נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Study: People Who Text Frequently Tend To Be More Racist, Shallow
http://cleveland.cbslocal.com/2013/04/1 ... t-shallow/
http://cleveland.cbslocal.com/2013/04/1 ... t-shallow/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א שטודיע האט פעסט געשטעלט אז מענטשן וואס גלייבן אז גאט איז אויפגערעגט און שטרענג האבן מער גייסטישע פראבלעמען ווי ענקזייעטי און אבסעסיעס. כאטש עס איז שווער צו זאגן וואס ברענגט וואס, צו די פאביעס און ענקזייעטי ברענגען אז א מענטש זאל גלייבן אז גאט איז שטרענג, אדער אז איינער וואס גלייבט אין א שטרענגע גאט באקומט א נטיה צו ענקזייעטי.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א וואונדערליכע שטיקל אינפארמאציע איז צוגעקומען צו די סייענס פון עוואלוציע. ווי באקאנט, האט זיך איין סארט פיש עוואלווד צו א פיר פיסיגע חיה וואס קען גיין אויף די יבשה מיט פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק. דאס איז געשען דורך דעם וואס די פלוס פעדערן פונ'ם פיש האבן זיך צוביסלעך געטוישט צו פיס, און אזוי האט עס געקענט שפאצירן אויף די טרוקעניש. אין אנהויב איז עס ארויפגעקומען בלויז אויף צו שעפן אביסל פרישע לופט, און דורות שפעטער האט זיך עס געטוישט צו געהעריגע חיות, פון וואס אלע פיר פיסיגע בעלי חי זענען אפשטאמיג. עס איז נאך היינט דא איין מין פיש וואס איז ענליך צו יענע אור אלטע פיש וואס האט זיך געטוישט צו א פיר פיסיגע חיה, און סייענטיסטן האבן אנטדעקט די די ען עי קאוד פונ'ם פיש, און זיי האבן געטראפן אז די סארט פיש האט א געוויסע טויש אין די אינפארמציע פון די פלוס פעדערן, וואס ווען מ'האט אריינגעלייגט דעם טויש אין א מייזל, האט עס בליץ שנעל דעוועלאפט א כמעט גענצליכע פיס. דאס איז א וואונדערליכע דערגרייכונג, וויבאלד די פיש איז די איינציגסטע וואס שעירט די גענע אינאיינעם מיט אלע פיר פיסיגע בעלי חי, און סייענטיסטן האבן שוין לאנג געוואוסט אז ס'איז זייער ענליך צו די אור אלטע פיש וואס האט זיך עוואלווד אין די אנדערע בעלי חי. יעצט איז געווארן פעסטגעשטעלט דער שייכות צווישן די פלוס פעדערן מיט די היינטיגע לאנגע פיס פון אלע חיות.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
א נייע שטודיע ווייזט אז קאנשענסנעס אין בעיביס הייבט זיך אן ביי בערך 5 חדשים http://news.sciencemag.org/sciencenow/2 ... tml?ref=hp
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
Thanks Yidel, Interesting! However, they didn't test babies under 5 months at all. The study says that they speculate that the wave they found is alreday present in 2 month olds. The waves they found are also not proof that the baby is conscious. It is just something which in adults is associated with consciousness, but maybe in babies it is just begining to develop and is not yet conscious
אמת מארץ תצמח
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מ'האט געטראפן א נייע צוויי פיסיגע דיינעסאר אין מאדאגאסקאר.
http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-22210435
http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-22210435
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יאיר האט געשריבן:א וואונדערליכע שטיקל אינפארמאציע איז צוגעקומען צו די סייענס פון עוואלוציע. ווי באקאנט, האט זיך איין סארט פיש עוואלווד צו א פיר פיסיגע חיה וואס קען גיין אויף די יבשה מיט פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק. דאס איז געשען דורך דעם וואס די פלוס פעדערן פונ'ם פיש האבן זיך צוביסלעך געטוישט צו פיס, און אזוי האט עס געקענט שפאצירן אויף די טרוקעניש. אין אנהויב איז עס ארויפגעקומען בלויז אויף צו שעפן אביסל פרישע לופט, און דורות שפעטער האט זיך עס געטוישט צו געהעריגע חיות, פון וואס אלע פיר פיסיגע בעלי חי זענען אפשטאמיג. עס איז נאך היינט דא איין מין פיש וואס איז ענליך צו יענע אור אלטע פיש וואס האט זיך געטוישט צו א פיר פיסיגע חיה, און סייענטיסטן האבן אנטדעקט די די ען עי קאוד פונ'ם פיש, און זיי האבן געטראפן אז די סארט פיש האט א געוויסע טויש אין די אינפארמציע פון די פלוס פעדערן, וואס ווען מ'האט אריינגעלייגט דעם טויש אין א מייזל, האט עס בליץ שנעל דעוועלאפט א כמעט גענצליכע פיס. דאס איז א וואונדערליכע דערגרייכונג, וויבאלד די פיש איז די איינציגסטע וואס שעירט די גענע אינאיינעם מיט אלע פיר פיסיגע בעלי חי, און סייענטיסטן האבן שוין לאנג געוואוסט אז ס'איז זייער ענליך צו די אור אלטע פיש וואס האט זיך עוואלווד אין די אנדערע בעלי חי. יעצט איז געווארן פעסטגעשטעלט דער שייכות צווישן די פלוס פעדערן מיט די היינטיגע לאנגע פיס פון אלע חיות.
אין אישית האב איך באקומען די פאלגענדע שאלה:
איך וויל פארשטיין מער וואס דו האסט דא געשריבן, דאס אז אלע פיר פיסיגע זענען אמאל געווען פיש מיט 100'טער מיליאן יאר צוריק איז לכאורה נאר א טעאריע וואס מען האט געטראכט אזוי, און יעצט ווען מען האט געטראפן די DNA אין די פיש, ניצט מען דאס אלץ א ראי' צו די אלטע טעאריע.
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס איז בכלל די ראי'? קודם איז עס דאך נאר איין מין פיש פון ביליאנע מינים, און צווייטנ'ס אפשר איז געווען פארקערט די מין פיש איז אמאל געווען פיר פיסיג און נאכדעם געווארן א פיש און איז דערפאר געבליבן מיט די סארט DNA.
איך וויל מקדים זיין אז עס איז דא א טעות וואס כמעט יעדער איינער מאכט איידער מען באקענט זיך נענטער מיט סייענס, דהיינו, אז סייענס באשטייט פון בלויזע טעאריעס, יעדער קען זאגן וואס ער וויל, און ס'מוז נישט זיין אמת. דער תירוץ ווערט געווענליך גענוצט דורך חרדים צו פארענטפערן די קשיות פון עוואלוציע אויף די תורה. אבער ווען מען טוט מער אין דעם ענין פארשטייט מען אז סייענס ארבעט אינגאנצן נישט אזוי, יעדער טעאריע ווערט געטעסט אויף טויזנטער סארטן וועגן, און נאר אויב עס שטימט פון אלע זייטן ווערט דאס אקצעפטירט דורך אלע סייענטיסטן.
יעצט, לגבי די עוואלוציע פון פיש צו בעלי חיים, איז דא א פשוט'ע ראיה, פון די איבערבלייבענישן פון די בעלי חי. מ'קען קלאר זען פון די איבערבלייבענישן אז ביז ארום פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק זענען בלויז געווען פיש, און מיט א 20 מיליאן יאר שפעטער זענען ערשט ערשינען די ערשטע פיר פוסיגע בעלי חי, און וואס א צייט שפעטער עס גייט דורך, אלס מער קאמפליצירטע חיות טרעפט מען אין די פאסילס. דאס ווייזט קלאר אז קודם זענען געקומען פיש, און נאכדעם זענען געקומען פיר פוסיגע בעלי חי וואס ווערן גערופן מאמאלס.
מ'וואלט נאכאלס געקענט זאגן אז משום איזה סיבה האט גאט באשלאסן צו באשאפן קודם פיש און נאכדעם פיר פוסיגע מאמאלס, אבער אויב מיר וועלן טרעפן א בעל חי וואס האט געוויסע חלקים פון א פיש און געוויסע חלקים פון א מאמאל, און נאכדעם טרעפן מיר געהעריגע מאמאלס, דעמאלט קענען מיר זיך פארשטעלן אז די פיש האט זיך עוואלווד צו א מאמאל. ניל שובין איז א סייענטיסט וועמען עס האט געפלאגט יארן לאנג וואו עס געפינען זיך די חצי פיש חצי מאמאל, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז עס מוז זיך געפינען אין די איבערבלייבענישן פון 475 מיליאן יאר צוריק, ווייל דאס איז די תקופה צווישן די פיש און מאמאלס. ער האט אויפגעזוכט א לעיק פון יענע יארן, און ער האט אנגעהויבן זוכן. פינף לאנגע יארן האט ער געזוכט, ביז ער איז געקומען אויפ'ן שפור פון די פיש וואס האט זיך אנגעהויבן עוואלוון אין א מאמאל. ווי מ'קען זען זענען די פלוס פעדערן אביסל אנטוויקלט אין כמו פיס, און עס קען אויך אטעמען פון די לונגען, וואס דאס ערמעגליכט אים צו קענען גיין אויף די יבשה. דער פיש איז שטארק ענליך צו איר "טאטע" וואס ווערט גערופן די lobe finned fish וואס האט אויך שטערקערע פלוס פעדערן ווי געווענליך. ער האט געגעבן א נאמען דעם פיש tiktaalik rosae.
אזוי איז די היפאטעטיס אז פיש האבן זיך עוואלווד פון די לאוב פינד פיש צו די שפעטערדיגע מאמאלס געווארן באפעסטיגט. יעצט, ווען סייענטיסטן האבן געזען אז א היינטיגע סארט פיש וואס איז דירעקט אפשטאמיג פון די lobe finned fish האט אויך די יכולת צו קענען אנטוויקלען פיס פון אירע פלוס פעדערן, איז כמובן געווארן פעסטגעשטעלט די טעאריע פון נאך א זייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
נייע שטודיעס ווייזן איבער אז אין דעם ויכוח צווישן מיר און מיין משגיח אין ישיבה איבער דעם נושא וויפיל שעה איך דארף שלאפן בין איך קלאר געווען גערעכט. שוין, זעסטו פארוואס בחורים טארן נישט האבן קיין צוטריט צום אינטערנעט? http://www.newscientist.com/article/mg2 ... n-bed.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איינער האט מיר אמאל מסביר געווען ווי אזוי דאס ארבעט, דער בחור קומט פארטאג'ס אין ישיבה, האט ער א פארטאג'ס-מגי"ש, דער מגי"ש גייט שלאפן גלייך נאך פארטאג'ס און נאכדעם קומט א צווייטער אויסגעשלאפענער מגי"ש פאר פארמיטאג, און דערנאך קומט א נאכמיטאג-מגי"ש וואס ער איז שטייצעך פיין אויסגעשלאפן, און ביינאכט קומט דער נאכט-מגי"ש אויך פיין אויסגעריהט, און ער קען נישט פארשטיין פארוואס דער בחור שלאפט איין אינמיטן די שיעור...
די שוטה איינער, דער בחור זיצט שוין דא פון פארטאג'ס, און דו ביזט יעצט אנגעקומען פיין אויסגערוהט, ואלו הצאן מה חטאו???
די שוטה איינער, דער בחור זיצט שוין דא פון פארטאג'ס, און דו ביזט יעצט אנגעקומען פיין אויסגערוהט, ואלו הצאן מה חטאו???
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
א בשורה טובה! מארס-וואן האט שוין אנגעהויבן אנעמען אפליקאציע'ס פאר די גרינדער פונעם ישוב החדש [פוי...] אויף מארס אין 10 יאהר ארום - 2023.
יא, אזוי ווי איהר הערט, אין 10 יאהר ארום וועט די ערשטע גרופע פון פיהר, צוויי מענער און צוויי פרויען, אנקומען קיין מארס מיט א וואן-וועי טיקעט, על מנת שתעלה לרקיע ולא תחזור...
די פלאן גייט אזוי: אין 2016 וועט מען אהין שיקן א קאמיונעקאציע סאטעלייט, אין 18' וועט אנקומען א ראווער אויפצוזוכן א פאסיגן שטח, להורות לפניו וואו איז געאייגענט צו גרינדן דעם נייעם ישוב עטה"ק, אין 20' וועט מען שיקן פארטיגע דירות, נאך א ראווער און סאפלייען, דאן וועלן די ראווער'ס אויפבויען און צוגרייטן דעם ישוב פאר די ערשטע מתנחלים.
אין ספטעמבער 2022 וועט מען זיך ארויסלאזן בשטו"מ, זאגן דעם לעצטן גוד-ביי פאר פלאנעט-ערד, און נאך א נסיעה פון זיבן חדשים וועט מען אין אפריל 2023 -פונקט 10 יאהר פון יעצט - לאנדען אויף מארס, יעדע עטליכע יאהר וועט נאכפאלגן נאך א גרופע, האפענטליך וועלן די ארטיגע נישט זיין צו בייז.
ווי געשמועסט קען מען זיך שוין איינשרייבן ביי מארס-וואן, די אפליקאציע וועט אייך קאסטן צווישן 5 און 75 דאלער - געוואנדן אין וואו איהר וואוינט.
די 6 ביליאן דאלער וואס עס וועט אפקאסטן ביז נאך די ערשטע לאנדונג וועט לייכט געשאפן ווערן דורך די מידיע אטענטשאן וואס וועט עס באגלייטן, פון די שפעטערע שטאפלן אין די סעלעקציע פון אפליקאנטן וועט אלעס ווערן געבראודקעסט אויף טעלעוויזשאן און די אינטערנעט, צום סוף וועלן בלייבן צווישן 24 און 40 אויסגעקליבענע וואס וועלן באקומען עטליכע יאהר טרעיניג, אזוי אז ברגע האמת וועלן זיין גרייט, על כל צרה שתבוא, 6 גרופעס פון 4 איטליכע - צוויי מענער און צוויי פרויען.
