. ס'איז צוויי. די צווייטע פאראגראף וועט יעדער מודה זיין אז דא איז ער טאקע פוהל איבערצייגט. און געווענליך וועט פאר אזא איינעם אויך נעמען יארן ביז ער קומט צו צו זיין ענדגילטיגע שיטה, ווייל דאס לערנט זיך ווי פארשטענדליך נישט, אויף איין מינוט..
קוק צוריק, כ'האב אביסל פארראכטן.
איז כ'פארשטיי נאכנישט וואס דו זאגסט "איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער אמת". ס'איז איינס פון די צוויי. ס'קען נישט זיין ביידע. (איך רעד נישט דא פון קיין פוסטע קעפ. - א.ג. באמעס) איך וויל וויסן וויאזוי דזשאדזש'ד מען זיי.
און ס'איז שקר! דו ווילסט מיר זאגן אז אפיקורסות איז אייביג דירעקט צוליב פגם הברית?
אפשר זאגסטו אז אמונה איז אויך לינק'ד מיט פגם הברית?!. ווייל דו גלייבסט נאר וויבאלד דיין טאטע האט געהאט תאוות, און דיך אראפגעברענגט אויף די וועלט?!. "תאווה איז נישט אלעמאל א סתירה מיט גלויבן"
און פארוואס זעהן מיר נישט אז יעדע גוי וואס פארלירט די פגם הברית הויבט פלוצלונג אן ציעהן צו גלויבונג. אדער אז דער אפיקורס פונדערהיים זאל האבן צוריקגעקומען צו זיין אמונה ביי די אכציג?!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
און אמאל איז דא ווען ער לאזט איבער תורה ומצוות בלויז לשם תאוה ה"י. א חלק פון זיין מאכן א לעבן איז אז ער ליינט זיך אן מיט ספרי מינות, ער קערט זיך אן מיט נישט ערליכע חברותא און ער ווערט עקספאזט צו די פרייע קולטור. ער ווערט נאכדעם באמת איבערגעצייגט אין זיינע מיינונגען און טעאריעס.
איז זיכער אז כל ימי חייו איז זיין מיינונג קיין מיינונג, וועט ער שטענדיג בלייבן דער לייכטזיניגער באם וואס גלייבט באמת אין גאט און זוכט כל ערליי תירוצים צו באפרידיגן זיינע תאוות?
אדער איז יא מעגליך ער זאל צוקומען צו אן אייגענע אינטעלעקטואלע מסקנא אפילו ער איז אמאל געווען א בעל תאווה?

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
נישטא נאך אזא תאוה ווי וועלן בלייבן מיט אלעס וואס מ'איז אויפגעצויגן געווארן און זיך נישט מנתק זיין פון אלע הרגשים און געוואוינהייטן פון דער יוגנט.
דאס איז די כונה פון ר' אלחנן אז דער כופר וואס האט קיינמאל באקומען א תורה'דיגן חינוך וויל ענדערש בלייבן מיט זיין לייפסטייל און זוכט נישט מכיר זיין דעם אמת.
לפי זה האבן מיר אלע א תאוה צו בלייבן ביי אידישקייט, גארנישט ווייניגער ווי דער כופר וואס בלייבט מיט זיין כפירה!
לכאורה זענען ביידע ריכטיג און נישט אלע זענען גלייך, אמאל קמוט עס מחמת כפירה אמאל, מחמת תאוה. במחנינו איז עס רוב מאל מחמת פארלוירנקייט, איינזאמקייט, יאוש, צעבראכנקייט, עצבות, רדיפות, און אביוז.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך בין איבערצייגט אז ס'איז דא מענטשן לכאן ולכאן, און ס'איז נישט פארהאן א כלל דערין.
אז מ'רעדט שוין פון איבערלאזן, איז כדי אנצומערקן אז "איבערלאזן" איז א דראסטישע שריט וואס קען טאקע ווערן געטריבן פון געזעלשאפטליכע פראבלעמען, אבער דאס איז א מאוו וואס א מינאריטעט (יעצט פרעג מיר אפ) נעמט אונטער שוין נאכדעם צו בעפאר וואס זיי זענען מחליט אז זיי לעבן סייווי א דאבעלטע לעבן.
