באגריסונגען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6958
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 5108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6794 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 4466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 4466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 364 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל
שוין עטליכע מאנאט, וואס מיין זעהל ערלויבט מיר נישט קיין רוה, און מיין געוויסן פייניגט מיר, אבער עס גייט נישט, בשום אופן.
איעדן אינדערפרי, ווי נאר איך טרעט אראפ פון בעט, נאך איידער איך שטעל אריין די פלאסטיקעס אין מיינע פארקלעבטע פארשלאפענע אויגן, גיי איך גלייך אהין, אזוי הייבט זיך מיר די טאג אן.
דארט אין א ווינקל געפונט זי זיך, נישט אלע ווייסן פון איר עקזיסטענץ, אבער פולע אידן (מערסטנס מאנס פערזאנען) קומען אהין, פארברענגען געשמאק, דעבאטירן אביסעלע, שעפן פרישע כוחות, עס רופט זיך קאווע שטיבל.
איך שפאן אהין שטילערהייט, איך שטעל זיך אונטערן טיהר, אויפן שפיץ פינגער, דו ריח פון קאווע דרינגט אריין אין מיין אידישע (אביסעלע לענגער וואו אין אנדערע ראסן) נעזעלע, די טאן פון קופערניקוס׳ענס דוסקוסיע מיט זר זהב׳ען, געמושט מיט א הייסע דעבאטע צווישן לעמאן דזשוס אין קאווע טרינקער, איך שלונג די ווערטער מיט מער דארשט ווי זיי די קאווע, דאס הארץ גליסט, די מח פיבערט, איך וויל זיך גיבן א כאפ אריין און לאזן פאלן א מיינונג, אבער איך קען נישט צוזאם קראצן דו ענערגיע וואס פעלט אויס, איך ווייס נישט צו עס איז ווייניג זעלבסט זיכערהייט, צו א צווייטע אורזאך, אבער עס איז מיר שווער זיך צו ברענגען דערצו, איך בין זיכער אז פאר אפאר טאלער, קען מיר עפעס א שטודירטע פסיכאלאג אהירשטעלן מער לאטיינישע טערמינען וואו וויפיל נעמען יתרו האט געהאט, אבער דאס העלפט מיר נישט, איך מוז זיך שטארקן! איך קען עס מאכן! איך וועל אריינגען! און יא!! דא בין איך!!
דו קאווע בונדלעך וואס איך האב נארוואס אריינגעשטעלט אונעם קליין מיל׳עכל מיינער, זענען שוין פערטיגע שטויב, דאס פאפירענעם זייער׳ל ליגט שוין אריינגעקוועטשט אונעם קאווע מאשינדעל, וואסער איז שוין אויך דא, יאלא! מ׳גייט טרינקן! ווער וויל מיך מקרב זיין?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאן דאמר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill