איבעריג צו זאגן...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
ויפנה ויאמר מה לך נרדם קום קרא אל אלוקיך, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, מוריד עוגן ואותנו עוזב לאנחות.
מקוה שתגיח לביקורים תכופים בעת מצוא, ותרווה את המון הצמאים בידיעתך הנרחבה.
עלה והצלח בכל עיסוקיך ושתשפיע לכל יושבי ק"ש ברוחניות ובגשמיות.
(מכיוון שאני כותב מהפלאפון קשה לי לכתוב בשפה אידיש כגידין, וה' הטוב יכפר).

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
כדרך שבא לראות כך בא ליראות
עפעס דערמאנסטו מיך פון א ים רויבער, מיט א פעטש אויף איין אויג. סנהדרין ד: "דתניא יוחנן בן דהבאי אומר משום רבי יהודה בן תימא: הסומא באחת מעיניו - פטור מן הראיה. שנאמר יֵרָאֶה יִרְאֶה - כדרך שבא לראות כך בא ליראות. מה לראות בשתי עיניו - אף ליראות בשתי עיניו".
אין תוך גערעדט, כדרך שבא לראות.... אויב קומט מען דא סתם זעהן אבי געזונט, דאן הערט מען אויף צו שרייבען אבי געזונט. אויב אבער מען קומט בכוונה תחלה אויף מוסיף צו זיין חכמה פאר זיך, דאן איז די להיראות אויס די זעלבע, און עס איז בכלל נישט קיין צייט פארברענגעריי.
דו האסט דאך געשריבען אזאלכע שיינע חכמדיגע מאמרים. איז דאך סוף מעשה מוכיח אויף דעם מחשבה תחילה, אז דיין לראות איז אויך לשם חכמה והתפתחות. ובכגון דא זאגען מיר אלע, לא נתנשי מנך ולא תתנשי מנן. לא בקאווע ולא במאחורי. דעתן עלך און בטחוני אז דעתך עלן.
צום ווידערזעהן בקרוב דידן.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך וועל זיין עראונד די קארנער. כ'וועל זיין דיין בייזער שאטן. מיינע אגענטן וועלן דיך נאכפאלגן אויף טריט און שריט. עני טיים דו בענקסט זיך צוריק זעמער דא פאר דיר. דו זאג נאר די קאוד בראווא טשארלי טאמבל סאס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך בין איינשטימיג מיטן עולם אז דאס גיין איז א פארלוסט פארן שטיבל, אבער ווען איינער פילט אז ער מוז זיך דיסיפלינירן און פילט אז ס'שטערט עם פארן טאג טעגליכן, טאר מען נישט שטיין ביים טיר און זיך בעטן ער זאל צוריק קומען. ער דארף טוהן וואס ס'איז בעסט פאר זיין וואוילזיין, און אויב פילט ער אז אוועקגיין פון דא איז די בעסטע, קען מען עם נאר וואונטשען, כי בשמחה תצאו, ס'איז טאקע פנה הודה פנה זיוה, ער גייט טאקע אוועק פון אונטער דעם מאמנ'ס פארטוך, אבער טראכט וואוהין ער גייט, וילך חרנה, ער גייט צו זיין ווייב און קינדער, ער גייט צו די ארבעט זיין א פאסטוך פארן פעטער לבן, און מיט די ידיעות וואס ער האט געלערנט אין שם ועבר גייט ער בויען י"ב שבטי קה און קענען מבחין זיין וועלכע זענען טלואים און וועלכע מנוקדים.
זייט מיר געזונט, און אויף ווידערזעהן ווען איר שפירט זיך ביי די כוחות זיך צו קענען האלטן צו איינס צוויי קאוועס א טאג.
זייט מיר געזונט, און אויף ווידערזעהן ווען איר שפירט זיך ביי די כוחות זיך צו קענען האלטן צו איינס צוויי קאוועס א טאג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שיפ'ס קאפיטאן פארלאזט שיף
אזוי ווי אין חודש ניסן זאגט מען נישט קיין הספדים (אוי. ס'איז שוין טיף אינמיטן חודש אייר.) עלעך טאקע נישט זאגן קיין העספעד. אבער ווען כ'וואלט געזאגט וואלט עך געזאגט אזוי. נפלה עטרת ראשינו. על מי נטשת את צעירי הצאן. וכו' וכו'. די טיפקייט פון מחשבה און די שיינע שטיקלעך פאעזיע וואס דו האסט געברענגט צום קאווע שטיבל איז אומערזעצבאר. השי"ת זאל העלפן אז די הצלחה זאל דיר שיינען בכל העניינים. איכ'ל צוריקגיין שלאפן. ווייל איך וואוין דא. ספעציעל אז ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל פרעגן די קשיא. 

