תקנה לדורות מיוחד לנשים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ערגעץ איז שוין דא א שמועס איבער די הלכהדיגע חלק פון שמירען די אויגן.
נישט יעדע מאל ווען די רבנים זיכען ציפארברענגען זייער אווענט סקהעדזשאל און דרך אגב פאניגען אידשע קונדער, דארפן אונדזערע פארנימענע תלמידי חכמים דא אודך איבער חזרן.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? :?: :?:

שמעקעדיג די זאסט צו א גוטע פוינס אז איך זאל דיך קענען פלעין אדורך לאזען מיט אזא תגובה׳לע .
קען מען אפשר מער מסבר זיין זענען זיי געווען בעל עבירות, אדער סאיז אלעס געווען העכערע זאכען אזוי ווי די רבי שרייבט שוין, איך מיין למשל די קוקסט אריין און דברי יואל וועסטע זעהן דארט הונדערטע בחינות אויף די דור המדבר, לטוב ולרע, אבער למעשה מיין איך האט די רבי נישט פיינעלייזט וואס זיי זענען געווען.
מיין שאלה גייט מער אויף די קלארערע בעלי השקפה, איז למשל ר אביגדר מילער יא א קלארע בליק אויף די פריערדיגע, אדער סאיז אויך תלוי באויר??
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געפילטע פיש האט געשריבן:איינער פון די פעולות וואס די בנות ציון האבן געטוהן כדי מחטיא צו זיין בחורי ישראל איז געווען "ממלאות עיניהן כחול", אזוי אויך זענען זיי געגאנגען "ארוכה בצד קצרה" און געגאנגען "עקב בצד אגודל" כדי צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו זיך, מ'זאגט אבער נישט אז מ'טאר דאס נישט טוהן להלכה, נאר די כוונה איז די פראבלעם, און יעדע זאך קען מען טוהן אויף א נארמאלע אופן, און אויף א אויסגעלאסענעם אופן.

חוץ מזה וואס מ'דארף בעטן די רבנים צו לערנען אפאר שורות ווייטער, און נישט סטאפען אינמיטן א סוגיא.



יומא ט' האט געשריבן:מקדש ראשון מפני מה חרב מפני ג' דברים שהיו בו ע"ז וגלוי עריות ושפיכות דמים...
...אבל מקדש שני שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם ללמדך ששקולה שנאת חנם כנגד שלש עבירות ע"ז גלוי עריות ושפיכות דמים
רשעים היו אלא שתלו בטחונם בהקב"ה אתאן למקדש ראשון דכתיב (מיכה ג, יא) ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו לאמר הלא ה' בקרבנו לא תבוא עלינו רעה לפיכך הביא עליהן הקב"ה ג' גזרות כנגד ג' עבירות שבידם שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער ובמקדש ראשון לא הוה ביה שנאת חנם והכתיב (יחזקאל כא, יז) מגורי אל חרב היו את עמי לכן ספוק אל ירך וא"ר (אליעזר) אלו בני אדם שאוכלין ושותין זה עם זה ודוקרין זה את זה בחרבות שבלשונם ההיא בנשיאי ישראל הואי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דענקער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

אה! אזוי וואונדערליך ווי עס שטימט אין פסוק עס איז ברור אז דאס האט שלמה המלך ע"ה געמיינט.

איך פארשטיי נאר נישט וויאזווי אידן האבן פארשטאנען דעם פסוק, און געזינגען יעדן פרייטאג נאכט אשת חיל ביז היינט?

מיר לערנען אנדערש פשט. ס'איז אכשר דרא. און שלמה המלך דער חכם מכל אדם האט פארשטאנען אז אויב ער'ט שרייבן (אין משלי) "אשה חיילת" וועט ר' הילל וויינבערגער און ר' בערל קאטץ ודוגמתן נישט לאזן לערנען משלי. ס'פאסט נישט פאר אזאלכע אפגעהיטענע יודן ווי אונז. ממילא האט ער געשריבן "אשת חייל". נאר דאס ברענגט אויף אן אנדער'ן חשש. דאס גייט שוין אריין אין הרב י.מ. סופר'ס דעפארטמענט. דאס ווארט "חייל" קענמען נאך אמאל אויסטייטשן ווי א חייל--א סאלדאט . און אונז אללע ווייסן דאך ווי ס'איז דא סאלדאטן. אין טמא'נעם צה"ל, ר"ל. דאס קען אונז נאך ח"ו צו ברענגען צו מחשבות פון ציונות, ר"ל מהאי דעתא.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

