לענ"ד איז בעסער צו חתונה ווי שפעטער, צום ווייניגסטענס זאל שוין דער בחור האבן א סאורס אף אינקאם, דאס פארמיידט אסאך פראבלעמען.
און די קאפעל זאל אויסצאלן מער ווייניגער זייער חתונה (ס'איז א שיינע זאך אויב די עלטערן קענען אביסל ארויסהעלפן). פאר העווענס סעיק קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט מ'דארף קויפן טייערע פוירניטשער פאר די 2 בעביס? עניוועיס, ס'איז א גזירה מן השמים ואין לך רשות להרהר אחריה).
Town 1 איז גערעכט, מ'זארגט זיך אזוי פאר די נסיונות, ס'איז א חומרא וואס איז אתי לידי קולא ,וד"ל
זר זהב, איך וואלט דיר געבעטן זאלסט אראפנעמען דעם לייק פון מאראנצןזאפט פאר די חוצפה וואס ער האט אנצורופן גרושים "א קעיס",
ביותר מזה, איך קען פערזענליך בערך 200 היימישע גרושים, אלע פון זיי זענען געלונגענע יונגעלייט (די גרושים קומען זיך כסדר צוזאם...), סך הכל האבן זיי געהאט די שטארקייט, די self esteem און די confidence וואס אנדערע האבן נישט, און געטון וואס איז גוט פאר זיי, און זיך נישט גערעכנט מיט אזעלכע פאררוקטע און קראנקע מענטשן, מענטשן ווי דיר וואס לעבן נעבעך פאר די גאס, peer preasure.
מאראנצן: וועלכע גרוש וויל אפי' א מיידל , מ'דארף זיי מחנך זיין פון א', איך וויל נאר א גרושה מיט לייף עקספיריענס! און וואס הייסט ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט? גלייב מיר ס'איז שוין איין מאל דא, איך האב שוין געשריבן וועגן דעם אויף א אנדערע פלאץ, ס'איז דא פיינע צוגעשטעלטע זאכן פאר סינגעלס (איך קען דיר אזויפיל זאגן, אז ווען חתונה געהאטע אינגעלייט הערן וואס אונז האבן אלס, גייען זיי אויס פאר קנאה...)
ס'איז אמת אז אמאל האבן עלטערן נישט געלאזט די קינדער אהיים קומען, איך ווייס נישט אויב דאס איז דווקא וועגן די געלט, ס'איז מער געווען אזוי די מיינד סעט, און נעבעך וויפיל קראנקע קינדער זענען ארויסגעקומען פון אזעלכע שטובער.
וואס איז שלעכט אז מ'גייט צו א טערעפיסט? וואס דען מיינט דער פסוק עשה לך רב? א רבי וואס האט אסאך לעלאס און ער קען פרעסן קוגל? וואס איז דען שענער ווי אז א מענטש גייט צו א פערזענליכע טערעפיסט וואס פארשטייט תורת נפשות און העלפט דיך שטייגן אין מידות? ס'איז לאו דוקא אז נאר ווען מ'האט פראבלעמען נאר דעמאלס זאל מען גיין פאר הילף, ועוד, רוב מאל וועלן זיי העלפן ביידע אייניג, פארוואס זאל ער זיך אננעמען פאר איינעם?
איך וועל מסיים זיין און נאכאמאל אראפ ברענגען מתוך חיבה, דברי חברי היקר לעיקוואד:
לעיקוואד האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:בקיצור, מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.
זיי משים לב אז מיט יעדע מאל וואס דו חזר'סט איבער דער טענה, אפילו אז דו זאגט עס אזוי מיט א ווייטאג און אין א קאנטעקסט פון טענה'ן אז ס'נישט ריכטיג און וועלט איז נישט וועלט וכו', דינסטו נאר ווייטער ממשיך זיין דער נארישער סטיגמה וואס איז שולדיג פאר רוב פראבלעמען וואס גרושים האבן. אויב האלטסטו טאקע אז וועלט איז נישט וועלט און אז מיר מעגן אנהייבן קוקן אויף אלע מיני יוצאי דופן וואס זייער לייף סטארי איז נישט פונקט א קאט ענד פעיסט פון די סעריע קינדער ביכער "יענקי גייט שוין אין חדר", "יענקי האט שוין בר מצווה", "יענקי האט שוין חתונה", "יענקי מאכט שוין חתונה אייניקלאך", אזויווי יומען בייגס ווי ס'קומט זיך זיי, זאלסטו קיין איין מאל נישט דערמאנען די אלע נארישע סטיגמעס. וועסט זעהן ממש בדרך נס, אז אויב מיר וועלן אויפהערן זאגן, "טאקע ס'נישט ריכטיג, אבער אין די גאנצע גאס איז אזוי.." , און אזוי ממשיך זיין צו perpetuate די אלע נארישקייטן, וועט מען זיך מיטאמאל טרעפן אין מצב אז דער מיסטעריעזער "ר' גאס" וועט אויפהערן אזוי צו זאגן און אנקוקן, און ס'וועט זיין בעסער פאר יעדן איינעם.