געטליכע חטאים(זינדיגען אין נאמען פון גאט)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

געטליכע חטאים(זינדיגען אין נאמען פון גאט)

שליחה דורך מאטי »

געטליכע חטאים(זינדיגען אין נאמען פון גאט)
פון הרב סיימאן דזעקאבסון.

אלע ווייסן מיר דער פשוט׳ער מיינונג פון די ימי הספירה ,אפילו די גאר קליינע טאדלערן זינגען מיט א תמימות ר עקיבא׳ס תלמידים זענען (נישט) [יא] וואויל געווען [אבער] זיי האבן פארגעסן א מידה וואס איז שיין ליב האבן א חבר אזוי ווי זיך אליין.
דאכט זיך די קשיא איז א פשוט׳ער. מיר ווייסן דאך אלע פון דער מערסטן באקאנטען מאמר פון זייערס א רבי׳ן. אמר רבי עקיבא ואהבת לרעיך כמוך זה כלל גדול בתורה. אלזא, זיינע אייגענע תלמידים זאלן האבן א שוואכקייט דייקא און אט די מדה וואס ר׳ עקיבא האט אזוי עמפיזירט דערויף?

און דאס וואס מיר מאכן א זכר פון זייער נישט גוטע הנהגה לאזט זיך אויך פרעגן פארוואס? וואו נאך מאכן מיר א זכר פון גוטע אידען׳ס שוואכקייטן? 

ועוד, פארוואס קומט זיי מיתה? אזא הארבע עונש אויף א מצוות עשה הערט זיך אביסל איבערגעטריבן.

די וואכעדיגע סדרה הייבט זיך אן וידבר ה׳ כו׳ אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה׳ וימותו.
מיר ווייסן אלע פון פרשת שמיני אז נדב ואביהו האבן מקריב געווען אן אש זרה און א פייער פון גאט איז אריין און זיי און זיי זענען פארברענט געווארן. יעצט די וואך זאגט ה׳ צו אהרן טו נישט נאך וואס זיי האבן געטון, און אזוי וועסטו אויך נישט שטארבן (רש״י).

וואס ליגט אונטער די פגם פון נדב ואביהו? האבן זיי געטון רצון ה׳ אדער ניין?

פון איין זייט זענען זיי געווען גאר הויעך אנגעקומען ממש נאנט צו גאט, ״בקרובי אקדש״. פון די אנדערע זייט האבן זיי מקריב געווען אן אש ״זרה״, א פרעמד פייער! אזא פייער וואס דארף נאך זיך א ווארענונג צום כהן גדול טו נישט אזווי זיי האבן געטון.
וואס איז דער געוואלדיגער לימוד וואס אהרן דארף זיך ארויסלערנען דערפון אז ער מוז ווערן אנגעזאגט, טו נישט אזוי.

דער שליסל צו די אלע תמיהות ליגט אינעם ווארט אש,די נאטור פון פייער.

פייער איז חשק/תשוקה/ענטוזיאסיזם/דרייוו. אזא מין שטארקע ברענעדיגע אומקאנטרלירבארע געפיל וואס וויל ארויסשפרונגען אינדרויסן פונעם גוף און אנקומען צו א העכער פלאץ אזוי ווי א פלאם וואס לויפט ארויף און וויל זיך ווי אפרייסן פונעם קנויט און גיין נאך העכער.