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
חברה, איך זאג ענק, איך קען שוין די מעשיות, איך האב אויך געוויינט ווי א ביבער אז מער זעט מען מיך נישט פאר א רפואה, און איך בין דא צוריק ווי א טאטעלע.
אן קאווע שטיבל למה לי חיים, וואס פעלט אויס די גאנצע זאך. הדרן עלך ודעתן עלה לא תתנשי מינך קאווע שטיבל לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי.
שלאפטס אלע רואיג. פאר א וואך צייט וועט ער אריינסיינען אז מ'זאל נישט קענען זען אז ער איז דא און שלינגען מיט דורשט וואס אלעס וואס קאכט זיך אין די גרויסע טעפ, און דערנאך איז ער צוריק ווי אין פרידנסצייטן, בכל תוקפו, ווי א העלדישער מאטראז ביים רידער פונעם שיפל אין די ווילד בוזשעוונדע וואסערן פונעם טייך אוקיינוס (פרעג מיך נישט וואו דאס איז), און א כפרה די נייע ונזכה ונחי' ונראה פראיעקטן.
מיינסט איך בין עפעס א מפיל קינד, עפעס א ליידיגייער, כ'האב טאקע נישט אזא שלאף צימער, אבער פראיעקטן האב איך אויך.
און מיין סאמע שפיץ הויפט פראיעקט איז.... שרייטס אלע הויך צוזאמען.... קאווע שטיבל!!!

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יא, בדיוק! ווער עס האט געטרינקען די אדיקטיווע קאווע, די מים המאררים, וועט שוין נישט קענען פטור ווערן. עס אדעקטירט, עס ציהט, און קיין מענטש קען מען שוין מער נישט זיין. זינט מען איז טועם מאילנא דחיי האט מען א מיינונג אויף יעדע זאך אונטער גאטס וועלטל, מען האט קריטיק, מיינונגען, חכמה און געדאנקען, מען ווייסט וואס עס טייטשט בחירה, מען פארשטייט די עומק פון א חז"ל, מען ווייסט וויאזוי א בעדרום דארף אויסקוקן, און מען האט אפילו א שיח ושיג אין די נושא פון TOOTH BROSHING
ווי די וועסט נאר גיין וועסטו טראכטן וויאזוי לעיקוואד וואלט עס אנגעקוקט מיט זיין אויבער'חכמ'ישקייט, וויאזוי יאיר וואלט עס מנתח געווען, וויאזוי יאנקל וואלט עס אפירגענומען, און וויאזוי בדחן וואלט עס פראטעסטירט און אזוי ווייטער.
ווי די וועסט נאר גיין וועסטו טראכטן וויאזוי לעיקוואד וואלט עס אנגעקוקט מיט זיין אויבער'חכמ'ישקייט, וויאזוי יאיר וואלט עס מנתח געווען, וויאזוי יאנקל וואלט עס אפירגענומען, און וויאזוי בדחן וואלט עס פראטעסטירט און אזוי ווייטער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:חברה, איך זאג ענק, איך קען שוין די מעשיות, איך האב אויך געוויינט ווי א ביבער אז מער זעט מען מיך נישט פאר א רפואה, און איך בין דא צוריק ווי א טאטעלע.
מיינסט איך בין עפעס א מפיל קינד, עפעס א ליידיגייער, כ'האב טאקע נישט אזא שלאף צימער, אבער פראיעקטן האב איך אויך.
און מיין סאמע שפיץ הויפט פראיעקט איז.... שרייטס אלע הויך צוזאמען.... קאווע שטיבל!!!
ברוך הטוב והמטיב.