הו איז אין?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=n4tgkyUBkbY[/youtube]

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
.יאנקל האט געשריבן:מיט טעכנאלאגיע האט מען באוויזן ארויפצוברענגען דעם קול פון אלעקסאנדער גרעהעם בעל, פון איבער 130 יאר צוריק
טאמבל סאס האט געשריבן:אפשר ביסטו אביסל מסביר אין אידיש ביטע וויאזוי דאס ארבעט בערך.
מיט עהרע.
ס'גוט. פון דיינע ווערטער האט זיך מיר געדאכט ווי דו זאגסט אז זיי האבן מצליח געווען "אויפצוברענגען" זיין קול, פון לופט כביכול.
ס'האט מיר דערמאנט מיין מלמד וואס האט געזאגט אז די טעכנעלאגיע היינט איז אזוי פארגעשריטן, ס'קען צוריקברענגען א קול פון די לופט כוואליעס אפ' נאך א אפשניט פון צען יאר!!!...
העיקר חסר מן הספר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
דיינע רבי'ס האבן געוואטשט גוטע סיי-פיי מאוויס.
טאמבל, איך בין נישט זיכער, אבער כ'מיין אז ער האט רעקארדירט אויף כל מיני מאטרעאלן די זעלבע וועג ווי מ'פלעגט רעקארדירן אויף vinal records, אבער ער האט אויספראבירט אסאך מיני מאטרעאלן און נידעלס, ווי אויך אסאך מיני שנעלקייטן און נאך פאטענטן. וויבאלד זיי זענען הייקעלע מאטרעאלן האט מען מורא געהאט צופיל צו באבערן, אבער יעצט מיט היי רעזעלוציע אימעדזשינג טעכנעלאגיעס האבן זיי אריינגעסקענט די רעקארדס, און אין קאמפיוטער אויפגעבויעט א ווירטואלע 3D מאדעל, און מיט דעם געראבעט אריבערצוגיין מיט אנדערע סימולאציעס אויף דעם, ביז זיי האבן צוגעטראפן די גענויע פאטענט וואס ער האט גענוצט, און ריפראדוסט די קול.
טאמבל, איך בין נישט זיכער, אבער כ'מיין אז ער האט רעקארדירט אויף כל מיני מאטרעאלן די זעלבע וועג ווי מ'פלעגט רעקארדירן אויף vinal records, אבער ער האט אויספראבירט אסאך מיני מאטרעאלן און נידעלס, ווי אויך אסאך מיני שנעלקייטן און נאך פאטענטן. וויבאלד זיי זענען הייקעלע מאטרעאלן האט מען מורא געהאט צופיל צו באבערן, אבער יעצט מיט היי רעזעלוציע אימעדזשינג טעכנעלאגיעס האבן זיי אריינגעסקענט די רעקארדס, און אין קאמפיוטער אויפגעבויעט א ווירטואלע 3D מאדעל, און מיט דעם געראבעט אריבערצוגיין מיט אנדערע סימולאציעס אויף דעם, ביז זיי האבן צוגעטראפן די גענויע פאטענט וואס ער האט גענוצט, און ריפראדוסט די קול.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
שקויעך. ס'הערט זיך ספוקי. ווי א בת קול משמים.
היער מיי וואויס אלעקסאנדער גרעהעם בעל.. ברררר.
היער מיי וואויס אלעקסאנדער גרעהעם בעל.. ברררר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:.יאנקל האט געשריבן:מיט טעכנאלאגיע האט מען באוויזן ארויפצוברענגען דעם קול פון אלעקסאנדער גרעהעם בעל, פון איבער 130 יאר צוריקטאמבל סאס האט געשריבן:אפשר ביסטו אביסל מסביר אין אידיש ביטע וויאזוי דאס ארבעט בערך.
מיט עהרע.
ס'גוט. פון דיינע ווערטער האט זיך מיר געדאכט ווי דו זאגסט אז זיי האבן מצליח געווען "אויפצוברענגען" זיין קול, פון לופט כביכול.
ס'האט מיר דערמאנט מיין מלמד וואס האט געזאגט אז די טעכנעלאגיע היינט איז אזוי פארגעשריטן, ס'קען צוריקברענגען א קול פון די לופט כוואליעס אפ' נאך א אפשניט פון צען יאר!!!...
העיקר חסר מן הספר.
10 יאר? מיין רבי האט געזאגט אז דורך טעכנעלאגיע קען מען היינט צוריק ברענגען קולות פון.......מעמד קבלת התורה, ניין נישט אין סיטיפילד....אין בארג סיני!!!! איך ווארט נאך ביז היינט צו הערען די קולות..
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אפשר מיינסטו דעם תפארת ישראל אז מען הערט נאך היינט א קול הברה ביים הר סיני.