צאללאזע דרייען זיך ארום בתוכינו און טיילן מיט די זעלבע ספיקות צו מסקנות איש לפי ערכו, און "לאזן" זיך פיזיש נישט אפ.
ס'אחוץ פונדעם וואס פילע זעלבס געקרוינטע אטיאיסטן ווייסן בכלל נישט דעם סענסעטיווקייט פון דעם ווארט, ביי זיי גייט דאס פון עסן פיש מיט די הענט, ביז א זיכערע לייקענונג אין א קריעטאר.
קענסט זיי פרעגן א מינוט קשיות, און זיי וועלן באשליסן צו סך הכל קומט זיי נישט צו גלייבן אז תורה מן שמים הוא.
דאס הייסט אין איין גורל'דיג מינוט האט די יוניווערז בייגעוואוינט א מאסיווען אויפוואכונג, פון אן מיסטעריעזן עקסידענט ביז געטליכע כוחות אא"וו.
פילע דערפון ווייסן בכלל נישט וואס אגנאסטיק מיינט, און נאכמער ווייסן נישט וואס א דיעסט מיינט, אבער א שטאלצן עטיעסט איז ער.

יאנקל האט געשריבן:
עס זענען פאראן מענטשן וועלכע זענען געבוירן געווארן גענצליך אן רעליגיע און שפעטער אין לעבן זענען זיי מחליט צו ווערן קריסטן אדער בודיסטן, וכדומה. מיר זענען דאך אלע מודה אז יענער איז נישט געווארן א קריסט ווייל ער האט באמת "איינגעזען" מתוך הכרה אמיתית אין דעם אמת פון דעם קריסטנטום, ווייל מיר ווייסן דאך אז דער קריסטנטום איז נישט אמת. נאר פארוואס דען איז ער געווארן א קריסט? מסתמא מחמת א רצון צו דערפילן אן אינערליכע תשוקה, אדער צוליב דער השפעה פון חברים, אדער ווייל ער איז "איבערצייגט" געווארן דורך פסעוודא-ראציאנאלע ארגומענטן.
הייסט עס ווען איינער איז מחליט אז קריסטענטום איז אמת, (איך קאן אזעליכע), ווייל "ער" האט אזוי "איינגעזעהן", מיינט ער דאס נישט ווייל ער האלט עכט אז קריסטענטום איז דער "אמת", ווייל "מיר אידן" זענען מודה אז יאשקעס נביאות איז פוסטע חלומות?
א פשוטע וועג צו וויסן, אויב גייט ער אין קאלעדש, נעמט איין גירל פרענד און טשיט נישט אויף איר, וויל אויפוואקסן א לויער אדער סיי וועלכע געלערנטער, איר ער א פורק עול נאר פון אידישקייט, על כרחך איז אידישקייט געווען זיין פראבלעם.
אויב ווערט ער א פורק עול אין אלע הינזיכטן, ליגאל און מענטשליך, דאן איז א גרעניץ און א שיעובד בכלל געווען זיין פראבלעם, גארנישט מיט אידישקייט. כנלענ״ד

- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איז אויך גוט, ווילאנג ער איז מענטשלעך
ממי חלומ'ט פון זיין א געלערנטער, זיין קאפ דרייט זיך דארט. ס'איז לאו דוקא.

דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יואליש האט געשריבן:גימפל האט געשריבן:און אויב איינער וואס איז געבוירען רעליגיעז און בלייבט אזוי א גאנץ לעבען, איז פשט ער איז רעליגיעז ווייל ער איז צו געקומען דערצו מתוך הכרה, אדער ווייל ער האט קיינמאל נישט געטראכט במילא איז ער געבליבען מיט די רעליגיע וואס ער איז געבוירען געווארען?
ווער רעדט נאך אויב ער לעבט אפ זיין לעבן אויף פוד סטעמפס, עזר למזון, תומכי שבת, גמ"ח הלואות און טיי אווענטס?