דאס נעמען פרויען און זיי דערשרעקן און באפעלן במקום מענער איז א גרויליגע זאך. א נייע נידריגקייט אין טערארעזירן די מענטשעהייט מיט אויסגעטראכטע חומרות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? :?: :?:

איך בין דא, ב"ה חי וקיים. נאר איך ליין שוין לעצטנס נישט וואס הרב י.מ. סופר זאגט. ארויפצו טרייבן מיין בלוט פרעשור נעם איך פילן. כ'דארף שוין נישט אנקומען צו הרב י.מ. סופר. חוץ מזה.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

געפילטע פיש האט געשריבן:"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.


זעהט אויס מען האט פארגעסן פון די גמרא איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה - נישט העושה רצון...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

בדחן האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"


שמירען די אויגן ביי נשים איז איינע פון די טעמים וואס די גמרא גיט אן פאר חרבון ביהמ״ק, (אזוי ליגט מיר אן זכרון)


די גמרא וואס ליגט דיר אין זכרון - איז א פארדרייטע גמרא וואס מען פארקויפט שוין יארן פאר די פרויען.

עס שטייט דארטן, זיי האבן געשמירט די אויגן און מזנה געווען... פארדעם איז די ביהמ״ק חרוב געווארען.


בכלל מאכט עס סענס אז פארן שמירן די אויגן ווערט די ביהמ״ק חרוב?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

דעת תורה האט געשריבן:וויאזוי פארכאפן? מיט געווער? (אפשר מיינסטו די ארס בכעוס און דו מאכסט א גזירה שוה אז די משקרות עינים איז דאס זעלביגע).

יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עיניים וברגליהם תעכסנה.


בבלי יומא ט ע"ב

מקדש ראשון מפני מה חרב? מפני שלשה דברים שהיו בו: עבודה זרה, וגלוי עריות, ושפיכות דמים. ..... גלוי עריות, דכתיב (ישעיהו ג) ויאמר ה' יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עינים הלוך וטפוף תלכנה וברגליהן תעכסנה. יען כי גבהו בנות ציון - שהיו מהלכות ארוכה בצד קצרה, ותלכנה נטויות גרון - שהיו מהלכות בקומה זקופה, ומשקרות עינים - דהוו מליין כוחלא עיניהן, הלוך וטפוף תלכנה - שהיו מהלכות עקב בצד גודל, וברגליהן תעכסנה - אמר רבי יצחק: שהיו מביאות מור ואפרסמון ומניחות במנעליהן, וכשמגיעות אצל בחורי ישראל בועטות ומתיזות עליהן, ומכניסין בהן יצר הרע כארס בכעוס.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך בין נישט קיין פוסק אבער דאכצעך אז עס איז דא א משנה וואס איז דן לגבי כחילת העינים אין יום טוב אדער חול המועד. עס איז משמע אז עס איז יא מותר. קיין בפירושע איסור איז זיכער נישט דא.

איך פארשטיי נאר נישט די נושא בכלל, פארוואס דארפן די רבנים רעדן צו די פרויען בכלל, אז זיי זאלן לייגן די מענער אין פלאץ? פארוואס קענען נישט די רבנים אליינס מחנך זיין די מענער? מיר זעהט אויס אז זיי האבן געענדיגט נוצן די קינדער (דורכן סטראשע פון פליען פון די מוסדות) אלץ א שטעקן אקעגן די טאטעס, יעצט גייט מען נוצן די ווייבער (מיט די סטראשע פון שלום בית) אלץ א שטעקן.

איז דען א ווינדער אזא מעשה ווי די באס דרייווער האט מיטגעמאכט?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

שבת דף ס''ב ,
ומשקרות עינים דהוה מלאן כוחלא לעינייהו ומרמזן, רש''י ד''ה ומרמזן. את הבחורים:
פארוועמן האבן זיי זיך אנגעשמירט? נישט פאר זיך ,כדי אויסצוזעהן שיין, און נישט כדי צוגעפעהלן די מאן.
און ווער איז געווען וואס האבן געוואלט מרמז זיין. רש''י ד''ה הלוך:.ונשואות היו לפיכך מספר בגנותן:
מיידלעך מאן דכר שמיה .. אוודאי זאלן זיי זיך אנשמיהרן..