דער פייער וואס ליגט באהאלטן אינעם רוטינער מידיאקארער גוף וויל זיך אוועקרייסן און אנקומען ווי העכער און געטליכער,לכאורה איז דאס געוואלדיג! הימליש! וואס קען שוין זיין בעסער פון דעם ? אבער ניין! מ׳דארף זייער אבאכט געבן, ווייל טאקע דער זעלבער דרייוו דער הימלישער ציאונגס-קראפט אז מ׳נוצט דאס נישט ריכטיג קען פירן צו די גרעסטע חרבנות. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און דאס איז דער ענין ווי נדב ואביהו זענען פארקראכן.
שטייט אין אוה״ח אן אינטערסאנטע זאך, נדב ואביהו זענען געשטארבן דורך מיתת נשיקה,אבער געווענדליך טרעפט דער נשיקת השם  אן דעם מענטש , דא איז געווען פארקערט זיי האבן כביכול געקישט די שכינה! זיי זענען פון גרויס תשוקה אנגעקומען אזוי הויך  אז זיי האבן זיך  שוין נישט געקענט צוריק מצמצם זיין אין זייער גוף, א בשר ודם טאר נישט אומגעבעטן אנקומען אהין ווייל מ׳דארף אויך האבן אן עקסיט סטראטעגיע און מ׳טאר נישט דורך גיין דעם גרעניץ ווי מקען שוין נישט צוריקגיין.

דאס זאגט די תורה אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה וימותו דער דאפעלט לשון וימותו מיינט אז טאקע דאס איז געווען זייער טעות זיי האבן זיך מקרב געווען אזוי נאנט אז זיי האבן נישט געטראפן דער וועג צוריק זיי זענען געווען אזוי פארקאכט און געטליכקייט אז זיי האבן פארפאסט דעם אמת׳ן רצון השם וואס הייסט שטיין בלייבן ווען מ׳קומט אן צום גרעניץ זיי זענען אבער געווארן פארנומען און פארבלענדעט מיטן זיך, ווי קען ״איך״ אנקומען! ווי גרויס קען ״איך״ ווערן! אזש זיי האבן אריבערגעשפרייזט דעם פארבאטענעם גרעניץ טאקע זוכענדיג געטליכקייט.

די תלמידי ר׳ עקיבא זענען געווען אזוי פארקאכט אין זייער אייגענעם פייערל אז זיי האבן זיך איינער דעם אנדערן פארברענט.א תלמיד וואס האט אין זיך אביסל פראגמאטישקייט און איז נישט אזוי פארקאכט מיט זיך אליין  קען אין א געוויסער זין בעסער פארשטיין זיין חבר ער ווייסט וואס דער אייבישטער וויל ״יעצט״ פון אים.ער ווערט נישט פארלוירן מיט זיין ענטוזיאסיזם און דאדורך פארלירט ער דאס מענטשליכקייט.
ווי דער קאצקער האט געטייטשט ״כל מחלוקת שהוא לשם שמים סופו להתקיים״.  אז ווילאנג די שלאגסט דיך פאר דיינע אינטערעסן איז נאך דא אמאל האפענונג אז די וועסט נאכלאזן און איינגעבן און פארשטיין דיין חבר. אבער טאמער טוסטו אן דיינע קריגערישע געפילן מיט געטליכע קליידער דאן פארלירסטו יעדער ביסל לאגיק צו קאמפראמיסירן און פארשטיין יענעם, וואס הייסט נאכגעבן? איך נעם זיך יעצט אן פאר גאט! ווי קען איך איינגעבן ? אויב אזוי! איז סופו להיתקיים, וואלטן די תלמידים געווען אביסל ווייניגער צוקאכט אין זייער געטליכן פייער וואלטן זיי נישט פארברענט געווארן איינער פון צווייטען.