יואליש, וואס מיינסטע צו זאגן? אז די שטארקע סיבה אויף צו בלייבן איז מכח עזר למזון? איז דען נישטא ביי די אטעאיסטן וואילטעטיגע ארגאניזאציעס פאר ברויכנדע?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
מאכט עס דען א גרויסע נפק"מ צו מען איז קודם געווארען א בעל תאווה אדער קודם אן אפיקורס?
למעשה זענען ביידע אפיקורסים.....
(בעלי תאווה זענען מיר אלע..........)
למעשה זענען ביידע אפיקורסים.....
(בעלי תאווה זענען מיר אלע..........)
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:מאכט עס דען א גרויסע נפק"מ צו מען איז קודם געווארען א בעל תאווה אדער קודם אן אפיקורס?
למעשה זענען ביידע אפיקורסים.....
(בעלי תאווה זענען מיר אלע..........)
עס כאפט א נפק"מ צו די קענסט האבן אן ערענסטער שמיעס מיט אים
אויב איז ער א בעל תאוה וועט קיין שום הוכחה נישט העלפן
לגבי די עצם שאלה וואלט איך געזאגט אז רוב רובם זענען בעלי תאווה.
עס זענען דא געציילטע וואס זענען געווען צופרידען מיט זייער לעבען און זענען פשוט געווארן אויפגעקלערט.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קינות גירושין האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:א פשוטע וועג צו וויסן, אויב גייט ער אין קאלעדש, נעמט איין גירל פרענד און טשיט נישט אויף איר, וויל אויפוואקסן א לויער אדער סיי וועלכע געלערנטער, איר ער א פורק עול נאר פון אידישקייט, על כרחך איז אידישקייט געווען זיין פראבלעם.
אויב ווערט ער א פורק עול אין אלע הינזיכטן, ליגאל און מענטשליך, דאן איז א גרעניץ און א שיעובד בכלל געווען זיין פראבלעם, גארנישט מיט אידישקייט. כנלענ״ד
און אויב וואקסט ער אויף א טרעקטאר דרייווער, א מינע גרובער, א סעקיוריטי גארד, אדער קאר מעכאניקאר?
איז אויך גוט, ווילאנג ער איז מענטשלעך
ממי חלום׳ט פון זיין א געלערנטע, זיין קאפ דרייט זיך דארט, סאיז לאו דוקא.
א גרויסע טעות וואס אסאך מאכען, אז אויב די זעלבסט געקרוינטע אפיקורס מאכט א לעבן, ארבייט נישט געהעריג, לעבט חיי אישית מיט יעדעם וכדומה איז א קלארע ראי' אז ער איז סתם א בעל תאוה.
די אמת איז אבער אז תכלית אין מאראל זענען בעצם נאר נוגע אויב א גאט האט אונז באשאפן. אויב א גאט האט אונז באשאפן דאן מוז זיין א תכלית פארוואס מיר זענען דא. אויב וויל מען וויסן וואס אונזער תכלית איז קוקט מען אריין אין די תורה אדער להבדיל אינעם בייבל, קאראן, בוך אוו מארמאן אדער סיי וועלכער רעליגיעזע בוך און דארט שטייט וואס מיר דארפן טון.
איינער וואס גלייבט אבער אז מיר זענען דא דורך א ביג בענג, דאן זענען מיר דא ווילאנג מיר זענען דא בטעות אן קיין תכלית, דאן קען מער קיינער נישט איינטיילן וואס הייסט מאראל, פעלט שוין נישט אויס קיין פריה ורביה.
ז
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
וואס איך האב געמיינט אבער ארויס צו ברענגן איז אז איינער קען קודם פיליזאפעש ווערן איבערגעצייגט אין עווילושען, ביג בענג וכדומה, און דערנאך אראפווארפן אלע גדרים. בקיצור, ס'נישט קיין ראי' פון דעם אז ער איז א רודף אחר תאווה אז דאס איז זיין סיבה פון זיין פריקת עול, עס איז מעגליך אז דאס פריקת עול איז די סיבה פארן ווערן א בעל תאווה.