שבת דף פ
כחול כדי לכחול עין אחת: עין אחת הא לא כחלי אמר רב הונא שכן צנועות כוחלות עין אחת.
הערסט אפילו די צניעות'דיגע פרויען וואס זענען געגאנגן באדעקט די גאנצא פנים חוץ איין אויג אזוי ווי די חברה.. אין בית שמש (אדער די אראבער'טע - אגב ביי יהודה'ס צייטן האטס עס געמיינט אז מען איז א זונה) אפי' דעי פרויען האבן זיך אנגעשמירט דער איין אויג וואס האט זיך ארויס געשטעקט..
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

הוגה האט געשריבן:איך בין נישט קיין פוסק אבער דאכצעך אז עס איז דא א משנה וואס איז דן לגבי כחילת העינים אין יום טוב אדער חול המועד. עס איז משמע אז עס איז יא מותר. קיין בפירושע איסור איז זיכער נישט דא.?


לאמיר דיר פרעגן אזא שאלה, די ביסט דאך א חשוב׳ער איד וואס קוקט ארויס בכליון עינים אויף משיח ובנין ביהמ״ק,

נאכען זען די גמרא וואס זאגט אז דאס האט א געהאט חלק און חרבון ביהמ״ק, וואלט זיך זיך דען נישט פארלאנגט צו זיכען א שטארקע היתר עס יא צוטיען?

אגב, איך מיין אז עס איז אסור.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קוק אין די פריעדיגע הודעות, ס'משמע אז די פראבלעם איז נישט געעווען די כחול נאר עפעס אנדערש.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין, ווען איך וויל טון זאכן ממהר צו זיין די גאולה וועל איך עס אבער נישט כופה זיין אויפן ציבור און זיכער נישט טון אויפן חשבן פון שלום בית און יענעמס נסיונות. אין אנדערע ווערטער עס זענען דא אסאך גרינגערע וועגן ממהר צו זיין די גאולה וואס מען האט נאך נישט געטרייט.

דריטענס, לאמיר רעדן ווי גראון אפס, אלעס וואס מיר טוען תורה ומצוות איז ווייל מיר דארפן משיח? און אויב ס'ברענגט נישט משיח איז נישט? מיר מוזן לעבן אביסל טיפער ווי דעם. קצרתי במקום שצריך להאריך ואתכם הסליחה
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

דער אשכול בײלאנגט אין אכשר דרא
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פרישע זאכן וואס כ'האב גיהערט וואס מ'האט דארט גערעדט:
מ'האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון טעקסט מעסעדזשעס, איינע פון די קרעכצן איז געווען אז ממש א מינוט פארן ליכט צינדן דארף מען נאך קוקן צו זעהן אויב איינער האט עפעס געשיקט

ער האט זיך אבער נישט דא אפגעשטעלט! נאר ממשיך געווען:
א פרוי האט אן אחריות צו זעהן אז איר מאן זאל אויך נישט זיין עדיקטעדט צום טעקסט! שיינערהייט דארף זי און מוז קענען פועל'ן ביי איר מאן אז ער זאל אויפהערן מיט די טעקסטן, אז ער וועט זעהן אז זי טעקסט נישט און ס'באדערט איר וועט ער זיך אפגעוואוינען!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סדא א האטליין ווי מקען הערן די דרשה. איינער האט די נומבער?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איך האב צוגעהערט די דרשות אויף עפעס אן עקסטרעמע האטליין איך האב געזען אויף א צעטיל אין ביהמ"ד. (נולד איך וועל באלד אויפזוכן די נומער). איך מיין עס דארף א גרונטלעכער אנאליז איך בין נישט אזוי פאסיק אבער אפאר נקודות.

די דרשנים רעדן פון צוויי זאכן בדרך כלל, פארבן די פנים'ער און טעכנאלאגיע. דער מעמד הייסט תקנה לדורות יעדער איז מודה אז טעכנאלאגיע איז א וויכטיקע פונדעמענטאלע פראבלעם וואס דארף ווערן באהאנדלט. איך בין נישט באקאנט אבער צוזאמענפארן מיט מעיקאפ איז היפש לעכערליך, איין דרשן זאגט אז קינדער זאלן זאגן די עלטערן שמיר דיך נישט איך ווייס נישט פון וואס מען רעדט וועל איך זיין שטיל אבער פון די צווייטע נושא טעכנאלאגיע ווייס איך יא אלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארגעט איט. איך וועל עס נישט אויסהערן זיך נישט די נומבער פאר מיר.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

בן תמליון האט געשריבן:אלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)


לויט ווי איך געדענק איז אזוי משמע פינעם רמב״ם אז מען דארף אויסניצען צרות הדור אויף תשובה ותיקון המעשים.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

(המשך) איבער טעכנאלאגיע פארציילן זיי איבער בחורים און מיידלעך וואס גייען צוגרונד אא"וו. וואס איז מיין איך א ניי דערהער דא איז א שרעקליכער זלזול פון די מענער אין די פרויענ'ס אויגן, און אז זיי דארפן קאנטראלירן די מענער. וויאזוי קענסטו שלאפן רואיג ווען דיין מאן איז אינדרויסן איין שעה מיט א סמארט פאן? שרייט דער רב. אפחוזנדיק פון די שטאקיקע שטריימליך, ווי פארצייטישע משכילים, מאכט ער נידריק די מענער אין די פרוי'ס אויג און שרייט זי זאל פארפירן איבער די "געהאקטע בערד און פיאות" גיי ווייס וואס דאס מיינט. די פרויען האבן א כוח זאגט ער.

ער זאגט אז נישט ווי אמאל איז דא היינט אלעס באקוועם, שיינע הייזער און וואס נישט. מעגן מיר פרעגן דעם רב וואס זיצט אויף הייזער און גיטער מיט קאנטריס, נעמט גראבע שליסל געלט, איז געווען דער ערשטער צו איינפירן טייערע באנגעלויס פאר צוועלף ביז פופצן טויזנט דאלאר, פון ווי זאלן מיר יונגעלייט דעקן די רענט און געשוואלענע שכל לימודס פאר אייערע מוסדות? קיין פאכן האט איר אונז נישט געלערנט, אבער איר העצט די פרויען קעגן די מענער אז ער האט אינטערנעט? א וואונדער איר שרייט" היינט זענען זיך געקומען א פאר פאלק גט'ן א האלב יאר נאך די חתונה ווייל דער חסידישער יונגערמאן איז איינגעטונקען אין אינטערנעט"?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

בדחן האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:אלזא אלע רעדנער האבן דערמאנט אז א טאג בעפאר איז געווען די רופא חולים דינער אין זעלבן זאל און היינט נאכט גייען די נשים מבטל זיין קענסער פון די וועלט. ווי אויך האט מען דערמאנט די גלויבער עקסידענט מיט אלע צרות פון דעם לעצטן יאר איבער די ווייכע הערצער פון די מאמעס. (המשך..)


לויט ווי איך געדענק איז אזוי משמע פינעם רמב״ם אז מען דארף אויסניצען צרות הדור אויף תשובה ותיקון המעשים.


ווי אויך זאגן חכמינו ז"ל "אם ראית דור שצרות מתרבות צא ובדוק בדייני ישראל".

ווען מען נעמט צוזאם טויזנטער פרויען און מען איז ניטאמאל מרמז זיי דארפן מחשיב זיין זייערע מענער אפשר אפילו ליב האבן, וואס קען מען ערווארטן?

אין מיין שולחן ערוך אבן העזר סוף סימן ס"ט שטייט "אין לך כשירה בנשים אלא שעושה רצון בעלה". דאס הייסט די פרוי וואס טוט רצון בעלה איז די ערליכע, נישט די וואס זאגט תהלים און פראוועט פרומקייט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כבודם במקומם מונח, אבער דארטן האבן גערעדט געוויסע רבנים וואס אויף זיי דארף מען שוין ליידער נישט מקיים זיין דעם "צא ובדוק בדייני ישראל", זייער נאמען און אויפגעפיראכטס זאגט אסאך מער. נישט אלע צרות קומט פון די עמך אידן, די רבנים ודיינים זענען נישט אינטערשטעליג
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ב"ה מיין ווייב זז"ג ווען ס'קומט אהן די אלע צעטלעך פון די דרשות זאגט זי "ס'גייט קומען א מאן און רעדען פון אונזערע צניעות? וואס האט ער זיך אריינצומישען אין מיין צניעות? זאל ער רעדען פאר די מענער און מיך אפלאזען" בין איך ב"ה פטור פון די אלע גראבע י"מ סופר נעביירעס ווי זיך שמירען וכדומה..
פארשפארט