דאס דארף זיין א לימוד פאר יעדער איד/עסקן/רב ווען ס׳קומט אריין א מחשבה/תשוקה/דרייוו זיך אנצונעמן פאר כבוד שמים, אויפטון פאר אידישקייט,דארף מען זיך אליינס פרעגן, וואס מיין איך דא ? וואס איז מיין ציהל ? וויל איך טאקע טון אמת׳ער רצון השם? איז דער ענין וואס איך וויל מתקן זיין אן אויסגעהאלטענער? וועט דאס זיין א זאך וואס רוב ציבור יכולין לעמוד בו? האט דאס אן עקסיט סטראטעגיע ? וועט דער פרישער געטליכקייט וואס דו ווילסט ארויפווארפן אויפן ציבור זיך קענען צוריק צוזאם פארן מיטן גוף מיטן טאג טעגליכען הלוך ילך ? שפרייזט דו נישט אפשר צו ווייט צו דער פוינט אף no return ? 
אויב קענסטו נישט ענפערן פאזיטיוו אויף די דאזיגע פראגעס דאן איז א סימן אז דער פייער/חשק קומט נישט פון ריכטיגער רצון השם. נאר ענדערש פון אייגענע אינטערעסע דו מיינסט דיך!  דו ווילסט סתם  מאכן א מאוו אויפן שאך ברעטל בלויז מ׳זאל וויסן און הערן פון דיר אויפן ציבור׳ס חשבון. די זינדיגסט בשעת׳ן פראקטיצירן פאלשע קנאות, איבערזעליסנעס, פאלשע געטליכקייט, ווייל דער אייבישטער וויל נישט מיר זאלן אויסגיין מיטן געטליכקייט ער וויל מיר זאלן צוריק קומען אויף דער וועלט מיט די אלע פראבלעמען און נסיונות און אזוי אים דינען,מלאכים האט ער גענוג...

אויך אין פערזענליכער לעבן דארף זיך יעדער פרעגן ווי נוץ איך אויס מיין פייערל ? וואו שטארק ליגט פאר מיינע אויגן דער כל שרוח הבריות וכו׳. וויפיל שכנים צוציפן זיך פון מיר בשעת איך מאך עטיפת טלית, מיין איך טאקע דעם אייבישטער ווען איך לאז נישט די ווייב/קינדער טון געוויסע  רצוניות אונטער א שלייער פון חינוך/פרומקייט ? 
פיר אין צוואנציג טויזענט תלמידים זענען געשטארבן ווייל זיי האבן געפלאמט פאר כבוד שמים! פארשטייט זיך אויף זייער מדרגה און הויכע בחינה. דאס דארף אונז אויפוועקן אז מיר זאלן אנקוקן אונזער טאג טעגליכען מהלך החיים מיט אן אמת׳ן בליק זיך ארומקוקן צו מיין משפחה/חברים קענען זיך אידענטיפיצרן מיט מיר אדער האבן זיי שוין לאנג אויפגעגעבן אויף מיר און ניטאמאל ווייס איך דערפון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א הערליכער געדאנק. מ'דארף עס אויפהענגען אין אלע שולן אין וויליאסבורג און בארא פארק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יישר כח יאיר פארן אנערקענונג מזעהט אז דו פירסט דיך טאקע מיט א צווייטען לשיטתך וואס האסט מסביר געווען אינעם לייק אשכול...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

הערליך שיין
זאל עס זיין לזכות חברינו קינות גירושין.
איך האב אמאל געהערט פון זושא שמעלצער, אז ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין באקאנטע אלף בית טעיפ ווי ער שפילט אראפ די אלף בית אויף א מעשה פון קינדער עס צו מאכן אינטערסאנט, האט איינער געווילט פארשפרייטן א קול קורא אקעגן איהם, אויף די שרעקליכע עוולה אז ער גלייכט צו הייליגע א' ב' צו גשמיות, איז יענער געגענגען צו קאשוי רב ז"ל בעטן אן הסכמה.
האט איהם קאשוי רב געזאגט אז קען זיין אז די מיינסט עס אמת'דיג אבער אז מען טוט וויי א צווייטען קאסט עס א פרייז.

באמת האלט איך אויך רבי יאיר אז מען דארף עס אויפהענגן אין וומס"ב, אבער אסאך מאל ווען מען הערט א שטארק ווארט טראכט מען גלייך אז "יענער" דארף דאס ליינען, און יענער טראכט ווייטער יענער, און דער "יענער" בלייבט יענער און עס קומט צו קיינעם נישט אן דעם מעסידש.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי, זייער גוט!
איך גלייך דיין געשרייבעכצער, פול מיט תוכן!
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט