יידל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.
דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.
די וואך האט הרב ארי ענקין פארעפנטליכט א שארפן ארטיקל אויף הרהורים בלאג, ווי ער פארגלייכט הרב הענקין'ס מהלך צו הרב ויא'ס, און ער אטאקירט שארף הרב ויא'ס מהלך אין תולעים. דער ארטיקל איז גאר אן אינטערעסאנטער און כ'וואלט געראטן דאס צו ליינען (כאטש רוב דערפון האב איך איבערגעשריבן דא). הרב ענקין שרייבט אז הרב הענקין'ס ספר העלפט פארשטיין דעם חילוק צווישן הלכה און חומרא, בעת אין הרב ויא'ס ספר איז אלעס איינס. לדוגמא ברענג הרב ענקין די משוג פון מיעוט המצוי. לויט הרב ויא קומט אויס אז אן עסנווארג וואס פארמאגט א מיעוט המצוי פון ווערים און מען קען עס נישט גענצליך אפוואשן, איז אסור צו עסן. הרב הענקין ווייזט אויף אז אזא איסור איז נאר פארהאן ביי עפעס וואס איז מוחזק בתולעים און נישט ביי אן עסנווארג וואס איז בלויז א מיעוט המצוי. (הרב ענקין לייגט אויך צו אז הרב ויא אליינס שרייבט אין איין פלאץ אז מעיקר הדין איז נאר א מוחזק בתולעים אסור אויב מ'קען עס נישט אפוואשן, אבער במשך דעם ספר גייט הרב ויא מיט דעם חומרא אפילו אויף מיעוט המצוי). נאך א חומרא ברענגט הרב ענקין, איז דאס וואס הרב ויא איז מגדיר מיעוט המצוי ווען מ'טרעפט ווערים אין בלויז 5%. הרב הענקין ווייזט אויף אין "לכם יהיה לאכלה" אז לרוב הדיעות איז דאס א חומרא יתירה.
חוץ פון די חומרות יתירות וואס הרב הענקין פרעגט אפ, טוט הרב הענקין אויך ברענגן סתם שיטות וואס זענען מיקל אין געוויסע הלכות תולעים, בעת הרב ויא וועט עפ"ר ברענגן בלויז די שיטה המחמירה. לדוגמא, די שיטות איבער ביטול, די שיטות איבער וואס מיינט נראה לעינים, וואס איז א דאוריתא אדער א דרבנן, וועט מ'קען מיקל זיין צוליב טירחא, די שיטות איבער בריה, די שיטות איבער ספק ספיקא און נאך אסאך.
הרב ענקין זעלבסט האט אויך טענות אויף הרב ויא. לדוגמא, הרב ענקין טענה'ט אז אין אייראפע, ווען עס פלעגט נישט זיין קיין וואסער אין שטוב נאר מ'האט געדארפט גיין שעפן, אדער האט דער וואסער טרעגער דעליווערט די וואסער טעגליך, איז נישט מעגליך געווען צו נוצן די וואסער צו וואשן די פרוכט אויפן אופן וויאזוי הרב ויא פארלאנגט. און דאך טרעפן מיר אז זיי האבן רואיגערהייט געגעסן די פרוכט וועלכע ווערן פארבאטן דורך הרב ויא.
ווייטער טענה'ט ענקין אז וויבאלד הרב ויא איז מער מחמיר ווי די גרעסטע מחמירים, נעמליך, די עדה החרדית, איז קלאר אז הרב ויא טרייבט איבער. לדוגמא ברענגט ענקין אז די עדה גיבט א הכשר אויף ראזישנקעס איבערגעדעקט מיט שאקאלאדע, בעת לויט הרב ויא איז עס מותר נאר בדיעבד און לכתחילה זאל מען זיך מונע זיין דערפון. די זעלבע איז מיט פרישע מעל וועלכע ווערט געמאלן נאך פסח, וואס לויט די עדה דארף מען דאס נישט זיפן וויבאלד ס'נאך פריש אבער לויט הרב ויא זענען גאר דא אין פרישע מעל מער ווערים ווי אין די געווענליכע מעל וויבאלד די ווערים פארמערן זיך אין די מילעכל-מאשינען וואס שטייען ליידיג פסח!...
צום סוף פונעם ארטיקל שרייבט הרב ענקין גאר א שארפער נקודה, וועלכע איז אויך שטארק נוגע די מהלך פון הלכה בכלל און הלכה ומציאות בפרט. הרב ענקין טענה'ט אז לויט די סטאנדארטן פון הרב ויא אין הלכות תולעים, זענען מיר אלע בועלי נדה און אוכלי טריפות! לדוגמא פרעגט הרב ענקין, ווער איז דען גרייט אנצונעמען די חומרא פון יראים און דער לחם ושמלה וועלכע טענה'ן אז וויבאלד היינט צוטאגס האבן מיר מער נישט קיינע מאכולת איז נישטא קיין מקום מיקל צו זיין ביי א כתם פחות מכגריס? און אפילו אויב וועלן מיר שוין יא אננעמען אז עס זענען היינט פארהאן מאכולת (נגד המציאות הנראה לעינינו) ווער איז דען גרייט אנצונעמען אויף זיך די חומרא פון טייל גדולי ההוראה אז מיר דארפן רעכענען לויט די סייז פון היינטיגע לייז און נישט די גרויסע סייז פון די מאכולת לייז בימי חז"ל (הרב ענקין צייכנט צו פתחי תשובה יו"ד קצ, ט און שו"ת רב פעלים ח"א סי' לו און שיעורי שבט הלוי הל' נדה סימן קצ סעיף ה אות א).
עס טוט קיינעם נישט פאראינטערעסירן די אייגענטליכע מציאות פון א לייז וואס קען גורם זיין א כתם נאר יעדער איז מיקל אין דעם. היתכן? הרב ענקין שרייבט: "לעטס פעיס איט. מיר ווייסט קלאר פון וואו די בלוט קומט. און יא, מיר ווייסן קלאר אז עס איז גאנץ מעגליך דא תולעים אין אונזערע פרוכט און גרינצייג. אבער הלכה איז הלכה אפילו ווען די מציאות איז אנדערש". אין אנדערע ווערטער, אויב לויט דיני חזקה וועט אויסקומען אז מיר דארפן נישט חושש זיין לתולעים, וואס גייט אונז אן אז הרב ויא טרעפט תולעים נאכן בודק זיין? עס איז פונקט ווי א דיין וואס וועט מחמיר זיין בפחות מכגריס וויבאלד ער ווייסט אז אין פאקט קומט עס פונעם מקור און נישט פון א מאכולת.
ענליך צו דעם ברענג הרב ענקין א ראיה פון הל' טריפות. "לויט די הלכות פון טריפות," שרייבט הרב ענקין, "זענען מיר מחיוב צו בודק זיין כמעט יעדע איינציגסטע אבר פנימי. מיר טוען דאס אבער נישט. מיר פארלאזן זיך אויף כל מיני קולות און מיר זענען נאר בודק די לונגען. דאס איז באזירט אויף א חזקה וועלכע איז איבערגעבליבן פון אמאליגע צייטן ווען די לונגען זענען געווען די איינציגסטע אבר וואו טריפות האט זיך געקענט געפונען. אלע אנדערע אברים זענען געווענטליך געווען ריין און געזונט. אבער, למעשה, נשתנו הטבעים. עס איז מעגליך אז אמאל איז אזוי געווען, אבער עס איז ווייניגער און ווייניגער אמת היינט. בהמות ווערן היינט צו טאגס אויפגעצויגן אין אנדערע אומשטאנדן ווי אמאל. ... דאס איז גורם מער טריפות אין זייערע אבירים הפנימיים מער ווי סיי ווען אין די עבר."
הרב ענקין איז ממשיך אז אעפ"כ פארלאזן מיר זיך אויף חזקה וועלכע זענען אין מציאות שוין נישט שייך היינט צו טאגס וויבאלד הלכה איז הלכה. הרב ענקין טענה'ט אז אויב זאל מען נאר אננהייבן בודק זיין אנדערע אברים און מיר וועלן כמעט נישט האבן קיין כשר'ע פלייש צו עסן! די מציאות איז למעשה טאקע אזוי, ווי מען זעט פון די צומת הגידין פרשה אז ווי נאר מ'האט אנגעהויבן בודק זיין, האט מען געפונען אין די מאסן. עס דארף אויף אנגעמערט ווערן אז למעשה איז די אפיציעלע תירוץ פון די מהרז"ל בית השחיטה (חוץ די פאליטישע שקרים אז זיי האבן "געזונטע טשיקנס") טאקע דאס אז מ'האט קיינמאל נישט בודק געווען און מיר טארן נישט זיין פרומער ווי די אלע פוסקים וועלכע האבן געזאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף חזקה. עס איז פון איין זייט איראניש אז ווען די זעלבע טענה ווערט גענוצט לגבי תולעים ווערט מען ארונטערגעריסן אלץ קל אבער אויף צומת הגידין קלעקט דער תירוץ, עס איז אבער אויך פון צווייטן זייט איראניש אז די חומרא פון די מהר"א בית השחיטה יא בודק צו זיין צומת הגידין איז פשוט נאך א כוואליע אין דעם פארפלייצונג פון אכשר דרא ווי מ'זוכט איבערצושטייגן די דורות הקדמונים מיט וועלכע חומרות מ'קען נאר.
למעשה, להלכה שרייבט ער וויל ער זיך נישט פארלאזן לגמרי אויף הרב הענקין וויבאלד, אין זיינע ווערטער "הרב הענקין איז אויך אן עקסטרעמיסט, אן עקסטרעמיסט פאר מיקל זיין". אבער לגמרי ווי הרב ויא וויל ער אויך נישט ווייל ער טענה'ט אז דאס איז נאר פאר בעלי נפש. דערפאר זאגט ער אז ער פאר זיך איז ערגעץ אין צווישן די צוויי, מיט די "נארמאלע" קולות פון הרב הענקין און די "נארמאלע" חומרות פון הרב ויא.